אין בית הדפוס איז די ערב פסח טעג זייער א פארנומענע סעזאן. עס איז יעצט דא גאר אסאך ארבעט. פאר פסח איז דא גאר א גרויסע פארלאנג אויף ספרים און קונטרסים אויף פסח פון מוהרא"ש ז"ל, בפרט בעט מען די הגדה "אור זורע". מען דרוקט די אריגאנעלע לשה"ק, און אויך די איבערגעטייטשטע אויף אידיש. עס ווערט שיין איינגעפאקט אין א בעג כדי עס זאל בלייבן ריין כשר לפסח צו קענען נוצן ביים סדר.
די הגדה אור זרוע איז פול מיט גאר שיינע זאכן צו זאגן ביים סדר, אריינצוברענגען אמונה אין זיך און אין די קינדער, און ווערט ממש צוכאכפט פון אלע מפיצים.
אויך ווערט יעצט געדרוקט דער קונטרס "א כשרן פסח", וואס ברענגט ארויס די גרויסקייט פון פסח, און לערנט אויס וויאזוי א מענטש קען זוכה זיין צו האבן א כשר'ן פסח פרייליכערהייט.  וויאזוי אריינצוברענגען דעם פסח מיט א שמחה של מצוה, און נישט אז פסח זאל חלילה גיין אינאיינעם מיט כעס און אנגעצויגענקייט.
עס איז דא צו באקומען אין ישיבה אויף 27 סקילמאן רד.