דעם פארגאנגענעם מאנטאג זענען די בחורים אריינגעפארן אין שטאט זיך מיטצופרייען ביי די שמחת החתונה פון החתן מו"ה שבתי מארקוס ב"ר יוסף הי"ו, עב"ג בת ר' פייוול גאטערער הי"ו, וואס איז פארגעקומען אין וויליאמסבורג.
אזוי ווי ביי אלע חתונות פון ישיבה, איז די חתונה געווען גאר לעבעדיג און דערהויבן, די בחורים האבן געטאנצן פרייליך און משמח געווען אויף א הערליכן און איידעלען פארנעם.
דער חתן שבתי הי"ו איז גאר שטארק באליבט ביי יעדן ובפרט ביי די בחורים פון ישיבה, זייענדיג דער וואס העלפט אזויפיל ארויס די ישיבה צו יעדע געלעגנהייט, אויסער זיין ערליכקייט, התמדת התורה, און גוטע מדות, אויף וואס יעדער קען מעיד זיין, נוצט ער אויס די איבריגע צייט צוצוגעלייגן א האנט ווען ס'פעלט נאר אויס, צוצושטעלן די מסיבות פון די מוסדות, ועל כולם העלפט ער זייער אסאך דעם ראש ישיבה שליט"א מיט זיין עסקנות צו קענען דעקן די הוצאות פון די רענט פאר די בניני המוסדות.
זאל דער אייבערשטער העלפן אז די געוואלדיגע זכותים זאלן אים באגלייטן אלעמאל, ער זאל האבן א גליקליך לעבן, עס זאל אים קיינמאל גארנישט פעלן אין לעבן, עס זאל זיין א קשר של קימא, געזונט פרנסה מיט נחת מיט דורות ישרים ומבורכים.
שמח תשמח רעים האהובים!
די פרייליכע חתונה
 
בילדער