שטייענדיג געציילטע וואכן אפגערוקט פונעם הייליגן יום טוב ראש השנה, דערקענט זיך גאר שטארק די הכנות פון די צענדליגע טויזנטער אידן איבער די וועלט, וועלכע גרייטן זיך צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, און זוכה זיין צו די געוואלדיגע הבטחות וואס דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט פאר די אלע וועלכע וועלן קומען צו אים אויף ראש השנה.
ווי באקאנט פלעגן מיר דאווענען ראש השנה אין אומאן אינאיינעם מיט מורינו ורבינו עטרת ראשינו כ"ק מרן מוהרא"ש זצוקללה"ה אינעם גיגאנטישן בית המדרש "היכל הקודש", וואס געפונט זיך הארט נעבן דעם ציון הקדוש אין אומאן.
איינס פון די זאכן וואס מוהרא"ש האט אונז אנגעזאגט אין זיין צוואה איז אז מיר זאלן זיך האלטן אינאיינעם, נאר זיך שטארקן און מחזק זיין איינער דעם אנדערן, און נאר אזוי וועלן מיר ווייטער מצליח זיין. דעריבער וועלן אלע אנשי שלומינו ווייטער דאווענען אינאיינעם אינעם גרויסן בית המדרש "היכל הקודש” אין אומאן, אזוי ווי אלע יארן בהלו נרו על ראשינו, און אינאיינעם וועלן מיר ממשיך זיין אויף אונז די אלע גרויסע תיקונים פון הייליגן רבי'ן.
אין די לעצטע יארן האט מוהרא"ש געשטעלט דעם ראש הישיבה הרה"ג ר' יואל ראטה שליט"א צו דאווענען ביי אים די תפלות שחרית ראש השנה, אינאיינעם מיט די הערליכע קאפעליע פון בחורי הישיבה, און די תפלות מוסף האט געדאווענט הרה"ג ר' דניאל בוים שליט"א, אויך אינאיינעם מיט די קאפעליע בחורים.
די הערליכע הארציגע תפלות האבן געהאט א גרויסן אפקלאנג, טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן פלעגן קומען מיטהאלטן און דאווענען די תפלות מיטן היימישן געשמאק און מיט גרויס השתפכות הנפש. אזוי ווי עס איז ערווארטעט דאס יאר גאר א גרויסער ציבור מתפללים, האט מען פריש אויסגעשטעלט דעם גרויסן בית המדרש מיט פילע צוגעלייגטע זיצן, צו קענען ארייננעמען דעם גרויסן ציבור.
מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר זוכה זיין צו די אלע הבטחות פון הייליגן רבי'ן, און אהיים קומען מיט פילע זעק ישועות און רפואות.
ראש השנה שלי עולה על הכל!