ווי באקאנט איז ישיבה תפארת התורה א חידוש אין די וועלט, ישיבת תפארת התורה איז א ישיבה ווי יעדע בחור לערנט יעדן טאג תורה, יעדער בחור רעדט כסדר צום אייבערשטן, און יעדער בחור ווערט אויפגעבויעט און אנגעגרייט צום לעבן פון נאך די חתונה. ישיבה תפארת התורה איז א ישיבה ווי מ'האט נאך קיינמאל נישט ארויסגעווארפן א תלמיד צוליב וואס ער האט נישט געצאלט שכר לימוד. דעפאר זענען דא אסאך אידן תומכי תורה מיט שכל וואס זוכן צו וואו זיי קענען שטיצן און העלפן די ישיבה אנגיין.
גאר אסאך אידן פון אלע היימישע געגענטער האבן אריינגערופן צום ישיבה אז זיי ווילן אז די בחורים זאלן ארויפקומען צו זיי אום יום טוב פורים, און זינגען ביי זיי אין שטוב די הערליכע אידישע ניגונים וואס זענען ברייט באקאנט, איבער רעדן צום אייבערשטן, און זיך צוריק קערן צום אייבערשטן.
דערפאר האבן זיך די בחורים ארגאניזירט אין עטליכע גרופעס, עקסטער פאר וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, און קרית יואל, וועלכע זענען ארום געגאנען אום פורים און מהנה געווען די תמוכי הישיבה. דער היימישער ציבור האט שטארק הנאה געהאט און געשטיצט די ישיבה מיט א ברייטע האנט. צוליב מאנגל אין צייט איז מען נישט אנגעקומען צו אלע שטובער ווי מ'האט געדארפט באזוכן.