א גרויס שמחה איז געווען ל"ג בעומר ביינאכט אויף פרעמישלאן גאס קרית יואל ווען א שיינע ציבור איז זיך צוזאם געקומען - לויט די באגרעניצטע רעגולאציעס - צום וואך נאכט פונעם אינגל וואס איז געבוירן געווארן ביי הר"ר שלמה ראטה הי"ו דער זון פון ראש ישיבה שליט"א און איידעם פון הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א גבאי פון ביהמ"ד.
דער ראש ישיבה איז אנגעקומען צו תפלת מעריב, און תיכף דערנאך האט מען זיך געוואשן צו א סעודה לכבוד די שמחה און לכבוד דעם גרויסן טאג ל"ג בעומר, מען האט געזינגען די פיוטים פון ל"ג בעומר, און דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט א דרשה לכבוד דעם געלענהייט, און ארויסגעברענגט שטארקע חיזוק ווערטער וואס מיר קענען ארויסנעמען פונעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי. (פאר די פולע דרשה דרוקט דא און אזוי אויך בילדער)
צומארגענס איז פארגעקומען דער געהויבענער ברית אין וויליאמסבורג אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב, ווי א שיינע ציבור איז זיך צוזאם געקומען - פארזיכטיג לויטן מצב - צום דאווענען, און גלייך דערנאך דער ברית, וואס איז אויסגענוצט געווארן דורכן ציבור זיך אויסצובעטן אלעס גוטס ביים אייבערשטן, ווי מוהרא"ש זי"ע פלעגט אייביג דערמאנען דער חז"ל די גרויסע עת רצון ביי א ברית ווען אליהו הנביא קומט, און מען איז מוחל אלע עבירות.
הר"ר אהרן ווייס שליט"א דער מוהל מומחה איז געווען דער מוהל. הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א אבד"ק ווייטצען עלטער זיידע פון קינד איז געווען סנדק. מען האט א נאמען געגעבן דאס קינד "נחמן נתן", נאכן הייליגן רבי'ן און זיין גרויסער תלמיד רבי נתן.
ביים סעודה האט דער זיידע דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעברענגט זיינע דאנק ווערטער צום אייבערשטן אז ער איז זוכה אז זיין ערשטער אייניקל איז אריינגעקומען בבריתו של אברהם אבינו ע"ה, און ווי ער געדענקט נאך ווי היינט ווי ביים ברית פונעם טאטן הר"ר שלמה, האט דער זיידע דער ווייצטענער רב געטייטשט "כשם שנכנס לברית" אז פונקט ווי דער קינד גייט צום ברית און ווייסט גארנישט, "כן יכנס לתורה לחופה ולמעשים טובים" אזוי זאל מען ער גיין לתורה לחופה, זיך פירן בתמימות ובפשיטות א גאנץ לעבן אן וועלן פארשטיין. דערנאך האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט ווי מ'זעט ווי די יארן לויפן אזוי שנעל, "קוים געווען דער ברית פון ר'  שלמה, און שוין האלט מען ב"ה דא", דערפאר דארף מען זען אריינכאפן אויף דער וועלט וואס מ'קען לנצח נצחים.
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער עלטער זיידע הגה"צ ווייטצענער רב שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט אז דער וואונטש פון "כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה לחופה ולמעשים טובים", וואס מ'פירט צו וואונטשן דעם קינד ביים ברית, ווערט דא אין דעם בית המדרש פולקאם מקויים, דער ברית איז אין שול, די אפשערן איז אויך אין שול, די בר מצוה איז אין שול, און אפילו די חתונה מאכט מען אויך אין בית המדרש.
בילדער פונעם ברית און סעודת ברית
נאכן ברית האט דער ראש ישיבה שליט"א אפגעשוירן זיין אינגלע יוסף נ"י וואס איז יעצט געווארן דריי יאר.
כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה לחופה ולמעשים טובים