Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • הערליכע הכנסת ספר תורה דורכ'ן חשוב'ן דיין שליט"א דעם חול המועד

      מ'האלט שוין היבש נאכן פרייליכן און געשמאקן יום טוב סוכות, אבער עס ליגט נאך אלץ טיף אין די ביינער די געהויבענע און הערליכע שמחת הכנסת ספר תורה וואס איז אפגעראכטן געווארן דעם צווייטן טאג חול המועד אינעם שטעטל, וועלכע איז אריינגעגעבן געווארן דורכן חשובן דיין פונעם שטעטל, הרה"ג מו"ה יונה זינגער שליט"א.   די סיום כתיבת האותיות איז שוין אפגעראכטן געווארן נאך פאר יום טוב, איין טאג אין בארא פארק און איין טאג אינעם שטעטל. עס האבן זיך באטייליגט און אריינגעשריבן אותיות דער ראש ישיבה שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א, הגה"צ קארלסבורגער רב שליט"א, און הגה"צ דומ"ץ סאטמאר לב אהרן שליט"א פון בארא פארק, אינאיינעם מיט נאך פילע חשוב'ע רבנים און אידן.   צום באשטימטן צייט דינסטאג חול המועד האט זיך דאס גאנצע שטעטל צוזאמגענומען, אנשים נשים וטף, אינאיינעם מיט א גרויסן עולם געסט וואס זענען געקומען צו פארן פון דערווייטנס, קרובים וידידים פונעם דיין שליט"א און פילע אנשי שלומינו. אלע האבן זיך פארזאמלט ביים הויז פונעם דיין שליט"א אין שטעטל, פון וואו מען איז ארויסגעגאנגען בתופים ובמחולות מיט פייערדיגע טענץ און געזאנג, אנגעפירט דורך די חשוב'ע און טאלאנטפולע שפילער און זינגער פון אנשי שלומינו. מען האט געטאנצן לעבעדיג דעם גאנצן וועג ביז צום בית המדרש אויף האשקי, וואו מען איז ארויסגעקומען מיט די ספרי תורה פון שול מקבל פנים צו זיין דעם נייעם ספר תורה. דאן איז דער נייער ספר תורה אריינגעפירט געווארן אין בית המדרש, וואו מ'האט ווייטער געטאנצן מיט א גרויסע שמחה און התרגשות פאר א לאנגע צייט לכבודה של תורה.   דער דיין שליט"א האט מיט גרויס התרגשות געמאכט די ברכת שהחיינו אויפ'ן נייעם ספר תורה, און פארגעזאגט דעם קאפיטל "לדוד מזמור" בשעת מ'האט אריינגעלייגט דעם ספר תורה אינעם ארון הקודש.   די סעודה איז אפגעראכטן געווארן אינעם גרויסן סוכה פונעם בית המדרש, וואו די באטייליגטע האבן זיך געקוויקט מיט א רייכע סעודה כיד המלך. עס האט אויפגעטרעטן מיט שיינע דברי ברכה דער שווער פונעם דיין שליט"א, הרה"ח ר' שמחה פנחס שטראהלי שליט"א, משב"ק אדמו"רי באבוב. ער האט געעפנט זיין דרשה מיט די הייליגע ווערטער פונעם רבי'ן אין ספר המדות: "על ידי דיינים כשרים, התורה חביבה בעולם", וואס דאס קומט אריין זייער פאסיג צום יעצטיגן מאמענט ווען דער חשוב'ער דיין האט אריינגעגעבן א ספר תורה. ער האט ארויסגעברענגט אז דאס איז א "שמחה משולשת": די שמחה פונעם הכנסת ספר תורה, אינאיינעם מיט דעם פרייליכן יום טוב סוכות - זמן שמחתינו, און די שמחת בית השואבה. ער האט ווייטער ממשיך געווען מיט שיינע טרעפליכע דיבורים, און האט מסיים געווען מיט חרוזים פונעם זיידן דער הייליגער חתם סופר זי"ע, וואס דער חתם סופר האט מחבר געווען טאקע לכבוד אן הכנסת ספר תורה וואס ער האט אריינגעגעבן אום חול המועד סוכות.   דערנאך האט מען געהערט שיינע דיבורים פונעם דיין שליט"א, וועלכער האט ארומגערעדט איבערן הייליגן יום טוב סוכות און איבערן ענין פון הכנסת ספר תורה. דער דיין האט געדאנקט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע זכיה פון קענען שרייבן א ספר תורה, און אויף די זכיה צו קענען מרביץ תורה זיין פאר אידן.   דערנאך האט מען געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א. ער האט ארויסגעברענגט אז יעצט, ווען מיר האלטן ביים מסיים זיין און נאכאמאל אנהויבן די הייליגע תורה אום שמחת תורה, איז דאס די מערסטע פאסיגע צייט אריינצוגעבן א ספר תורה. ער האט אויך מעורר געווען זיך צו שטארקן אין די מצוה פון מעביר סדרה זיין יעדע וואך. דער ראש ישיבה שליט"א האט מאריך געווען איבער די גרויסקייט און די סגולות וואס ליגן אין די מצוה, און דערמאנט דאס וואס מוהרא"ש פלעגט כסדר זאגן, אז א מענטש דארף מאכן א חשבון ביי זיך אויב ער טוט טאקע די מצוה יעדע וואך.   די סיבה פארוואס מענטשן זענען זיך אמאל מתרשל איז ווייל נישט יעדער קען דאס באווייזן אום פרייטאג; דעריבער דארף מען וויסן אז לויטן שלחן ערוך קען מען איינטיילן די פרשה במשך די גאנצע וואך. אויב מען לערנט יעדן טאג א שטיקל שנים מקרא ואחד תרגום – וואס נעמט אינסעגזאמט נאר ארום זעקס-זיבן מינוט א טאג – קען מען גרינג ענדיגן יעדע וואך די גאנצע פרשה און זוכה זיין צו אלעס גוטס.   דער ראש ישיבה שליט"א האט מיט פייערדיגע דיבורים ארויסגעברענגט די געוואלדיגע חשיבות פון לערנען תורה, ער האט ארויסגעברענגט אז דאס איז די איינציגסטע זאך וואס קען מאכן א מענטש באמת צופרידן און נאר דאס זעטיגט אן די נשמה. מ'דארף נישט מאכן קיין איבעריגע חשבונות וואו מ'האלט אויף דער וועלט; אפילו אויב מ'איז פארפארן אדער ארויסגעפאלן פון די קבועה'דיגע שיעורים, קען מען אלעמאל אנהייבן פון דאסניי. מ'זאל פשוט נעמען א חומש, א משניות, א תהלים, אדער א גמרא, און געבן אביסל "עסן" פאר'ן נשמה.   דער ראש ישיבה שליט"א האט אויך ארויסגעברענגט די גרויסע זכיה פונעם דיין שליט"א, וואס האט זיך אוועקגעגעבן און איז געקומען וואוינען אינעם שטעטל מיט'ן איינציגן ציל צו קענען ענטפערן שאלות פאר די תושבים, אריינבלאזן א פרישע חיות אין יעדן אינגערמאן, אנפירן מיט'ן ארטיגן כולל, און נאך פילע גוטע זאכן וואס דער דיין טוט כסדר לטובת הקהילה.   דער ראש ישיבה האט אויסגעפירט מיט ווארעמע ברכות פאר'ן דיין שליט"א, פאר זיין חשוב'ע משפחה, און פאר'ן גאנצן עולם. די געהויבענע און הערליכע הכנסת ספר תורה וועט בלייבן איינגעקריצט אין די ביינער פאר א לאנגע צייט.

    < זעה מער ג חשון תשפ"ז 📝
  • פערטן שטאק פונעם נייעם בנין אין אומאן געגאסן

    פון: גרשון קרעמער &nbsp; ב"ה עס קומען אריין פרישע בילדער פונעם נייעם בנין אין אומאן, וואו מען זעט ווי די ארבעט רוקט זיך פאראויס גאר שנעל. נאכדעם וואס די סטרוקטור פון די אונטערשטע שטאקן איז שוין פארטיג, גיסט מען יעצט דעם קאנקריט פלאר פונעם פערטן שטאק. שטאפל נאך שטאפל זעט מען ווי דער נייער בנין ווערט ב"ה א מציאות. &nbsp; ווער עס געדענקט די ערשטע יארן אין אומאן, געדענקט אויך ווי אנשי שלומינו פלעגן דינגען א פלאץ און זיך האלטן אינאיינעם. דער ציבור איז געוואקסן, די בחורים האבן חתונה געהאט און אנגעהויבן מיטברענגען די קינדער, און די פלעצער זענען געווארן צו ענג. אזוי איז מען אנגעקומען צום ערשטן אייגענעם בנין, וואו עס איז אויפגעבויט געווארן א ריזיגער בנין וואו מען קען לערנען, דאווענען, עסן און שלאפן, אלעס אינאיינעם אויף א רואיגן און ערליכן פלאץ. &nbsp; ראש השנה תשע"ט האט דער בנין אנטהאלטן בלויז 130 בעטן, אבער מיט די יארן האט מען צוגעבויט נאך א שטאק שלאף-צימערן און נאך א שטאק, ביז דער בנין איז געוואקסן צו זעקס שטאקן: דער ערשטער שטאק - דער בעיסמענט מיט די מקוה און קאך, העכער דעם דער בית המדרש, און דערויף נאך פיר שטאקן שלאף-צימערן. פארגאנגענעם יאר זענען שוין געווען אינעם בנין איבער זעקס הונדערט בעטן, און דער בית המדרש האט פארמאגט איבער טויזנט זיצן. &nbsp; אבער מיט דעם אלעם איז עס נאכאלץ נישט גענוג. די בעטן ווערן זייער שנעל אויסגעכאפט, דער ציבור וואקסט בלי עין הרע, און יעדעס יאר קומען צו פרישע מקורבים וואס ווילן קומען צום ריינעם ווינקל אין אומאן. בפרט פאר א טאטע וואס קומט מיט קינדער, איז אזא פלאץ גאר וויכטיג. &nbsp; ווי שוין באריכטעט, איז דער יעצטיגער בנין היבש אנדערש פונעם ערשטן. דער נייער בנין ווערט געפלאנט אין פיר באזונדערע חלקים; מען בויט קודם איין חלק פון אונטן ביז אויבן, אנשטאט אויפצוציען א ריזיגע ברייטע סטרוקטור און זיך דערנאך מוטשען מיט אלע שטאקן אויפאיינמאל. ווען דער ערשטער חלק וועט זיין גרייט, וועט מען קענען צוטרעטן צום קומענדיגן חלק לויט דעם געברויך. &nbsp; אויך דער אויסשטעל וועט זיין אנדערש: אנשטאט שטאקן מיט שלאף-צימערן, וועט עס האבן דירות. לויט די פלענער וועט יעדע שטאק האבן צוויי דירות, און אין יעדער דירה וועלן זיין דריי שלאף-צימערן, א קיך, א דיינינג רום און א בית הכסא מיט א שויער. אין יעדן שלאף-צימער וועט זיין פלאץ פאר צוויי בעטן &ndash; אדער סינגל בעטן אדער באנק-בעטן, לויטן פארלאנג. &nbsp; די געסט וועלן פראווען די סעודות אין זייער אייגענער דירה. די צענטראלע קיך וועט צושטעלן דאס עסן, אבער די חבורה אדער משפחה וועט זיך אליין סערווירן און אפרוימען, פונקט ווי אינדערהיים. לויטן פלאן האפט מען צו באנייען דעם ערשטן חלק פונעם נייעם בנין אויף קומענדיגע ראש השנה תשפ"ח, מיט דער הילף פונעם אייבערשטן. &nbsp; עס איז וויכטיג צו באטאנען, אז דא בויעט מען נישט בלויז א געביידע פון אייזן און ציגל; דא בויעט מען א רוחניות'דיגן בנין. א הייליגע פראיעקט וואס וועט געבן פאר נאך אידן די מעגליכקייט צו קומען צום הייליגן רבי'ן, צו קענען זיין אין אומאן אויף א רואיגן פלאץ און אויסנוצן די צייט מיט דאווענען, לערנען, און זיך אויסבעטן א גוט יאר. &nbsp; אנשי שלומינו פארן נישט קיין אומאן פאר שוואוילטאג. יעדער ברענגט מיט זיינע אלע פעקלעך, דאגות, פרנסה, נחת, און די שוועריקייטן וואס ער קען אפילו נישט פארציילן פאר א צווייטן. מען קומט צום ציון, מען זאגט תיקון הכללי, מען רעדט צום אייבערשטן אויף זיין אייגענער שפראך, און מען בעט זיך אויס מען זאל קענען אנהייבן פון פריש און ווערן אן ערליכער איד. מען לאזט דארט איבער די פעקלעך, און מען פארט אהיים מיט א ריינע הארץ אנצוהייבן פון דאס ניי. &nbsp; בפרט ראש השנה, ווען דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הראש השנה שלי עולה על הכל". דער רבי האט זייער געבעטן מען זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, זאגנדיג: "קיינער טאר נישט פעלן". ער האט צוגעזאגט גרויסע הבטחות פאר די וואס קומען, און זיך אונטערגענומען צו זיין א מליץ יושר פאר זיי. &nbsp; דערפאר איז יעדע פרישע דירה און יעדעס פרישע בעט נישט סתם א האטעל צימער; עס גרייט אן א פלאץ פאר נאך א איד וואס וועט קענען קומען, נאך א טאטע מיט א קינד, און נאך א משפחה וואס וועט קענען אויסנוצן די הייליגע טעג מיט הרחבת הדעת. &nbsp; מיר דאנקען דעם אייבערשטן אויף וואו מיר האלטן שוין, און מיר בעטן אויף ווייטער אז די ארבעט זאל גיין גרינג און שנעל. די עוסקים במלאכת הקודש זאלן האבן כח און הצלחה, און מיר זאלן אלע זוכה זיין צו קומען צום הייליגן רבי'ן און פאלגן זיינע זיסע עצות, כדי מיר זאלן זוכה זיין צו זיין אמת'ע ערליכע אידן. &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447, אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער ב חשון תשפ"ז 📝
  • נייער ישוב, "לעיקפראנט עסטעיטס", ווערט געגרינדעט אין אוקיטשאובי, פלארידא.

    פון: גרשון קרעמער &nbsp; אין א היסטארישע אנטוויקלונג עפענט זיך די טעג אין פלארידא א נייער היימישער ישוב מיט'ן נאמען "לעיקפראנט עסטעיטס", און ווי מען הערט האבן שוין די ערשטע צענדליגער משפחות אנגעהויבן אריינצוציען אהין. &nbsp; דער פראיעקט געפינט זיך אין גלעידס קאונטי, נעבן דער שטאט אוקיטשאובי, ממש ביים ברעג פונעם באקאנטן "אוקיטשאובי לעיק". עס האנדלט זיך דא פון א ריזיגן שטח פון בערך 550 אקער לאנד. לויט די פלענער וועט דער ישוב קענען אקאמאדירן ביז טויזנט הייזער, און די פלענער רעכענען שוין אריין אלע געברויכן פארן ציבור, ווי א בית המדרש, א מקוה, מוסדות פאר די קינדער און לאקאלע געשעפטן. &nbsp; אבער די נייעס איבער אוקיטשאובי איז בלויז איין טייל פון א פיל גרעסער בילד. אין די לעצטע יארן הערט מען כסדר פון נאך א פרישע געגנט, נאך א נייע דעוועלאפמענט, און נאך א פלאץ וואו היימישע משפחות זוכן זיך צו באזעצן. &nbsp; דאס אלעס פאסירט ווייל ברוך השם, מיר לעבן אויפ'ן דרך התורה מיט שיינע גרויסע משפחות און פילע קינדער בלי עין הרע; מען מאכט חתונה די קינדער, דער עולם וואקסט ווי אויף הייוון, און די עקזיסטירנדע ישובים קענען עס שוין מער נישט דערהייבן. &nbsp; און וויבאלד דער פארלאנג נאך הייזער וואקסט כסדר, ווערן די פרייזן פון די דירות אויך אלס העכער און העכער, ביז עס קומט צו א מצב אז זייער פילע אידן אין די גרויסע שטעט קענען מער נישט באצאלן די הויכע פרייזן. די פרייזן זענען פשוט פיל מער ווי זיי קענען זיך ערלויבן. &nbsp; דאס האט גורם געווען אז אין די לעצטיגע יארן האבן זיך געעפנט אסאך נייע ישובים, אנגעהויבן פון אונטן אין ניו דזשערסי ביז ארויף אין די קעטסקילס בערג. אין ניו דזשערסי וואקסן די היימישע געגנטער ארום לעיקוואוד מיט ריזיגע נומערן, ווי למשל דזשעקסאן און טאמס ריווער; דערנאך זענען דא די פילע נייע ישובים ארום ניו יארק סיטי, ווי לינדען, סטעטן איילענד און דזשערסי סיטי. פון דארט גייען מיר ווייטער צום האדסאן וועלי, וואו די ישובים ווי מאנסי און קרית יואל האבן זיך אויסגעשפרייט אויף ריזיגע שטחים ארום און ארום. דאס איז אויסער די נייע ישובים וואס זענען געגרינדעט געווארן אין די לעצטע יארן אין די קעטסקילס געגנט, ווי בלומינגבערג, מאנטיסעלא און קרית סקווירא. &nbsp; און איבער אלעם, דאס נייע שיינע שטעטל "קרית ברסלב", וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געגרינדעט מיט עטליכע יאר צוריק אין ליבערטי, וואו עס וואוינען שוין איבער צוויי הונדערט משפחות מאנשי שלומינו וואס לעבן מיט'ן אויבערשטן און זענען זיך מתענג על ה'. מען לעבט דארט אינעם שויס פון די נאטור מיט א געוואלדיגע הרחבת הדעת, מען זעט נישט קיין קיין שום ראיות אסורות א גאנץ קיילעכיגן יאר, און בפרט אז מען קען דארט כסדר ארויסגיין אויף א שפאציר מיט'ן אויבערשטן און זיך דורכשמועסן מיט אים עטליכע מינוט יעדן טאג; מען לעבט דארט ממש ווי אין גן עדן אויף דער וועלט. &nbsp; אזוי אויך האבן זיך לעצטנס געעפנט פרישע ישובים אין ווייטערע סטעיטס, ווי למשל אינדיאנא און אריזאנע. יעצט איז געקומען די רייע אויף פלארידע, וואו עס האט זיך געגרינדעט א היימישער ישוב ממש פון דאס ניי: מען האט גענומען א ליידיגן שטח און אויפגעבויט הונדערטער דירות מיט אלע קהילה'דיגע געברויכן, ווי א בית המדרש, מקוה, חדר, ישיבה, סקול און געשעפטן. דער נייער ישוב האט זיך נארוואס געעפנט, און אין די לעצטע וואכן האבן זיך שוין אריינגעצויגן די ערשטע צענדליגער משפחות בשעה טובה ומצלחת. &nbsp; הגם מ'קען נישט זאגן פאר א מענטש וואו ער זאל וואוינען, איז אבער זיכער נישט כדאי צו וואוינען אין די גרויסע שטעט. די שטאטישע איינוואוינער לויפן דאך אוועק יעדן זומער אין די בערג כדי זיך צו היטן פון די שווערע נסיונות פון שמירת עינים, און מ'איז זיך דארט מחי' פאר צוויי חדשים; אבער וואס טוט זיך מיט די איבעריגע חדשים פונעם יאר? &nbsp; א מענטש וועט פרעגן א שאלה: וואו זאל מען טאקע גיין? דאס דארף יעדער פאר זיך מאכן אן אמת'ן חשבון הנפש. אז מ'הייבט אן זוכן א נייע פלאץ זיך ארויסצוציען, איז דען די ערשטע זאך אויף וואס מ'דארף קוקן דער פרייז אדער דער וועטער? דער ראש ישיבה שליט"א זאגט, אז די ערשטע און וויכטיגסטע זאך כדי א ישוב זאל האבן הצלחה, זענען די מוסדות. א מענטש דארף זיך אליין פרעגן: וועל איך דארט האבן ערליכע חברים? וועט דארט זיין אן ערליכער רב, א דיין, א מורה דרך, און ערליכע מוסדות פאר מיינע קינדער? וועט מען דא קענען ווייטער ממשיך זיין אויפצושטעלן ערליכע אידישע דורות על דרך ישראל סבא, לויט די הייליגע מסורה וואס מיר האבן מקבל געווען פון אונזערע עלטערן? וואס וועט מיר העלפן א שיין הויז אדער א געשמאקער וועטער, אויב די קינדער וועלן חלילה נאר שטרעבן צו כבוד און געלט? &nbsp; זאל דער אויבערשטער העלפן אז אלע ישובים זאלן מצליח זיין, און אידישע קינדער זאלן דארט האבן א געשמאק לעבן ברוחניות ובגשמיות און קענען אויפציען זייערע קינדער על דרך התורה והיראה, און מיר זאלן שוין זוכה זיין מיטצונעמען די אלע שטובער קיין ירושלים בקרוב אינאיינעם מיט משיח צדקינו. &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער כז תשרי תשפ"ז 📝
  • די דריטע וועלט מלחמה

    שאלה: &nbsp; איך בין א בחור, יעצט בין הזמנים געפין איך זיך אינדערהיים און איך האב נישט קיין ישיבה. איך האב געעפנט א צייטונג און איך בין געווארן זייער דערשראקן; איך האב געליינט אז עס איז דא "אינסייד אינפארמעישאן" אז פוטין וויל אטאקירן די נאטא לענדער, אפילו אויב דאס וועט אנהייבן א דריטע וועלט מלחמה. איך טראכט א גאנצן טאג דערפון און איך האב זייער מורא. איז דאס אמת? איר שרייבט דאך די נייעס. &nbsp; חיים &nbsp; &nbsp; ענטפער פון גרשון קרעמער: &nbsp; טייערער חיים, גוט אז דו פרעגסט. עס שטערט מיר אז דו זיצט אינדערהיים און דו עסט זיך אויף פאר שרעק. &nbsp; אבער איידער איך ענטפער דיר, וויל איך דיר פרעגן א שאלה: ווייסטו אפשר פארוואס דער אייזל האט אזעלכע גרויסע אויערן? &nbsp; מען זאגט א ווערטל, אז ווען אדם הראשון האט געגעבן נעמען פאר אלע חיות און בהמות, איז אויך דער אייזל געקומען פרעגן: "וויאזוי הייס איך?" &nbsp; "אייזל!" האט אים אדם הראשון געזאגט. &nbsp; דער אייזל איז אוועקגעגאנגען, אבער נאך א קורצע וויילע איז ער צוריקגעקומען: "ווי הייס איך? איך האב פארגעסן." &nbsp; "אייזל!" &nbsp; ער גייט ווידער אוועק, און קומט נאכאמאל צוריק: "ווי אזוי הייס איך?" &nbsp; האט אים אדם הראשון אנגעכאפט ביי ביידע אויערן, זיי געצויגן און אים אריינגעשריגן אין אויער: "דו אייזל! הער שוין וואס מ'רעדט צו דיר!" &nbsp; דערפאר, גייט דאס ווערטל, איז ער געבליבן מיט אזעלכע גרויסע אויערן... &nbsp; פארוואס דערצייל איך די מעשה? ווייל א מענטש קען צומאל אויך זיין ווי דער אייזל. מען קען הערן נאכאמאל און נאכאמאל אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, אבער ווען מען עפנט די צייטונג, פארגעסט מען אלעס. פלוצלינג איז פוטין דער בעל הבית; דער שרייבער אין צייטונג ווייסט אלעס, ער פארשטייט אלעס. און דער אייבערשטער? פון אים האט מען אינגאנצן פארגעסן. &nbsp; פרעג איך דיר: דו ווילסט וויסן וואס עס טוט זיך אין פוטין'ס קאפ? דו ווילסט וויסן וואס עס גייט זיין? איך ווייס נישט וואס פוטין טראכט, און איך ווייס נישט וואס עס וועט זיין. אבער אין דיין קאפ איז שוין יעצט דא א דריטע וועלט מלחמה! דו קענסט נישט עסן, דו קענסט נישט שלאפן, און דו קענסט נישט הנאה האבן פון בין הזמנים. מיט'ן ליינען די צייטונג דארפסטו שוין נישט ווארטן אז פוטין זאל עפעס אנווערטשאפטען. די צייטונג האט דיר שוין אריינגעברענגט די גאנצע וועלט מלחמה גלייך אין קאפ אריין. &nbsp; אז דו ווילסט פאלגן דעם צדיק'ס עצה, מאך צו די צייטונגען. הער אויף צו ליינען די אלע שטותים. נישט יעדע זאך וואס איז געדרוקט דארפסטו ליינען. נעם ענדערש א ספר אדער א קונטרס וואס רעדט פונעם אייבערשטן, פון אמונה און בטחון. ליין א מעשה פון א צדיק, לערן א בלאט גמרא, גיי ארויס אביסל שפאצירן און רעד זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן. &nbsp; זאג אים יעצט: "אייבערשטער, איך האב מורא. איך פארגעס אז דו פירסט די וועלט. העלף מיר געדענקען אז איך בין אין דיינע הענט. גיב מיר אמונה, כדי איך זאל קענען לעבן רואיג און פרייליך." &nbsp; אמונה מיינט נישט אז איך ווייס וואס עס וועט געשען מארגן; אמונה מיינט אז אויך מארגן וועט דער אייבערשטער זיין דער בעל הבית. איך דארף נישט וויסן קיין עתידות כדי צו קענען לעבן היינט. &nbsp; טייערער חיים, זיי נישט קיין אייזל. הער וואס מען זאגט דיר: די וועלט האט א בעל הבית! ווען א מענטש הייבט אן צו לעבן מיט דעם, לעבט ער א חיים טובים. &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער כו תשרי תשפ"ז 📝
  • דער עליגעיטאר

    שאלה: &nbsp; א גוטן, דא רעדט משה טייטלבוים. יישר כח גרשון קרעמער. &nbsp; איך האב געלערנט איבער חיות, און איך האב געהערט אן אינטערעסאנטע זאך וועגן אן עליגעיטאר: זיין מויל איז גאר גאר שטארק; ווען ער מאכט עס צו און בייסט, איז עס מיט א געוואלדיגן כח. אבער מיט א בענדל אדער טעיפ קען מען אים האלטן דאס מויל פארמאכט און ער קען עס נישט עפענען. איז דאס ריכטיג? וויאזוי קען אזא קליין בענדל אפהאלטן אזא שטארקע חיה? &nbsp; ענטפער פון גרשון קרעמער: &nbsp; משה'לע, דו ביסט זייער גערעכט. האסט געפרעגט א זייער אינטערעסאנטע שאלה, און אויך פון אן עליגעיטאר קענען מיר זיך לערנען עפעס גאר נוצליך. &nbsp; דער אייבערשטער האט באשאפן דעם עליגעיטאר מיט גאר שטארקע מוסקלען צו פארמאכן דאס מויל. "מוסקלען" זענען די טיילן אינעם גוף וואס געבן אונז כח זיך צו רירן. מיט די מוסקלען מאכט דער עליגעיטאר צו זיין מויל און בייסט מיט א געוואלדיגן כח. &nbsp; אבער איין מוסקל קען נישט טון צוויי זאכן, און צו עפענען דאס מויל האט ער אנדערע מוסקלען וואס זענען פיל שוואכער. דערפאר קען ער גאר שטארק פארמאכן דאס מויל, אבער דאס עפענען גייט שוין שווער. דעריבער קען אפילו א שוואכע בענדל האלטן פארמאכט דאס מויל פון דעם שרעקעדיגן עליגעיטאר. &nbsp; יעצט לאמיר זיך אביסל באטראכטן: אפשר זענען מיר אויך אביסל ווי דער עליגעיטאר? גאר אסאך מענטשן קענען זייער גרינג פארמאכן דאס מויל הערמעטיש, אבער זיי קענען עס נישט עפענען... &nbsp; ווען עס קומט צו רעדן מיט א חבר, קענען דורכגיין עטליכע שעה מיט רעדן שטותים און נארישקייט אן דעם וואס מיר זאלן כאפן ווי די צייט איז געפלויגן. אבער ווען מען וויל רעדן צום אייבערשטן, שפירט מען פלוצלינג ווי דאס מויל ווערט פארקלעפט און פארקנאקט. און כאטש מען ווייסט אז רעדן צום אויבערשטן איז דער שליסל צו יעדע זאך, גייט עס אבער נישט. &nbsp; די גמרא (סנהדרין צב ע"ב) זאגט, אז דער קעניג נבוכדנצר האט אנגעהויבן זאגן שירה, ער האט געוואלט לויבן דעם אייבערשטן. חז"ל זאגן אז זיינע ווערטער וואלטן געקענט זיין שענער און בעסער ווי די שירות ותשבחות פון דוד המלך. איז געקומען א מלאך און אים געגעבן א פאטש אויפן מויל. פרעגט זיך א קשיא: פארוואס זאל מען אים געבן א פאטש? אויב ער קען זאגן שירה, זאל ער זאגן! נאר - זאגן צדיקים - אז דוד המלך איז אריבער גאר אסאך שוועריקייטן, יסורים און צרות, און טראץ דעם האט ער נישט אויפגעהערט צו זאגן שירה. &nbsp; נבוכדנצר טייערע, ווילסט זאגן שירה? קענסט זאגן "שענער ווי דוד המלך"? הארצן גערן, אבער בשעת ער איז א מושל בכיפה, אלעס גייט אים גוט, איז עס נישט קיין קונץ, לאמיר דיר געבן איין שנעלקעלע, אז עפעס זאל נישט גיין פונקטליך ווי דו ווילסט &ndash; און נבוכדנצר בלייבט שטום; ער קען זיך שוין נישט עפענען דאס מויל. &nbsp; אויב דו שפירסט זיך אינעם משל, דאס מויל איז דיר פארשלאסן און עס גייט נישט, דארפסטו זיך נישט דערשרעקן, ווייל דו קענסט מאכן א תפילה טאקע פון דעם; זאג אט דאס פארן באשעפער (קענסט עס זאגן יעצט בשעת דו ליינסט דעם ארטיקל): "באשעפער, איך ווייס נישט וואס גייט פאר מיט מיר, פארוואס מיט יעדעם קען איך רעדן שעות אויף שעות, אבער ווען איך וויל רעדן צו דיר גייט עס מיר נישט. איך שפיר ווי עס ליגט א שווערע שלאס אויף מיין מויל! באשעפער, העלף מיר, עפן מיר מיין מויל, איך וויל רעדן צו דיר." און מיט דעם אליין רעדסטו שוין יעצט צום אויבערשטן. &nbsp; משה'לע טייערער, לאמיר נישט זיין קיין עליגעיטאר, לאמיר עפענען דאס מויל און רעדן צום אייבערשטן. לאמיר נישט לאזן א קליין בענדל אונז אפהאלטן. ווארף א ווארט, א בקשה, אדער נאך א יישר כוח צום אויבערשטן. דער אייבערשטער הערט אונז. &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447, אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער כה תשרי תשפ"ז 📝
  • היידזשעק פרואוו אויף פליגער קיין מדינת ישראל דורכגעפאלן

    פון: גרשון קרעמער &nbsp; פארגאנגענע וואך מיטוואך, חול המועד סוכות, האט פאסירט א שרעקליכער אינצידענט אויף א פליגער פון "פליי-דובאי" וואס איז געפארן פון דובאי קיין ארץ ישראל. אויפן פליגער האבן זיך געפונען ארום 174 פאסאזשירן, וואס רוב רובם פון זיי זענען בירגער פון מדינת ישראל. &nbsp; נאכן פליען פאר עטליכע שעה האט דער עראפלאן זיך פלוצלינג גענומען פאלן, און איז אראפגעפלאגן ארום פערצן טויזנט פוס אין ווייניגער ווי דרייסיג סעקונדעס. באלד דערנאך האט דער פליגער אויסגעשיקט אן עמוירדזשענסי "היידזשעק" סיגנאל. &nbsp; לויט באריכטן האט דער צווייטער פילאט אטאקירט דעם קאפיטאן און פרובירט אים אומצוברענגען, מיט'ן פלאן דערנאך צו קראכן דעם פליגער און אומברענגען רח"ל אלע פאסאזשירן. דער אויבערשטער האט אבער געהאלפן אז דער קאפיטאן האט זיך נישט געלאזט, און אינמיטן זיך ראנגלען פאר זיין לעבן האט ער באוויזן צו עפענען די טיר פונעם קאקפיט. די פאסאזשירן האבן באוויזן אוועקצושלעפן און אומשעדליך מאכן דעם היידזשעקער. צוויי אנדערע פילאטן, וואס האבן זיך דאן בהשגחה פרטית געפונען אויפן פליגער צווישן די רייזענדע, האבן איבערגענומען די לייצעס פונעם פליגער וואס האט צום סוף געלאנדעט בשלום אין טאבוק, סאודי אראביע. דער קאפיטאן געפינט זיך יעצט אין שפיטאל. &nbsp; מדינת ישראל בארימט זיך אלעמאל מיט זייערע גרויסע זיכערהייט מאסנאמען וואס קיינער קען נישט איבערקומען; זיי האבן טרענירטע אגענטן וואס פרעגן אויס די פאסאזשירן ביים אנקומען אין לופטפעלד מיט אומשולדיג-אויסזעענדע פראגעס, אבער &ndash; לויט ווי די לעגענדע גייט &ndash; קענען זיי דערשמעקן א טעראריסט פון א מייל ווייט... &nbsp; יעצט האבן מיר געזען ווי שטארק מען קען זיך פארלאזן אויף זיי. פון זייער זייט וואלט א טעראריסט נישט נאר געקענט ארויפקומען אויפן פליגער, נאר האט אפילו געקענט זיין א פילאט... &nbsp; אבער דער אויבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אידישע קינדער און געמאכט ניסי נסים, אז דער פילאט האט געקענט עפענען די טיר אין די לעצטע מינוט. און "פונקט" (פונקט מיינט אויף אידיש "בהשגחה פרטית") האבן זיך געפונען ערפארענע פילאטן אויפן פליגער וואס האבן געקענט איבערנעמען די קאנטראל. &nbsp; לאמיר ווייטער בעטן דעם אויבערשטן ער זאל האלטן זיין רעכטע האנט איבער אונז, און עס זאל מקוים ווערן "והסר שטן מלפנינו ומאחרינו" ברוחניות ובגשמיות, אמן. &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער כד תשרי תשפ"ז 📝
  • הערליכער יארצייט פונעם רבין געפראוועט אין שטעטל

    פון: גרשון קרעמער &nbsp; פארגאנגענעם ב' דחול המועד סוכות, י"ח תשרי, איז געווען דער יארצייט פון אבינו רועינו, דער צדיק יסוד עולם רבינו הקדוש מברסלב זי"ע. אנשי שלומינו האבן זיך פארזאמלט אין שטעטל אין ליבערטי, אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א, אפצורעכטן דעם יארצייט. &nbsp; א גרויסער עולם איז געקומען פון נאנט און ווייט; מען איז זיך צוזאמענגעקומען אין דער גרויסער סוכה נעבן בית המדרש, וואו מען האט זיך געוואשן צו א סעודת הילולא, כדי איבערצו'חזר'ן און זיך אויפצופרישן מיט זיינע הייליגע עצות און לימודים. &nbsp; ביי דער סעודה האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט א הערליכן שמועס. ער האט בתוך הדברים דערציילט די מעשה וויאזוי דער רבי איז געווארן דער רבי. דער רבי האט געזאגט אז נישט ווייל ער איז אן אייניקל פונעם בעל שם טוב און פונעם הייליגן רבי נחמן הארידענקער איז ער צוגעקומען צו וואס ער איז צוגעקומען; אפילו אויב ער וואלט געווען א זון פון א וואסער-טרעגער, וואלט ער אויך צוגעקומען צו זיינע גרויסע מדריגות. &nbsp; דער רבי האט אונז אויסגעזאגט דעם סוד וויאזוי ער איז אויסגעוואקסן אזוי גרויס. דער רבי איז אויפגעצויגן געווארן אין דעם שטוב וואו דער בעל שם טוב האט פריער געוואוינט אין מעזיבוזש. די גרויסע תלמידים פלעגן כסדר קומען קיין מעזיבוזש צום ציון, און זיי פלעגן זיך דארט אפשטעלן זיך אפריען און דערכאפן דאס הארץ ביי זיי אין שטוב. אלס קליין קינד איז ער געזעסן אונטערן טיש און געהערט ווי די גרויסע צדיקים דערציילן מעשיות פונעם הייליגן בעל שם טוב. איינמאל האט ער געהערט ווי זיי דערציילן וויאזוי דער בעל שם טוב איז צוגעקומען צו זיינע מדריגות: ווען דער בעל שם טוב איז געווען א קליין קינד פון בלויז פינף יאר אלט, האט זיין טאטע - וואס איז שוין דאן אלט געווען הונדערט יאר - געפילט אז ער גייט שוין אוועק פון דער וועלט. ער האט צוגערופן זיין קליין קינד צו זיך און אים געזאגט: "ישראליקל, איך דארף שוין אוועקגיין פון דער וועלט, אבער האב נישט קיין מורא, דו בלייבסט נישט אליין. געדענק, דער אויבערשטער איז שטענדיג מיט דיר, און אלעס וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן פונעם אויבערשטן." אזוי ארום איז דער בעל שם טוב אויפגעוואקסן. &nbsp; איין טאג איז ער ארויס שפאצירן אין וואלד און גערעדט צום אויבערשטן. פלוצליג באגעגנט ער אן אלטן איד מיט א לאנגער ווייסער בארד, וואס האט אויסגעזען ווי א הייליגער מענטש, און ער האט אים פארגעהאלטן: "אינגעלע, וואס טוסטו דא אליין אין וואלד!?" האט אים דער קליינער ישראליקל געענטפערט: "איך בין נישט אליין, איך בין מיטן אויבערשטן, איך רעד צו אים." זאגט דער איד: "וואס, דו רעדסט צום אויבערשטן? מיינסטו אז ער איז נאך דא? ער איז דאך ווייט אין הימל!" &nbsp; ווען דער בעל שם טוב האט דאס געהערט, האט ער גענומען א שטעקן און אים געשלאגן און געשלאגן, ביז עס איז גארנישט געווארן פון אים; ער האט געזען אז דאס איז געווען דער סמ"ך מ"ם וואס האט אים געוואלט אוועקשלעפן פון זיין אמונה. &nbsp; די מעשה האט דער הייליגער רבי געהערט אלס קליין קינד, און דאס האט אים באגלייט זיין גאנץ לעבן. דעם לימוד האט ער געלערנט מיט זיינע תלמידים זיין גאנץ לעבן, אז עס איז דא נאר איין עצה פאר יעדע פראבלעם: בעטן דעם אויבערשטן, דאנקען דעם אויבערשטן און איבערבעטן דעם אויבערשטן. &nbsp; און דאס &ndash; האט דער רבי געזאגט &ndash; איז די סיבה פארוואס עס איז דא אזא התנגדות אין דער וועלט אויף ברסלב. חז"ל זאגן אונז שוין אויפן פסוק "כרום זלות לבני אדם" (תהלים י"ב, ט'): "אלו דברים שעומדים ברומו של עולם ובני אדם מזלזלין בהן" (ברכות ו ע"ב), און רש"י מסביר דארט: "כגון תפלה". תפילה איז איינע פון די זאכן וואס שטייען אין די העכסטע ספערן פון דער וועלט, אבער מענטשן זענען מזלזל דערין; דעריבער פארשטייען מאנכע נישט די חשיבות פון ברסלב. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געענדיגט אז מען זאל זיך מחזק זיין מיט'ן לערנען דעם רבינ'ס ספרים, און בעטן דעם אויבערשטן מען זאל קענען מקיים זיין אלעס וואס עס שטייט דערין, ווייל אזוי וועלן מיר זיין אמת'ע ערליכע אידן. &nbsp; נאכ'ן בענטשן זענען אלע אריבערגעגאנגען אין בית המדרש, וואו מען האט געטאנצט א לאנגע צייט לכבוד שמחת בית השואבה. &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער כד תשרי תשפ"ז 📝
  • פלאנצן די ד' מינים לאקאל

    שאלה: &nbsp; יעדעס יאר ווען די ערב סוכות טעג קומען אן, זענען די גאסן פול מיט סוחרים וואס פארקויפן ד' מינים. אבער איך וויל פארשטיין איין זאך: פארוואס פארקויפט מען נאר מאראקאנער און יאנעווער אתרוגים? פארוואס קומען די לולבים נאר פון ארץ ישראל, מצרים אדער קאליפארניע? און אזוי אויך די הדסים און ערבות וואס קומען פון איך ווייס אליין נישט וואו. &nbsp; איז מיין שאלה אזוי: פארוואס קען מען נישט פלאנצן די אלע ד' מינים דא ביי אונז לאקאל? &nbsp; &nbsp; תשובה: &nbsp; דאס איז באמת א גוטע שאלה. קודם כל דארף מען אויפמערקן איין וויכטיגע נקודה: די ערבות וואס מען פארקויפט דא, קומען על פי רוב נישט פון קיין ווייטע פלעצער. ערבות וואקסן פיין און וואויל ביי אונז אין די געגנטער. נאך מער פון דעם, דו קענסט אליין פלאנצן דיינע אייגענע ערבות. &nbsp; קומענדיגע יאר וועסטו קענען נוצן דיינע אייגענע ערבות וואס דו האסט אליין געפלאנצט און אריינגעלייגט כוחות דערין. אזוי וועסטו קענען דאנקען דעם אויבערשטן יעדן טאג אויף די מצוה פון ד' מינים, און זיך פרייען מיט'ן טון דעם רצון ה'. &nbsp; און עס איז מן הסתם אסאך גרינגער ווי דו טראכסט. &nbsp; וויאזוי פלאנצט מען ערבות? דאס בעסטע איז צו נעמען די ערבות (די "הושענות") וואס דו האסט גענוצט הושענא רבה, אזוי ווייסטו אז דאס איז א כשר'ע סארט ערבה וואס איז כשר פאר די ד' מינים. &nbsp; די ערשטע זאך איז כדאי אראפצונעמען די בלעטער. די בלעטער וועלן נאר ווערן אויסגעטריקנט און קענען אנמאכן א שמוץ, און בכלל דארף מען באמת נאר דעם צווייג אליין כדי צו קענען פלאנצן א פרישן בוים. &nbsp; ערבה ביימער האבן נישט קיין קערלעך (זוימען) פון וואו זיי איבערצופלאנצן. וויאזוי פלאנצט מען זיי טאקע? זעט די וואונדער פונעם באשעפער: מען דארף בלויז נעמען א קאנטעינער מיט וואסער און אריינשטעקן דעם צווייג אינעווייניג, עס זאל זיין בערך איין אדער צוויי אינטשעס אין די וואסער. עס איז כדאי צו טוישן דאס וואסער יעדע טאג אדער צוויי. &nbsp; בעט דעם אויבערשטן, און נאך א וואך אדער צוויי וועט מען זען בעזרת השם ווי קליינע ווארצלען הייבן אן ארויסצוקומען פונעם צווייג. ווען די פרישע ווארצלען זענען שוין דא, איז עס גרייט פארן נעקסטן שטאפל: עס אריינצופלאנצן אין דער ערד. &nbsp; וואו איז דער בעסטער פלאץ עס צו פלאנצן? די תורה הקדושה אנטפלעקט אונז שוין דעם סוד. דער פסוק רופט עס "ערבי נחל", ווייל ערבות גלייכן זייער שטארק אסאך וואסער (און אויך זון). אויב האט איר א פלאץ אין הויף וואו די זון שיינט גוט און ס'איז א נאסע פלאץ צי עס איז נעבן וואסער, איז דאס דער בעסטער פלאץ. &nbsp; אויב האט איר נישט קיין נאסע פלאץ, איז גוט עס אליין צו באוואסערן כסדר; אויסער דעם דארף עס נישט קיין סך פלעגונג. &nbsp; בעט דעם אויבערשטן עס זאל גוט וואקסן, און קומענדיגן פרילינג וועט איר זען ווי דער ליידיגער צווייג טוט זיך אן פרישע קליידער, און עס וואקסן ארויס דערפון נייע צווייגעלעך און בלעטעלעך. &nbsp; אויב איר ווילט האבן שיינע ערבות אויף יום טוב, איז כדאי אפצושניידן דעם בוים איין מאל אנהייב זומער (בערך ארום שבועות צייט) און נאכאמאל שפעטער אין זומער (נאך תשעה באב), בערך 6-8 וואכן פאר יום טוב. נאך יעדעס מאל וואס מען שניידט אפ די צווייגן וואקסן ארויס פרישע צווייגן, און די צווייגן וואס הויבן אן צו וואקסן אין די צווייטע האלב פונעם זומער זענען פונקט גוט; דאס וועט בס"ד זיין פריש און שיין, גרייט פאר די הייליגע מצוה. &nbsp; די אנדערע דריי מינים זענען שוין אן אנדערע מעשה. דער לולב קומט פון א טייטלבוים וואס דארף האבן א ווארעמערע קלימאט, דער אתרוג נויטיגט זיך אויך אין ווארעמערע באדינגונגען, און אזוי אויך הדסים קענען נאר וואקסן אין אזעלכע פלעצער וואו עס ווערט נישט צו קאלט אינמיטן ווינטער. &nbsp; נישט קיין חילוק פון וואו איר האט די ד' מינים, איז דער עיקר זיך צו פרייען און טאנצן מיט די הייליגע מצוות וואס דער אויבערשטער האט אונז געגעבן.

    < זעה מער יג תשרי תשפ"ז 📝
  • אמעריקע באקומט ברייטע זיכערהייט-רעכטן איבער גרינלאנד

    יעצט קומט פאר אין מאנהעטן די 81'סטע יערליכע גענעראל-פארזאמלונג פון די יונייטעד נעישאנס, וואו פארשטייער פון רוב לענדער האבן די געלעגנהייט זיך אויסצובלאזן איינער אויפן צווייטן, צו פראטעסטירן קעגן עוולות און צו "פארלאנגען גערעכטיגקייט" פון דער וועלט. &nbsp; בשעת די פארשטייער פון די לענדער קומען זיך צוזאם, קומען שוין בדרך אגב פאר פארשידענע מיטינגען צווישן די לענדער, און אזוי אויך ווערן געשלאסן און אונטערגעשריבן פארשידענע אפמאכן. איינער פון די מער אינטערעסאנטע אפמאכן וואס איז דאס מאל אונטערגעשריבן געווארן, איז א נייער זיכערהייט-אפמאך צווישן אמעריקע, דענמארק און גרינלאנד. &nbsp; טראמפ האט אין דער פארגאנגעהייט שארף פארלאנגט אז דאס ריזיגע ליידיגע גרינלאנד זאל גענצליך אריבערגיין אונטער אמעריקע, וואס וועט עס ארייננעמען אלס א סטעיט, טענה'נדיג אז אויב נישט וועט זיך א צווייטע גרויסמאכט ווי כינע אדער רוסלאנד אהין רוקן און פארכאפן די קאנטראל פון דעם וויכטיגן שטח. &nbsp; עס זענען דא מענטשן וואס האבן א פאביע פון ווערן "פארכאפט". ווען מען רעדט פון ברסלב, הייבן זיי אן צו ציטערן: "אוי, ברסלב וועט מיר פארכאפן, מען דארף אכטונג געבן..." דער ראש ישיבה שליט"א זאגט דערויף אז עס וועט דיר גארנישט נוצן, איינער וועט דיר סיי ווי פארכאפן. &nbsp; פארשידענע גרויסמאכטן האבן שוין געלייגט אן אויג אויף דיר: עס קען זיין אז א טעראפיסט וועט דיר פארכאפן און דיר נעבעך איינרעדן צו "שטיין אויף דיינע רעכטן", אדער ווער ווייסט צי עפעס א "געזונט-ניסל" וועט דיר פארכאפן אין זיין נעץ און דו וועסט נעבעך אויסגעבן דיין גאנצן פארמעגן אויף אוילן, מינעראלן און "עכטע" נאטורליכע עסנווארג. דאס איז נאך גוט; וואס וועסטו אבער טון ווען דער סמארטפאון וועט דיר פארכאפן? &nbsp; איז דען נישט בעסער צו גיין צו א צדיק און ווערן פארכאפט צום אויבערשטן? וואס וועט שוין זיין? סך הכל וועט ער דיר איבעררעדן "נישט" צו זיין גערעכט, נאר ענדערש זאלסטו מוותר זיין און איבערבעטן. ער וועט דיר אריינלייגן אין קאפ אז דער אויבערשטער און די תורה זענען יא זיס, און דו זאלסט געבן נאך איין שאנס פארן רבי'נס דרך הלימוד. &nbsp; דער צדיק וועט דיר פארכאפן מיט אמונה; ער וועט דיר אזויפיל מאל אריינהאקן אין קאפ אז דער אויבערשטער געפינט זיך דא ביי דיר, מיט דיר און נעבן דיר, ביז פלוצלינג וועסטו זיך זען רעדן צום אויבערשטן. &nbsp; עס זעט אויס אז דענמארק האט אויך געכאפט דעם קאנצעפט און האט איינגעזען אז צופיל גרויסע מאכטן האבן געלייגט אן אויג אויף גרינלאנד. כאטש דענמארק האט אין אנהייב אינגאנצן אפגעווארפן דעם אמעריקאנער פארלאנג איבער איבערנעמען גרינלאנד, זענען אבער אונטער די קוליסן פארגעקומען פארהאנדלונגען וואס זענען נעכטן געקומען לידי גמר. &nbsp; אונטערן נייעם זיכערהייט-אפמאך וועט אמעריקע שטארק פארברייטערן איר מיליטערישע אנוועזנהייט אויף דעם ריזיגן ארקטישן אינזל. גרינלאנד וועט טאקע נישט ווערן א טייל פון אמעריקע; דער אפמאך אנערקענט דעם גרינלאנדישן פאלק'ס רעכט צו זעלבסטבאשטימונג. &nbsp; וואס אמעריקע באקומט אבער איז א גאר ברייטע און לאנג-טערמיניגע זיכערהייט-פאזיציע: אמעריקאנער מיליטערישע איינריכטונגען קענען פארברייטערט און מאדערניזירט ווערן, און דער אפמאך שטעלט זיכער אז לענדער וואס זענען נישט אין נאטא זאלן נישט קענען אויפשטעלן מיליטערישע באזעס אדער באקומען א סטראטעגישע מיליטערישע אנוועזנהייט אויפן אינזל. צווישן אנדערע פלאנירט אמעריקע אויסצוברייטערן די עקזיסטירנדע אמעריקאנער באזע אין פיטופיק, און אויפצושטעלן נאך צוויי מיליטערישע איינריכטונגען: איינס אין נארסארסואק אין דרום גרינלאנד, און די צווייטע אין מעסטערסוויג אין מזרח פונעם אינזל.

    < זעה מער יב תשרי תשפ"ז 📝
  • דיהיידרעישאן

    שאלה: מיין שאלה איז איבער דיהיידרעישאן. איך האב נעכטן געהאט א זייער שווערע מעשה: איך בין אהיימגעקומען נאך א טאג ארבעט און איך האב זיך זייער נישט גוט געפילט. איך האב נישט געוואוסט וואס עס גייט פאר מיט מיר, און שפעטער האב איך זיך אויפגעוועקט אין אן אמבולאנס. מיין ווייב האט מיר דערציילט אז איך האב געחלשט. &nbsp; איך האב זיך געפונען אינעם אמבולאנס מיט א געשטאכענע האנט אויפן וועג צום שפיטאל. זיי האבן מיר געזאגט אז איך בין זייער אויסגעטרוקנט (דיהיידרעיטעד), און דערפאר געבן זיי מיר פליסיגקייט דורך די אדערן. איך האב זיי געזאגט: "איך וועל טרינקען וויפיל וואסער איר ווילט, אבער לאזט מיך אהיימגיין," אבער זיי האבן מיר מסביר געווען אז עס ארבעט נישט אזוי און מען מוז אריינפארן אין שפיטאל זיך איבערצוטשעקן. &nbsp; אין שפיטאל האט מען מיר געזאגט אז איך האב געהאט גרויסע נסים, ווייל די דיהיידרעישאן איז געווען זייער ערנסט. איך בין דארט געבליבן א גאנצע נאכט ביז מען האט מיר ברוך השם באפרייט. &nbsp; וואס איך וויל פארשטיין איז: וואס פונקטליך איז דיהיידרעישאן? און וואס איז שוין אזא עסק אויב איך האב געטרונקען אביסל ווייניגער וואסער? &nbsp; &nbsp; ענטפער: א גרויסן יישר כח פאר דיין שאלה. לאמיר קודם ענטפערן אויף דיין פראגע איבער דעם ווארט "דיהיידרעישאן". אזוי ווי אסאך מעדיצינישע טערמינען, שטאמט דאס ווארט פון גריכיש און לאטייניש. אין גריכיש מיינט דאס ווארט "היידרא" וואסער, און אין לאטייניש, ווען מען לייגט צו דעם פרעפיקס "די" פאר א ווארט, מיינט עס "אָן" אדער "ווייניג". אין פשוט'ן אידיש וואלט מען עס אפגעטייטשט אלס "א מצב פון מאנגל אין וואסער". &nbsp; עס איז א געוואלדיגער וואונדער פונעם באשעפער צו זען פון וואס א מענטש באשטייט. מען קוקט אן א מענטש און מען מיינט אז ער באשטייט בלויז פון פלייש און ביינער, אבער דער אמת איז אז א גרויסער טייל פונעם מענטש איז וואסער. מער ווי האלב פונעם מענטשליכן קערפער איז וואסער; בשעת פראטעין, פעטס, מינעראלן, קארבאהיידראטן און אלע אנדערע באשטאנדטיילן נעמען אינאיינעם אויף בערך 40 פראצענט פונעם קערפער, באשטייט די איבעריגע בערך 60 פראצענט פון פשוט'ע וואסער. &nbsp; פונקט ווי א מענטש פארשטייט אז ברוחניות דארף מען כסדר האבן תורה &ndash; און אפילו עס קען אויסזען פונדרויסן ווי דער מענטש גייט אן געהעריג, ער האט א שיינע רעקל, א נייע קאר, און ער פארט אויף וואקאציע, אבער אן תורה איז דער מענטש "טרוקן" און ער קען נישט פונקציאנירן. ער דארף עמוירדזשענסי עפענען א גמרא, ווייל אויב נישט, וועלן אלע זיינע ארומיגע דארפן ליידן פון אים א גאנצן טאג מיט טענות ווי "פארוואס קוקסטו?" אדער "טאנץ נישט!". &nbsp; די זעלבע זאך איז בגשמיות: ווען א מענטש טרינקט נישט גענוג פליסיגקייטן, אפילו אויב ער עסט גענוג און מען זעט עס נישט אן פונדרויסן, קען ער נישט געהעריג אנגיין. בפרט אין א הייסן זומער טאג, ווען מען שוויצט און מען פארלירט אסאך פליסיגקייטן, דארף מען טרינקען פיל מער. און זיסע סאדע אדער דזשוס איז נישט גענוג; דער מענטש דארף וואסער &ndash; פשוט'ע, ריינע, געשמאקע וואסער &ndash; און דאס וועט אים בעז"ה האלטן געזונט. &nbsp; אזוי ווי ברוחניות דארף א מענטש האבן תורה - פשוט'ע ריינע תורה - זיך אנצופילן אין די גוטע צייטן מיט אסאך משניות, אזוי אז ווען עס וועט קומען א שווערע צייט און מען וועט שוויצן פון נסיונות, זאל מען קענען אנגיין נאר מיט דעם כח התורה. &nbsp; די זעלבע זאך איז מיט אמונה. א מלמד האט אמאל געפרעגט דעם ראש ישיבה וויפיל צייט ער זאל אוועקגעבן אין חדר פאר אמונה. ער האט מסביר געווען "מען דארף דאך האבן צייט פארן דאווענען, פארן עסן, פאר חומש, פאר שרייבן און פארן שפילן, איז וויפיל צייט זאל מען ווידמען אויף צו חזר'ן אמונה?" האט דער ראש ישיבה געענטפערט: "גארנישט." &nbsp; - "גארנישט?!" &nbsp; - "וויפיל צייט געסטו אוועק אויף צו אטעמען?" האט אים דער ראש ישיבה צוריקגעפרעגט. &nbsp; - "וואס הייסט? מען דארף נישט ספעציעל אוועקגעבן קיין צייט פאר דעם, יעדע זאך טוט מען דאך בשעת מען אטעמט! מען דאווענט מיט אטעמען, מען עסט און מען אטעמט, און מען שפילט בשעת מען אטעמט." &nbsp; - "די זעלבע זאך איז מיט אמונה," האט דער ראש ישיבה געזאגט. "יעדע זאך דארף מען טון מיט אמונה. א גאנצן צייט, בשעת מען לערנט, מען עסט אדער מען שפילט, טוט מען אלעס מיט אמונה." &nbsp; און דערפאר דארף מען שוין יעצט אנהייבן זיך אנצופילן. &nbsp; ווארט נישט ביז דו ביסט שוין אינגאנצן אויסגעטרוקנט און ערשט דעמאלטס הייבסטו אן זוכן וואסער; דו ווילסט דאך נישט אנקומען אין שפיטאל. ווארט נישט ביז עס קומט א שווערער נסיון און ערשט דעמאלטס הייבסטו אן זוכן אמונה. פאק זיך אן יעדן טאג מיט נאך א ביסל תורה, נאך א ביסל תפילה, און נאך א ביסל אמונה, ווייל פונקט ווי דער גוף קען נישט לעבן אן וואסער, קען א איד נישט לעבן אן אמונה. &nbsp; אין מים אלא תורה &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער יב תשרי תשפ"ז 📝
  • גרויסע שמחה פון סיום מסכת חולין און התחלת מסכת בכורות

    "לא היו ימים טובים לישראל כט"ו באב וכיום הכיפורים" - זאגן חז"ל. די גמרא פרעגט פארוואס ט"ו באב איז אזא גרויסע יום טוב, אבער איבער יום כיפור איז עס פשוט: דער עצם היום איז מכפר. א מענטש גייט אריין אין דעם יום הקדוש, נעבעך פארשמירט מיט עבירות, און קומט ארויס ריין און ווייס; דאס איז דאך דער גרעסטער יום טוב. &nbsp; יעצט, ווען מיר שטייען אינעם גרויסן טאג ערב יום הקדוש, וואס קען דען זיין א גרעסערע און בעסערע הכנה ווי אנהייבן א נייע מסכתא? נעכטן שבת קודש איז געווען א גרויסער יום טוב ביי אנשי שלומינו; מען האט געפראוועט יעדער ביי זיך אינדערהיים, אינאיינעם מיט די ווייב און קינדער, א גרויסארטיגן סיום מסכת חולין. מען האט געדאנקט און געלויבט דעם אויבערשטן אז עס זענען דורך איבער 140 טעג וואס מען האט יעדן טאג געלערנט א דף גמרא, וואס האט ארומגענומען דעם גאנצן זומער סעזאן, אריינגערעכנט שבועות, אפשר א וואקאציע, און ראש השנה אין אומאן. עס זענען געווען גרינגערע טעג און שווערערע טעג, אבער דאס לערנען האט אונז דערהאלטן איבערן וואסער, מען זאל חלילה נישט פארשוועמט ווערן פון אלע יסורים און איבערגייעכצער. מען האט זיך אנגעטון א "רעטונג וועסטל" - א "בלעטל גמרא" - און מיט דעם כח איז מען אריבערגעשווימען אלע זיבן וואסערן. &nbsp; יעצט זענען מיר אנגעקומען צו א פרישע סטאנציע; די באן גייט אזוי פארן פאר צוויי חדשים, מען גייט לערנען די הערליכע מסכת בכורות. היינט ערב יום הקדוש הייבט מען אן דף ב'. מארגן יום הקדוש דארף מען טאקע פאסטן, דער אויבערשטער זאגט "ועניתם את נפשותיכם", אבער די נשמה דארף נישט פאסטן; מארגן וועט מען "עסן" דף ג', און אזוי ווייטער יעדן טאג פון די ימי השמחה פון סוכות און ווייטער. &nbsp; און אז דער סמ"ך מ"ם וועט קומען מיט זיינע פשטלעך: "איך האב נישט קיין קאפ", "איך האב נישט קיין צייט", "איך האב נישט קיין נערוון". ער וועט טענה'ן אז מילא דער רב, דער דיין אדער דער כולל אינגערמאן, ער קען נעמען א קובץ מפרשים און זיך אריינטאן ראשו ורובו אין די גמרא מיט תוספות, אבער איך קום קוים אן צו זאגן א קאפיטל תהלים. אויף דעם קומט דער הייליגער רבי און איז אונז מגלה אין שיחות הר"ן סימן ע"ו, אז "אין צריכין בלימוד רק האמירה בלבד" - "מען דארף בלויז זאגן די ווערטער". די אלע וואס האבן זיך איינגעבויגן דעם קאפ און אנגענומען דעם רבי'נס ווערטער בתמימות ובפשיטות, האלטן שוין יעצט נאכן ענדיגן בבלי, ירושלמי, תוספתא, מדרשים, זוהר און תיקונים. אבער די וואס זענען געווען צו קלוג און געזאגט "עס איז נישט ממש אזוי" אדער "דאס איז נישט דעם רבינ'ס זאך", זענען נאך ביז יעצט פארנומען מיט קופקעס אין פאליש צי מען האט יא געהאלטן דערפון אדער נישט. &nbsp; עס איז א שאד די צייט, מען גייט שוין באלד אהיים; וואס וועט מען מיטנעמען מיט זיך? א גאנצע שאנק מיט מאגאזינען און צייטונגען, אדער א ספרים-שאנק פון ש"ס ופוסקים? לאמיר בעטן דעם אויבערשטן אז מיר זאלן האבן די תמימות צו קענען נעמען דעם רבי'נס ווערטער כפשוטו, דאן וועלן מיר האבן א גוט לעבן בזה ובבא.

    < זעה מער ט תשרי תשפ"ז 📝
  • מכון עצתו אמונה צייכנט אפ 450 אידישע און 300 לשון הקודש קונטרסים "עצות אמונה"

    דעם היינטיגן שבת ווערט געפראוועט ביי כלל ישראל "שבת שובה", ווען מען זאגט נאכן ליינען די הפטורה פון "שובה ישראל" אז אידישע קינדער זאלן זיך צוריקקערן צום אויבערשטן. דער אויבערשטער ווארט אז "קחו עמכם דברים ושובו אל ה'", עפן דיין מויל און זאג ארויס עטליכע ווערטער: "איך האב געזינדיגט, איך וויל צוריקקומען צו דיר". &nbsp; וואס קען זיין בעסער, שענער און פאסיגער ווי דעם וואס פונקט אין דעם שבת ווערט אפגעצייכנט אין די אפיסעס פון מכון "עצתו אמונה" די ערשיינונג פונעם 450סטן אידישן קונטרס "עצות אמונה" און דעם 300סטן לשון הקודש קונטרס "עצות אמונה". &nbsp; דער וואס לערנט די הייליגע קונטרסים "עצות אמונה", פראוועט 365 ימי תשובה א גאנץ יאר. די קונטרסים האבן איין ציל: צו דערמאנען אידישע קינדער אז אונזער טאטע, דער קעניג פון דער וועלט, האט אונז ליב; ער זעט יעדע גוטע זאך וואס מיר טוען, און אפילו יעדע גוטע זאך וואס מיר ווילן נאר טון. מיר דארפן בלויז נוצן אונזער מויל ארויסצוזאגן אונזערע רצונות און כיסופים, און דאס וועט אונז מקרב זיין צו אים. &nbsp; די קונטרסים באשטייען פון בערך ניין טויזנט בריוו, און צוויי א האלב טויזנט שאלות ותשובות, אין וועלכע עס ווערן באהאנדלט א ברייטע אויסוואל פון נושאים און ענטפערס אויף שאלות און ענינים וואס זענען נוגע פאר אנשי שלומינו טאג-טעגליך; דאס האט דער ראש ישיבה געשריבן יעדע וואך מיט א געוואלדיגע מסירות נפש, כדי צו געבן חיזוק, עצות און הדרכות פאר אלע וואס האבן זיך געוואנדן צו אים. &nbsp; שטייענדיג ביי די סימבאלישע ציפערן פון 450 און 300, איז צייט זיך אפצושטעלן און מכיר טוב זיין פאר די אלע וועלכע געבן זיך אפ דערמיט און געבן אוועק צענדליגע שעות יעדע וואך, אלעס נאר כדי אנשי שלומינו זאלן זיך קענען אנשעפן פונעם "נחל נובע מקור חכמה", פונעם "נהר המטהר מכל הכתמים", און זיך אויפפרישן מיט די זיסע עצות פון אמונה. &nbsp; דער גרעסטער טייל פון דער ארבעט שפילט זיך אפ הינטער די קוליסן, וואו א געטרייע שטאב פון אנשי שלומינו ארבעטן יעדע וואך אז די קונטרסים זאלן קענען ארויסקומען אין א קלארן, שיינעם און בא'טעמ'טן פארמאט. &nbsp; צוערשט קומט זיך א דאנק פאר מו"ה שמעון עוזר פערל שליט"א פון ירושלים עיה"ק, צוזאמען מיט זיין געטרייע אשת חיל, וואס זענען זיך מוסר נפש אויף דער ארבעט פון איבערטייטשן און צוגרייטן דעם לשון-קודש'דיגן קונטרס וואך נאך וואך. אזוי אויך העלפט ארויס אין די ארבעט די חשוב'ע מרת קעניג תחי' פון צפת, וואס נעמט א חשוב'ן טייל אין דער איבערזעצונג און צוגרייטונג. &nbsp; בראש פון דער מערכה שטייט דער געטרייער מנהל המכון, הר"ר יואל מנחם גרשון שניצלער שליט"א, וואס באגלייט די קונטרסים מתחילה ועד סוף און מאכט זיכער מיט א סייעתא דשמיא אז יעדע וואך זאל ארויסקומען א הערליכער און בא'טעמטער קונטרס. &nbsp; נאכדעם וואס דער מנהל הר"ר יואל מנחם גרשון מאכט זיכער בס"ד אז די קונטרסים זענען גוט מוגה און גרייט, ווערט דער ניקוד מסודר מיט גרויסער געטריישאפט דורך מו"ה יודא לייב ווייס הי"ו. דערנאך גייט דער קונטרס צוריק צו הר"ר שמעון עוזר, וואס שטעלט אויס און איז מסדר ביידע קונטרסים &mdash; סיי דעם אידישן און סיי דעם לשון הקודש'דיגן &mdash; ביז זיי זענען אינגאנצן גרייט צום דרוק. &nbsp; מען קען קויפן זכותים אינעם ספר דורך אפקויפן א "זכות מהדורה" יעדע וואך. רופט יעצט דעם גבאי מו"ה לייב ראטה ביי 347-578-4449 זיך איינצוקויפן זכותים נצחיים, וואס וועלן אייך זיכער צוניץ קומען בזה ובבא.

    < זעה מער ו תשרי תשפ"ז 📝
  • אידישער בחור בנימין כאסין פון איראק גענצליך באפרייט

    מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די בשורה אין דער אידישער וועלט, אז דער בחור בנימין כאסין איז ענדליך באפרייט געווארן פון טורמע אין דעם קורדישן טייל פון איראק, נאכדעם וואס ער איז דארט געווען פארשפארט פאר לאנגע און שווערע יארן. &nbsp; די באפרייאונג קומט נאך א לאנגן און קאמפליצירטן לעגאלן קאמף, אין וועלכן עס איז צום ערשט געלונגען צו פארמיידן דעם הארבסטן אורטייל קעגן אים &mdash; א טויט אורטייל &mdash; און דאס איבערצוטוישן אויף א טורמע טערמין. אין די לעצטע תקופה האבן עסקנים און אדוואקאטן זיך אריינגעלייגט אינעם קעיס מיט אלע כוחות, ביז דער אויבערשטער האט געהאלפן אז ער איז גענצליך באפרייט געווארן. &nbsp; דער קאמף האט באקומען א נייעם שטארקן שטופ אין די וואכן פארן פארלאפענעם ראש השנה תשפ"ו, ווען דער עולם איז געווארן מער באקאנט מיט דעם שווערן מצב און א ברייטע קאמפיין איז אנגעגאנגען צו שאפן די נויטיגע געלטער. אידן פון איבעראל האבן זיך פאראייניגט צו העלפן ברענגען א סוף צו דער לאנגער פרשה, און צום סוף איז אויפגעטריבן געווארן א גרויסע סומע געלט פאר די משפחה פון דעם הרוג, וועלכע האט מסכים געווען צו א סולכא &mdash; א פארגעבונג אין אויסטויש פאר א פארגיטיקונג, וואס האט באטראפן ארום א פערטל מיליאן דאלאר. &nbsp; דאס קומט אין די טעג פון ערב יום כיפור, ווען מיר אלע גייען דורך אן ענליכן פראצעס; מיר בעטן פונעם אויבערשטן א "סולכא" &ndash; סליחה, מחילה וכפרה. אבער געלויבט איז דער אויבערשטער אז מיר האבן אזא גוטן באשעפער, א מלך חפץ בחיים וואס זוכט אז מיר זאלן ארויסגיין זכאי בדין און פארשריבן ווערן בספר החיים. ער פארלאנגט נישט קיין שווערע זאכן, נאר בלויז מיר זאלן אים זאגן: "זיי מיר מוחל, מיר גייען שוין זיין גוט", און ער שענקט אונז תיכף א מחילה, סליחה וכפרה. &nbsp; אבער ביי א בשר ודם איז עס אסאך שווערער. אונזער געשיכטע ציט זיך שוין צוריק אסאך יארן. בנימין כאסין, וועלכער איז געבוירן געווארן אין ארץ ישראל, איז דעמאלט געפארן קיין איראק צו באזוכן פאמיליע מיטגלידער וואס האבן דארט געוואוינט. בעת זיין וויילן אין לאנד, האט ער זיך אנגעשלאסן אין די קורדישע קרעפטן, וואס האבן דעמאלט געפירט א קאמף קעגן דער טעראריסטישער ארגאניזאציע "אייסיס", וואס האט פארנומען גרויסע טיילן פון איראק און סיריע. &nbsp; אין א געוויסן מאמענט האט זיך אבער די רייזע פארוואנדלט אין א טראגעדיע. לויט די באריכטן, איז בנימין געפארן אין א טעקסי ווען דער דרייווער האט &ndash; לויט די באשולדיגונגען &ndash; פרובירט אים איבערצוגעבן פאר אייסיס. עס איז אויסגעבראכן א פיזישער געפעכט צווישן זיי, אין וועלכן דער דרייווער איז שווער פארוואונדעט געווארן און איז שפעטער געשטארבן פון זיינע וואונדן. &nbsp; בנימין איז נאכדעם ארעסטירט געווארן דורך די איראקער אויטאריטעטן, און איז פאראורטיילט געווארן צום טויט דורך הענגען רח"ל. &nbsp; פאר יארן לאנג איז דער קעיס געבליבן אונטערן אויבערפלאך, ווען פארשידענע עסקנים האבן פרובירט צו טון דערין און ארויסהעלפן אין דעם קאמפליצירטן פאל. דער דורכברוך איז געקומען ווען א גרופע היימישע עסקנים, אינאיינעם מיט אדוואקאטן, האבן באוויזן איבערצורעדן די משפחה פונעם געהרגעטן אז זיי זאלן זיך לאזן איבערבעטן &ndash; אן אנגענומענער מהלך אין יענע לענדער. &nbsp; די "סולכא" האט צום ערשט געברענגט דערצו אז דער טויט-אורטייל זאל בטל ווערן, און די שטראף איז געטוישט געווארן צו א לאנגן טורמע טערמין. נאך ווייטערדיגע השתדלות איז ענדליך דערגרייכט געווארן דער פאזיטיווער רעזולטאט: בנימין איז באפרייט געווארן פון טורמע. &nbsp; נאך אזויפיל יארן פון זיין אפגעריסן פון זיין היים און משפחה, איז די בשורה איבער זיין באפרייאונג אויפגענומען געווארן מיט גרויס התרגשות. לויט די באריכטן ווערט ער ערווארטעט צוריקצוקומען קיין ארץ ישראל נאך פאר שבת, וואו ער וועט זיך נאכאמאל טרעפן מיט זיינע נאענטע, וועלכע האבן במשך די לאנגע יארן געווארט און מתפלל געווען אויף דעם טאג.

    < זעה מער ה תשרי תשפ"ז 📝
  • הערליכע יום טוב ראש השנה תשפ"ז אריבער אויף אנשי שלומינו אין אומאן

    גאר א שיינער און געהויבנער יום טוב ראש השנה איז אריבער אויף אנשי שלומינו אין אומאן. עס איז שווער אראפצושרייבן דעם גאנצן יום טוב אין די קורצע שפאלטענעס פונעם גליון, דעריבער וועלן מיר בלויז פרובירן צו געבן א קורצן באריכט פון די הייליגע טעג. &nbsp; קרוב צו הונדערט טויזנט אידן האבן זוכה געווען דורכצוברעכן אלע מניעות און שוועריקייטן, און האבן זוכה געווען צו זיין דאס יאר ביים הייליגן רבי'ן אין אומאן אויף ראש השנה. פון יעדן ווינקל איבער די גאנצע וועלט קומען אידן צו פארן צום הייליגן רבי'ן, אויסצופאלגן זיין בקשה אז מ'זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, אויסצופועל'ן א זיס ליכטיג יאר, און אהיימצופארן מיט א ריינע נשמה און מיט פילע זעק מיט ישועות און רפואות פארן גאנצן יאר. &nbsp; טראץ דעם וואס אין די לעצטע פאר יאר איז געווארן פיל שווערער צו קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, צוליב דעם וואס די לופטפעלדער אין אוקראינע זענען פארשלאסן און מען דארף פארן דורך די ארומיגע לענדער &ndash; א זאך וואס מאכט די נסיעה פיל שווערער און לענגער &ndash; דאך ווערט דער קיבוץ ביים הייליגן רבי'ן נאר גרעסער מיט יעדן יאר וואס קומט צו גיין. &nbsp; דער ריזיגער ציבור האט זיך אויסגעשפרייט איבער גאנץ אומאן; פילע טויזנטער דירות, אכסניות, און האטעלן זענען געווארן איבערגעפילט מיט אידן אין לויף פון די טעג פאר ראש השנה. הונדערטער שולן און בתי מדרשים איבער גאנץ אומאן זענען געווען פול מיט אידן במשך דעם יום טוב, וועלכע האבן זיך צוזאמגעקליבן צו דאווענען און אויסבעטן א גוט יאר. אבער דאס הארץ פון די פילע טויזנטער אידן איז געווען געוואנדן צו איין פלאץ: צום ציון הקדוש פונעם הייליגן רבי'ן, וואס ער האט זיך אונטערגענומען צו זיין א מליץ יושר פאר אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה, אויסצופועל'ן פאר זיי א גוט געבענטשט יאר. &nbsp; בנין היכל הקודש אין אומאן &nbsp; דער בנין היכל הקודש אין אומאן, א שטילער ווינקל ארויס פון די רעשיגע הויפט גאסן פון אומאן, האט זיך ארויסגעשטעלט אין די לעצטיגע יארן צו זיין גאר א געשמאק פלאץ פאר אנשי שלומינו במשך דעם יום טוב. אלע געברויכן זענען צוגעשטעלט אויפ'ן פלאץ: דער גרויסער היכל הבית המדרש, א מקוה, אן עס-זאל, די אויבערשטע שטאקן מיט שלאף-צימערן, און אלעס ארום איז צוגעשטעלט אויפ'ן בעסטן און שענסטן פארנעם, א דאנק די חשוב'ע אינגעלייט וואס לייגן אריין שווערע כוחות פאר לאנגע וואכן און חדשים במשך דעם יאר פאר די טובה פון אלע אנשי שלומינו. &nbsp; ספעציעל פאר די וואס ברענגען שוין מיט קינדער קיין אומאן &ndash; אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אלץ אז מען זאל מיטברענגען די קינדער קיין אומאן, כדי די קינדער זאלן אויפוואקסן און וויסן אז ראש השנה איז מען ביים הייליגן רבי'ן אין אומאן &ndash; איז דער בנין ממש א ישועה; א הייליג און ריין פלאץ, אפגעהיטן פון די גאס, וואו די קינדער קענען שיין מיטהאלטן דעם גאנצן יום טוב און זיין אפגעהיטן פון אלעס שלעכטס. &nbsp; אין די לעצטע יארן איז אויך געווען צוגעשטעלט אין די וואכנטעג אין אומאן א הערליכער חדר פאר אלע קינדער וואס זענען געקומען קיין אומאן אינעם בנין היכל הקודש. דאס יאר איז נישט געווען צופיל וואכנטעג צו מאכן חדר פאר די קינדער, דעריבער האט מען געמאכט דעם חדר נאר אום ערב ראש השנה. נאנט צו צוויי הונדערט קינדער זענען געווען אין חדר, אנגעפירט דורך חשוב'ע מלמדים. די קינדער האבן אינאיינעם געגעסן, געדאווענט און געלערנט, און ביי חצות היום זענען די קינדער געגאנגען מיט די מלמדים צום ציון הקדוש צו זאגן אינאיינעם תיקון הכללי און זיך אויסבעטן אלעס גוטס. &nbsp; במשך דעם יום טוב זענען די קינדער געזעסן אין שול אינאיינעם מיט די מלמדים, אויבן-אן נעבן דעם ראש ישיבה שליט"א, און שיין געדאווענט מיט חשק און ברען. ביים סוף פונעם יום טוב זענען די קינדער באלוינט געווארן מיט ווערדפולע מתנות פאר'ן זיך אזוי שיין אויפפירן במשך די גאנצע צייט אין אומאן. &nbsp; שאטל &nbsp; די גבאים פונעם "רענט קאמפיין" און די "נסיעה טרעוול" רייזע אגענטור האבן דאס יאר ווידער צוגעשטעלט די גאר נוצבארע סערוויס: די שאטל באסעס וואס קורסירן צווישן דעם בנין היכל הקודש (וואס איז א האלבע שעה צו גיין צופיס) און דעם הייליגן ציון. דער שאטל איז אנגעגאנגען פיר און צוואנציג שעה ארום דעם זייגער אין די וואכנטעג, ווען יעדע פופצן מינוט איז געווען א באס סיי ביים ציון הקדוש און סיי ביים בנין היכל הקודש, מיט וואס דער עולם האט זיך מחיה געווען אנצוקומען גרינגערהייט צום הייליגן ציון וואו מען האט זיך אויסגעבעטן א גוט יאר. &nbsp; סליחות זכור ברית &nbsp; ערב ראש השנה פארטאגס, אום 4:15, איז דער גאנצער ציבור זיך צוזאמגעקומען אין בית המדרש צו זאגן אינאיינעם סליחות זכור ברית מיט גרויס התעוררות. פאר'ן עמוד האט פארגעזאגט דער חשוב'ער גבאי פון שטעטל, הרה"ח ר' אברהם הערש וועבערמאן שליט"א, און אינאיינעם האט מען זיך אויסגעבעטן א גוט געבענטשט יאר. &nbsp; גלייך נאך סליחות האט מען זיך געשטעלט דאווענען שחרית כוותיקין, און נאכ'ן דאווענען און תיקון הכללי האבן זיך פארמירט לאנגע ליניעס אריבערצוגיין צום ראש ישיבה שליט"א פאר פדיון נפש. דער ראש ישיבה שליט"א האט יעדן געגעבן זיין פריוואטע צייט און אנגעווינטשן להכתב בכתיבה וחתימה טובה. &nbsp; התעוררות ביים ציון &nbsp; די התעוררות וואס טוט זיך ביים הייליגן ציון איז נישט מעגליך צו באשרייבן פאר דעם וואס איז נישט דארט געווען. פיר און צוואנציג שעה אין טאג איז דער הייליגער ציון באלאגערט מיט אידן וואס קומען צום הייליגן ארט, פון וואו טויזנטער תפילות ווערן געענטפערט. מען קומט אהין און מען גייט ווי אריין אין אן אנדערע וועלט; מען זעט נישט קיינעם און מען הערט נישט קיינעם. ביים ציון פונעם הייליגן רבי'ן זעט מען נאר דעם אייבערשטן, דאס הארץ עפנט זיך אויף, מען וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, מען פועל'ט ישועות, און מען גייט ארויס מיט א לייכטן געמיט און פארזיכערט אז די תפילות זענען אנגענומען געווארן ביים אייבערשטן. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן פאר ראש השנה אז יעדן טאג וואס מען געפינט זיך אין אומאן זאל מען כאטש איינמאל גיין צום ציון. אנשי שלומינו האבן טאקע אויסגענוצט די הייליגע טעג פון ראש השנה און ארום, און זענען יעדן טאג געגאנגען צום ציון &ndash; טייל איין מאל און טייל עטליכע מאל, יעדער לויט זיין מעגליכקייט &ndash; און זיך אויסגעבעטן אלעס גוטס. &nbsp; אין די צוויי טעג ראש השנה איז דער רוב עולם געגאנגען פארטאגס צום ציון, ווען דער ציון איז מער ליידיג, דאס הארץ איז מער אפן, און דער מח האט מער ישוב הדעת, און דערנאך איז מען צוריקגעקומען צום דאווענען אין בית המדרש. &nbsp; ראש השנה ביים הייליגן רבי'ן &nbsp; ראש השנה ביים זמן איז מען זיך צוזאמגעקומען צו מנחה. דער דיין הגאון ר' יונה זינגער שליט"א איז צוגעגאנגען צום לעצטן מנחה פונעם יאר, וואס מ'האט געדאווענט מיט א שטארקע התעוררות. מעריב האט געדאווענט הרה"ח ר' אברהם הערש וועבערמאן, וואס האט אויך פארגעזינגען דעם פיוט "אחות קטנה" אויפ'ן ספרדישן ניגון, אזוי ווי מען פלעגט עס זינגען ביי מוהרא"ש זי"ע. נאך מעריב איז דער עולם אריבער זיך אנווינטשן לשנה טובה ביים ראש ישיבה, וואס האט יעדן שיין אנגעווינטשן. &nbsp; נאך א שיינער סעודה האט זיך דער עולם געאיילט צו גיין שלאפן, כדי צו קענען אויפשטיין אינדערפרי פאר'ן עלות נישט צו פארשלאפן דעם מזל; מען איז געלאפן אין מקוה און געגאנגען צום ציון. &nbsp; אום אכט אזייגער האט מען זיך געשטעלט דאווענען. צו פסוקי דזמרא איז צוגעגאנגען דעם ערשטן טאג הר"ר שלמה רוטה שליט"א, און דעם צווייטן טאג האט געדאווענט הר"ר אלחנן חיים רוטה שליט"א. דער ראש ישיבה שליט"א האט געדאווענט שחרית און מוסף, וואס איז געווען זייער שיין. די בארימטע כאאר פון ישיבה אינאיינעם מיט די קינדער האבן זייער שיין מיטגעזינגען ביים דאווענען. עס האט געהערשט גאר א גרויסע התעוררות אין שול ביי די תפילות. פילע הונדערטער אידן האבן זיך געשלעפט צום בנין היכל הקודש מיטצוהאלטן דעם הערליכן און התעוררות'דיגן דאווענען, וואס האט צועפנט די הערצער פון אלע מתפללים, און דאס וועט בלייבן איינגעקריצט ביי זיי פאר א לאנגע צייט. &nbsp; כאטש מען האט נישט געבלאזן שופר דעם ערשטן טאג ראש השנה, וואס איז אויסגעפאלן אום שבת קודש, האט אבער דער ראש ישיבה שליט"א יא געגעבן א תקיעת שופר דרשה, אזוי ווי דער מנהג פון צדיקים. דער ראש ישיבה שליט"א האט אנגעהויבן מיט'ן זוהר וואס מען זאגט פאר די תקיעות, וואו עס שטייט אז ווען מען בלאזט שופר אונטן, בלאזט מען שופר אויך אויבן אין הימל; און היינט שבת, אז מען בלאזט נישט אונטן, בלאזט מען אבער יא אויבן, און אז מען בלאזט שופר אויבן איז עס זיכער אויפ'ן בעסטן אופן וואס קען נאר זיין, און עס איז זיכער ממתיק אלע דינים. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט וועגן דעם וואס חז"ל זאגן אז פילע עקרות זענען נפקד געווארן מיט קינדער אום ראש השנה, און אז יעצט קען מען זיך אויסבעטן פאר קינדער &ndash; סיי ווער עס ווארט אויף קינדער און סיי ווער עס ווייסט פון א קרוב, א חבר, אדער אן אנדערן איד וואס ווארט אויף קינדער, זאל מען מתפלל זיין פאר זיי. אויך איז יוסף הצדיק ארויס פון תפיסה אום ראש השנה, קען מען מתפלל זיין פאר אידן יושבי חושך וצלמות, אז יעדער זאל ארויסגיין פון זיינע צרות. אויך זענען דא מענטשן וואס זענען געבונדן אין דער תפיסה פונעם יצר הרע, זיי קענען זיך נישט אפרייסן פון שלעכטע געוואוינהייטן, וואס מען רופט אין אמעריקע "עדיקטעד", און אויף אידיש מיינט עס אז מען האט א גרויסן נסיון דערויף; איז יעצט די צייט אום ראש השנה מתפלל צו זיין און זיך אויסבעטן צו ווערן אויסגעלייזט פון דער תפיסה. ווער עס ווארט אויף א שידוך, איז יעצט אויך די צייט צו בעטן דערויף. דער ראש ישיבה שליט"א האט צוגעענדיגט מיט דעם וואס מוהרא"ש פלעגט זאגן פאר תקיעת שופר, אז ווער עס האט א שנאה אויף א צווייטן איד זאל ארויסגיין פון בית המדרש; יעדער זאל זיך איבערבעטן, מוחל זיין, און זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן. &nbsp; ביי די סעודה האט מען געבענטשט נאך די פיש, מען האט צעטיילט די סעודה כדי צו עסן שלש סעודות, און דער ראש ישיבה שליט"א איז אריינגעגאנגען אין בית המדרש און געגעבן א דרשה. &nbsp; סיפורי מעשיות &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז אזוי ווי מען פירט זיך ביי אנשי שלומינו פארצולערנען סיפורי מעשיות שבת אינדערפרי, און יעצט דארף מען דאך סיי ווי מאכן א שטיקל הפסק צווישן די צוויי סעודות, וועט מען פארלערנען סיפורי מעשיות. דער ראש ישיבה שליט"א פירט זיך צו רעדן שבת אינדערפרי ביי סיפורי מעשיות פון שלום בית, און היות די אידן פון ארץ ישראל און פון אנדערע מקומות קענען דאס דאך נישט מיטהאלטן, וועט מען יעצט רעדן אביסל פון שלום בית. דער ראש ישיבה שליט"א האט אנגעהויבן מיט דער ערשטער שורה פון סיפורי מעשיות, וואס דער הייליגער רבי זאגט: "אויפ'ן וועג האב איך דערציילט א מעשה, וואס ווער עס האט איר געהערט האט געהאט אן הרהור תשובה". דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז יעצט אויף די וועגן קיין אומאן האט מען זיך אויסגעלערנט צו האבן אסאך סבלנות; מען האט געדארפט ווארטן ביים פליגער, ביים באן, ביים קאר, ביים גרעניץ, ביים טשעקפוינט, און אזוי ווייטער יעדער איינער מיט זיינע שוועריקייטן אויף די וועגן, און מען קען זיך אין ערגעץ נישט יאגן, מען קען נאר ווארטן מיט געדולד און בעטן דעם אייבערשטן. דאס זעלבע איז מיט'ן גאנצן לעבן, וואס איז ווי איין לאנגער וועג: מען ווערט געבוירן, מען באקומט פיאות, מען גייט דורך די קינדערישע יארן, די בחורישע יארן, און אזוי ווייטער אין לעבן, און דער איינציגסטער וועג דאס אריבערצוגיין איז נאר מיט אסאך תפילה און סבלנות. &nbsp; דאס זעלבע איז מיט שלום בית, וואס מען קען נאר זוכה זיין דערצו מיט אסאך תפילה און סבלנות. דער עיקר סוד ליגט אינעם מויל: רעדן שיין אינדערהיים, געבן גוטע ווערטער, נאר אויסלויבן און אויסרימען און מאכן גוט פילן, און קיינמאל זיך נישט טענה'ן אדער אריינגיין אין ויכוחים. אבער מיט דעם אלעם דארף מען האבן אסאך סבלנות; עס קען נעמען צייט, אבער אז מען דערהאלט זיך, איז מען זוכה אז די שכינה רועט אינדערהיים, עס ווערט א גן עדן אינדערהיים, מען האט הנאה יעדע רגע צו זיין אינדערהיים, און דאס איז עבודת ה'. דאס איז וואס דער אייבערשטער וויל פון אונז, אז מיר זאלן לעבן אין שטוב באהבה ואחוה ושלום וריעות. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט דערציילט פארשידענע מעשיות וואס ער האט מיטגעהאלטן ערשט-האנטיג דאס יאר, פון אינגעלייט וואס האבן אינוועסטירט גרויסע געלטער און למעשה האט זיך גארנישט אויסגעארבעט און זיי האבן פארלוירן דאס גאנצע געלט. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעברענגט אז ווען עס קומט צו געלט פארשטייען מענטשן אז עס לוינט זיך צו אינוועסטירן און ווארטן לאנגע יארן צו קענען זען רווחים; זיכער ביי שלום בית, וואס האט פיל מער שאנסן מצליח צו זיין, דארף מען אינוועסטירן אסאך געדולד און סבלנות, רעדן שיין און געבן אסאך גוטע ווערטער, און מיט דער צייט וועט מען זען דערפון אמת'דיגע ריזיגע פארדינסטן. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט נאכגעזאגט פון צדיקים אז ווען שבת איז דער ערשטער טאג ראש השנה, איז מען מיט'ן טשאלנט וואס מען עסט מתקן די זעלבע תיקונים ווי תקיעת שופר. דער ראש ישיבה שליט"א האט דאס שיין מסביר געווען, אז די חמין וואס מען עסט שבת איז דאך כדי צו פאלגן וואס די הייליגע חכמים האבן געזאגט, "להוציא מלבן של צדוקים" &ndash; די אויבער-חכמים פון יענע צייטן וואס האבן זיך איינגערעדט אז זיי פארשטייען בעסער און אז מען טאר נישט עסן ווארעמס אום שבת. דאס איז געווען דער נסיון אין יענע צייטן, און אין די היינטיגע צייטן זענען דא די היינטיגע נסיונות; ווער עס האט שכל און פאלגט וואס די צדיקים און די רבנים זאגן, ספעציעל אין דעם ענין פון טעכנאלאגיע &ndash; נישט אריינצוברענגען אין שטוב קיין סמארטפאון, טעבלעט, קאמפיוטער וכדומה &ndash; דער וועט זוכה זיין צו האבן א גוט לעבן, און ווער עס איז אן אויבער-חכם און מיינט אז ער פארשטייט בעסער, וועט נעבעך קענען ביטער ליידן דערפון. מיט דעם וואס מען פאלגט די חכמים, מיט דעם איז מען אלעס מתקן, פונקט ווי מיט תקיעת שופר. &nbsp; מיטל נאכט &nbsp; אום מיטל נאכט האט דער ראש ישיבה שליט"א געגעבן א דרשה צווישן מנחה און מעריב, און דער ראש ישיבה שליט"א האט טאקע אנגעהויבן מיט דעם אז דער הייליגער רבי האט זיך אזוי געפירט; רוב לאנגע גרויסע תורות אין ליקוטי מוהר"ן זענען פון די דרשות מיטל נאכט ראש השנה, און אזוי האט אויך רבי נתן געטון, און אזוי האט מען געזען ביי מוהרא"ש. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט ארומגערעדט פון די שוועריקייטן און מניעות וואס יעדער גייט דורך ביז ער איז זוכה אנצוקומען צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, אבער עס לוינט זיך דער גאנצער שלעפ מיט אלע שוועריקייטן, אזוי ווי דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט אין זיין לעצטן ראש השנה ווען ער איז שוין געווען אין אומאן: "וואס זאל איך אייך זאגן? קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאן" &ndash; עס איז נישטא עפעס גרעסער ווי צו זיין ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה. דער ראש ישיבה שליט"א האט מחזק געווען די וואס מוטשען זיך מיט געלט, אז דער רבי האט געזאגט אז ער זארגט זיך פאר די הוצאות פון די וואס קומען צו אים. און די וואס דארפן זיך איבערבעטן, האט רבי נתן געזאגט: "דאנקען גאט אז נאך ראש השנה קומט יום כיפור, און יעדער בעט זיך איבער". &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט ארומגערעדט אז דעם רבינ'ס זאך איז בעיקר "התחזקות" &ndash; זיך צו שטארקן און אנצוגיין אפילו ווען זאכן גייען נישט כסדר. דער ראש ישיבה שליט"א האט דערציילט א מעשה וואס האט פאסירט מיט א איד אין די צייטן פון רבי נתן, וואס יענער פלעגט לכתחילה פאסטן יעדע וואך משבת לשבת, אבער איינמאל ווען עס איז אריבער אויף אים א שוועריקייט, איז ער נעבעך אינגאנצן אוועקגעפאלן. דער קונץ איז נישט נאר צו קענען אנגיין ווען אלעס גייט ווי געשמירט, נאר אפילו ווען מען פאלט אראפ און זאכן גייען נישט גוט און גרינג, זאל מען ווייטער קענען אנגיין מיט א שטארקייט, אפילו ווען זאכן גייען נאר האלבוועגס. &nbsp; פון דעם איז דער ראש ישיבה שליט"א אריינגעפארן אין א לענגערע שמועס איבער דעם סדר דרך הלימוד פונעם הייליגן רבי'ן, וואס ביי דעם קען מען ממש זען אז נאר מיט התחזקות קען מען מצליח זיין צו לערנען די הייליגע תורה יעדן טאג. אודאי האט יעדער זיין סדר וויאזוי ער לערנט, צי מיט א חברותא צי מיט א מגיד שיעור און אזוי ווייטער, אבער עס זענען דא אזויפיל טעג וואס מען קומט נישט אן צו לערנען קיין תורה, למשל יעצט אום ערב ראש השנה, אום ראש השנה, און אזוי ווייטער; וויפיל מענטשן קומען שוין אן צו לערנען תורה אין די דאזיגע טעג? ווען מען האט אבער דעם סדר דרך הלימוד פונעם הייליגן רבי'ן &ndash; וואס דער רבי האט אונז אויסגעלערנט אז מען קען לערנען די ווערטער פון די תורה אפילו אן פארשטיין, און אפילו מען געדענקט נישט וואס מען האט געלערנט &ndash; קען מען אלץ האבן מיט זיך עטליכע ספרים: א חומש, א משניות, א גמרא, א תהלים און דאס גלייכן, און מען קען שטענדיג אריינכאפן נאך און נאך פון די הייליגע תורה. צו דעם דארף מען גארנישט האבן, און דאס קען מען אלעמאל טון. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט אויך שטארק ארומגערעדט פון התבודדות, זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן, ובפרט דא אין אומאן זאל מען אויסנוצן די צייט און זיך אויסבעטן אלעס וואס מען דארף. דער ראש ישיבה שליט"א האט דערציילט אז א אינגערמאן האט אים געזאגט פאריאר, אז כאטש ער וויל בעטן אסאך זאכן אין אומאן, האט ער באשלאסן צו נעמען איין זאך אויף וואס ער וועט ספעציעל שטארק בעטן און דאס אויספועלן: ער זאל קענען ארויסנעמען דעם טעבלעט פון דערהיים. דאס איז א זאך וואס ער דארף באמת זייער וויכטיג האבן לצורך פרנסה, אבער ער ווייסט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן דאס צו האלטן אין שטוב און ער האט נישט געוואוסט וויאזוי דאס צו באווייזן. למעשה האט ער דאס טאקע אויסגעפועלט, און ער האט געטראפן א וועג וויאזוי דאס ארויסצונעמען פון הויז. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט קלארגעשטעלט אז ער רעדט נישט פון די וואס האבן כלים אן קיין פילטער, ער איז קיינעם נישט חושד אפילו אויף אזא זאך, אבער אפילו מיט א פילטער דארף מען האבן גרויס רחמי שמים; דערווייל איז נאכנישטא קיין פילטער וואס זאל ארויסנעמען די ליצנות און די קאלטקייט צו אידישקייט וואס מען באקומט פון די אלע כלים, און מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן צו קענען פטור ווערן דערפון. &nbsp; נאך מעריב איז ווידער געווען א שיינע סעודה, און דער עולם האט זיך געלייגט שלאפן גלייך נאך די סעודה. מען איז אויפגעשטאנען ביים עלות, וכמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה; די תפילות דעם צווייטן טאג זענען אויך געווען מיט'ן זעלבן ברען און התעוררות, מיט א געוואלדיגע פרישקייט צו ממליך זיין דעם אייבערשטן און זיך אויסצובעטן א גוט געבענטשט יאר. &nbsp; צווייטן טאג יום טוב &nbsp; דעם צווייטן טאג האבן מיר געהאט די זכיה צו הערן שופר בלאזן פונעם ראש ישיבה שליט"א. פאר די תקיעות האט דער ראש ישיבה שליט"א מעורר געווען אויסצונוצן די געהויבענע מינוטן ווי עס דארף צו זיין. בשעת מען בלאזט שופר צומישט מען די טענות פונעם שטן און ער קען נישט מקטרג זיין, דערפאר איז עס א זייער גוטע צייט ווען מען קען בעטן דעם אייבערשטן וואס מען וויל און אים איבערבעטן. אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א ווידער זייער שטארק געבעטן אז קיינער זאל נישט פיינט האבן א צווייטן; מען זאל זיך שטארק דערווייטערן פון מחלוקת, און אפילו ווען מען האלט אנדערש פון יענעם דארף מען זיך נאך אלץ ליב האבן. דער ראש ישיבה שליט"א האט זייער אנגעווארעמט דעם ציבור אז ווער עס האט א שווער הארץ אויף א צווייטן, איז יעצט די ריכטיגע צייט יעדן מוחל צו זיין און אנהויבן א נייעם בלאט אין לעבן, צו זיין בשלום ושלוה מיט אלע אידישע קינדער. &nbsp; איבער דעם ענין פון זיך "אויסבעטן", האט דער ראש ישיבה שליט"א דערציילט אז ווען דער הייליגער רבי איז שוין געווען זייער נישט געזונט, איז זיין אייניקל ישראל אריינקומען צו אים. האט אים דער רבי געזאגט: "ישראליק, בעט דעם אייבערשטן פאר מיר אז איך זאל זיין געזונט." דער קליינער ישראליק האט געזאגט אז ער וויל עפעס באקומען פאר דעם, און דער רבי האט אים געגעבן זיין גאלדענעם זייגער. דאן האט ישראליק זיך אנגערופן: "גאט גאט, לאז מיין זיידע זיין געזונט!" דער עולם ארום האט זיך צושמייכלט פונעם קליינעם: "פאר דעם האסטו באקומען דעם גאלדענעם זייגער? בלויז צו זאגן די פאָר פשוטע ווערטער?!" אבער דער רבי האט זיך אנגערופן צום עולם און זיי פארגעהאלטן פארוואס זיי לאכן פונעם קינד: "וויאזוי דען בעט מען דעם אייבערשטן אויב נישט אזוי?" דער ראש ישיבה שליט"א האט אויסגעפירט אז דאס מיינט זיך אויסבעטן: פשוט צו בעטן אויף די אייגענע שפראך אלעס וואס מען דארף &ndash; "באשעפער, איך דארף פרנסה", "באשעפער, איך דארף קינדער", "באשעפער, איך דארף נחת פון די קינדער", "באשעפער, איך וויל זיין געזונט", און אזוי ווייטער בעט יעדער זיינע געברויכן אויף א פשוטע שפראך. &nbsp; נאכ'ן דאווענען איז געווען א שיינע סעודה; בעלי מנגנים און חזנים האבן זיך אויפגעשטעלט זינגען שיינע ניגונים און נוסחאות לכבוד יום טוב. &nbsp; אום פינף-דרייסיג איז מען געגאנגען אינאיינעם זאגן תשליך ביים וואסער, און נאכ'ן זאגן די תפילות האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן. &nbsp; נאכמיטאג האט מען געדאווענט מנחה, און דערנאך האט דער ראש ישיבה ווידער געגעבן א שיינע דרשה. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט איבער די גרויסקייט פון זיין ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, און וויפיל מען דארף דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז מען האט זוכה געווען איבערצוקומען אלע מניעות און זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה. מען קען נישט קוקן אויף דעם צי מען האט יא געהאט א געפיל אדער נישט; ווען עס קומט צו אידישקייט דארף מען טון וואס איז ריכטיג און וואס דער אייבערשטער וויל, אן קוקן צי מען האט א געפיל דערין. יעצט קומט דער הייליגער יום טוב סוכות &ndash; מען דארף זיצן אין די סוכה, מען דארף שאקלען לולב, נישט קיין חילוק צי מען האט יא א געפיל אין דעם אדער נישט. &nbsp; מען דארף מיטנעמען דעם רבי'ן אויך אויף די גאנצע יאר, נישט נאר אויף ראש השנה: לערנען די ספרים פונעם הייליגן רבי'ן און זיינע תלמידים, זיך שטארקן מיט די עצות פונעם הייליגן רבי'ן, און איבערגעבן אויך פאר די קינדער די לימודים פונעם רבי'ן. דער ראש ישיבה שליט"א האט שטארק ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון די ברסלב'ע מוסדות, סיי אין אמעריקע און סיי אין ארץ ישראל, וואו מען רעדט צו די קינדער יעדן טאג פונעם הייליגן רבי'ן. די קינדער וואקסן אויף מיט'ן רבי'ן, און בעיקר מיט די הויפט עצה פונעם הייליגן רבי'ן צו רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן און אים בעטן כסדר אלעס וואס מען וויל. &nbsp; מי שהיה אצלי על ראש השנה, ראוי לו לשמוח כל השנה!

    < זעה מער ה תשרי תשפ"ז 📝
  • באמיאונגען ווערן געמאכט צו ברענגען פרישע עירליינס צום סטוארט עירפארט אין ניובורג, ניו יארק.

    פאר רוב פון אונזערע ליינער וואלט זיכער געווען אסאך באקוועמער צו קענען ניצן דעם סטוארט עירפארט פאר א נסיעה קיין אומאן אדער פאר סיי וועלכע אנדערע רייזע. וואס איז די מעלה פון דעם עירפארט? עס איז א רואיג פלאץ, רעלאטיוו קליין, אן דעם גרויסן געדרענג וואס מען טרעפט אין די דריי גרויסע סיטי עירפארטס. מען דארף נישט זיצן אין קיין טרעפיק אויפן וועג אהין, און די שורות ביים טשעק-אין און סעקיוריטי זענען פיל שנעלער און קערצער. דערווייל זענען אבער נאכנישט דא דארט קיין סאך פלייטס. דאס איז אבער נישט צוליב דעם וואס דער עירפארט איז קליין &ndash; ווייל באמת איז עס בכלל נישט אזוי. די ראנוועיס אין סטוארט זענען ריזיג גרויס, פון די גרעסטע אין גאנץ אמעריקע, און עס ווערט אפיציעל פאררעכנט אלס אן אינטערנאציאנאלער עירפארט וואס פארמאגט די גאנצע אינפראסטרוקטור צו קענען באהאנדלען ריזיגע פליגערס וואס פליען איבערן אקעאן. &nbsp; די "פארט אויטאריטי", וואס פירט אן מיט דעם עירפארט אזוי ווי מיט די אנדערע גרויסע ניו יארקער עירפארטס, וויל זייער שטארק העכערן די צאל רייזענדע דארט. זיי פארשטייען אז דאס איז א געוואלדיגע געלעגנהייט פאר פאסאזשירן פון אפסטעיט וואס ווילן זיך שפארן דאס פארן ביז די אנדערע גרויסע איבערגעפילטע עירפארטס. באמת האט שוין אויסגעזען ווי דער עירפארט הייבט אן צו בליען און מצליח זיין, אבער דאן האט דער אויבערשטער געשיקט "קאוויד". אלס א תוצאה פון די שווערע צייטן וואס די עירליינס האבן דורכגעמאכט דורכאויס קאוויד, האבן פילע עירליינס אפגעשטעלט זייערע רוטס פון סטוארט, זינט זיי האבן זיך געמוטשעט אנצופילן די פליגערס איבעראל. &nbsp; חז"ל זאגן אונז דעם באקאנטן מאמר: "פתחו לי פתח כחוטו של מחט ואני אפתח לכם פתח כפתחו של אולם". א מענטש אליין קען גארנישט באווייזן, אבער דער אויבערשטער בעט אונז אנצוהייבן. דער ערשטער שריט איז תפילה; זאג פשוט: "באשעפער, איך וויל צוריקקומען צו דיר". דאס איז די קליינע עפענונג וואס מ'פארלאנגט פון דיר, און דער אויבערשטער וועט שוין ערלעדיגן דאס איבעריגע. דו וועסט זען אז דו וועסט געהאלפן ווערן און זוכה זיין צו ווערן נאנט צום באשעפער. &nbsp; דאס זעלבע פרובירן יעצט די לאקאלע באאמטע צו טון; זיי פרובירן צו עפענען א קליינע טיר מיט די האפענונג אז דאס וועט עווענטועל עפענען א גרויסן טויער. מען רעדט יעצט איבערן גרינדן א ספעציעלן פאנד. סטעיט סענאטאר סקופיס ארבעט אינאיינעם מיט די "האדסאן וועלי עקאנאמישע דעוועלאפמענט קארפארעישאן" (HVEDC) און די "פארט אויטאריטי" אויף א נייעם פראגראם וואס ווערט גערופן א "מינימום פארדינסטן גאראנטי". אין פלעין אידיש מיינט דאס, אז מען וועט צושטעלן פאר אן עירליין א סארט "אינשורענס" ווען זי עפנט א נייע רוט פון סטוארט עירפארט. &nbsp; זיי מאכן אזא חשבון: פארוואס זענען עירליינס נישט גרייט צו עפענען פרישע רוטס פון סטוארט? ווייל ווען אן עירליין קומט אריין, ווייסן זיי נישט מיט קיין זיכערקייט צי דער עולם וועט עס טאקע אנהייבן צו נוצן, און זיי באטראכטן עס אלס א צו ריזיקאלישע אינוועסטמענט. דער נייער פאנד אנטשפרעכט צו דעקן דעם לאך, אויב די רוט פארדינט נישט אין די ערשטע תקופה ווי ערווארטעט. &nbsp; עס ווערט איבערגעגעבן אז עס קומען שוין פאר ערנסטע געשפרעכן מיט א גרויסער עירליין איבער די מעגליכקייט צו עפענען א נייע ליניע פון סטוארט עירפארט צו איינע פון אירע הויפט 'האבס', וואס דאס וועט געבן די געלעגנהייט צו קענען נעמען א פלייט מיט א סטאפ-אווער אינעם 'האב' צו גאר אסאך וויכטיגע דעסטינאציעס. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן מען זאל קענען פארן צום רבי'ן קיין אומאן און צו שמחות געשמאק, געזונטערהייט און אפגעהיטענערהייט מיט שמירת עיניים, און צוריקקומען מיט השפעות טובות.

    < זעה מער כו אלול תשפ"ו 📝
« Previous Next »

Showing 1 to 15 of 1886 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 ... 125 126
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com