בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5730 - קיינמאל זאלט איר נישט וויי טון א צווייטן
חיזוק פאר מיידלעך, מדות טובות, אחדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, שובבי"ם, ד' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


קיינמאל זאלט איר נישט וויי טון א צווייטע מיידל; אפילו די מיידל מאכט אייך נערוועז, זאלט איר חס ושלום נישט וויי טון די מיידל.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן אז מען טשעפעט די מיידל ..., זי האט נישט קיין חבר'טעס מיט וועם צו שפילן, נאר איר שפילט זיך מיט איר, און איך בעט אייך זייער איר זאלט איר נישט אוועק שיקן, זייט איר חבר'טע, איר זאלט אכטונג געבן אויף א צווייטע הארץ. טראכטס, וואס וואלט איר געטון ווען קיינער אין אייער קלאס וויל נישט שפילן מיט אייך און איר האט איין קאזין אין סקול און איר גייט צו איר און זי שיקט אייך אויך אוועק, ווי אזוי וואלט איר געשפירט...


אז איר וועט איר מקרב זיין, איר וועט אכטונג געבן אויף איר - וועט דער אייבערשטער אכטונג געבן אויף אייך און אייך געבן נאר ברכות און ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5729 - שנייד נישט פון די מעשר געלט
צדקה, הדפסה, פרנסה, מעשר

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, שובבי"ם, ד' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מאנסי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מעשר געלט געבט מען פאר צדקה, נישטא אזא זאך נעמען מעשר פאר זיך; אז מען נעמט מעשר געלט פאר זיך - פארלירט מען פון די שפע.


אינטערעסאנט, דאס איז די ערשטע זאך וואס מען וויל שניידן; ווען מען שפירט א צמצום, טראכט מען די ערשטע זאך מען גייט שניידן פון די צדקה, מען גייט אויסארבעטן צו נעמען די מעשר פאר דאס און פאר יענץ... אז מען איז מצומצם אין די פרנסה - דארף מען די ערשטע זאך תשובה טון, קומען אין שול דאווענען דריי מאל א טאג מיט מנין, און זיך פירן מיט דרך ארץ ביים דאווענען, נישט רעדן מיט קיינעם ביים דאווענען, נישט נוצן דעם טעלעפאן ביים דאווענען.


אז דו קענסט זיך נישט דעקן - זאלסטו נישט אויפהערן געבן צדקה; געב דיין מעשר פאר צדקה, און א ברסלב'ער חסיד מיט שכל געבט זיין מעשר פאר אייביגע צדקות, פאר דרוקן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, פארשפרייטן די זיסע ליכטיגקייט פאר די וועלט. אז מען מאכט זיך א חשבון, ווי אזוי וואלטן מיר אויסגעקוקט אנעם רבי'ן און ווי אזוי זענען מיר מקורב געווארן, נאר דורך די הייליגע ספרים; דארפן מיר מקרב זיין די גאנצע וועלט צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5728 - דרוקן די הייליגע קונטרסים איז וויכטיגער ווי שרייבן יעצט א ספר תורה
הדפסה, ספר תורה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, שובבי"ם, ד' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערע ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך פריי זיך אז דו האסט זיך אונטערגענומען צו שרייבן א ספר תורה לזכות דעם הייליגן רבי'ן, אבער איך וויל נישט עס זאל גיין אויפן חשבון פון די הדפסה, אויב גייט דאס אויפן חשבון פון צאמנעמען געלט פארן בית הדפוס; ווייל דרוקן די הייליגע קונטרסים פון מוהרא"ש, די עצות פון רבי'ן - איז מיר וויכטיגער ווי שרייבן יעצט א ספר תורה.


ובכן בעט איך דיר זייער, אויב דו קענסט באווייזן צאמצונעמען אנשי שלומינו, אלע זאלן נעמען א זכות אינעם ספר תורה, און עס זאל נישט גיין אויפן חשבון פון צאמנעמען געלט פארן בית הדפוס - מה טוב ומה נעים, אבער אויב וועט דאס אוועקנעמען פון דיר צייט, מח און געפיל - פון צאמנעמען געלט פאר קרן הדפסה - לוינט נישט די גאנצע זאך.


ביי מוהרא"ש איז געווען הדפסה והפצה דאס וויכטיגסטע און הייליגסטע זאך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5727 - וואלטן זיי ווען געגאנגען הפצה, וואלטן זיי געמאכט גאלד
הפצה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, שובבי"ם, ד' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט אויב איך ווער נערוועז יעדעס מאל דו שרייבסט מיר א מעסעדזש וועגן הפצה; וואס זאל איך דיר זאגן, די סארט מעסעדזש מאכט נאר פרייליך, יעדעס מאל דו שרייבסט מיר 'איך בין געגאנגען היינט הפצה פאר כך וכך שעה, עס איז געגאנגען כך וכך ספרים, און געמאכט כך וכך געלט' - געבסטו מיר חיות.


א שאד די וואס ארבעטן פון עלות השחר ביז צאת הנשמה און מוטשען זיך אזוי שטארק צו ברענגען פרנסה; וואלטן זיי ווען געגאנגען הפצה וואלטן זיי געמאכט גאלד, ווייל ווער עס גייט הפצה האט גרויס שפע.


שרייב מיר ווייטער אלעס וועגן הפצה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5726 - פאר קיין יבנאל מתפלל זיין ביים ציון פון מוהרא"ש
תודה והודאה, אמונה, רפואה, יבנאל

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תרומה, שובבי"ם, ג' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פרעג דעם דאקטער וואס ער איז מציע, וואס איז די בעסטע וועג פון נעמען די מעדעצין, און וואס דער דאקטער לייגט פאר - זאלן ענק טון, און זיי מחזק דיין ווייב תחי' זי זאל זיך איבערגעבן צום אייבערשטן און זיין שטארק מיט אמונה אז עס וועט זיין גאר שנעל די ישועה.


ווען מען בעט דעם אייבערשטן איז וויכטיג אויך צו דאנקען, מען מוז אנכאפן די שווערד פון תפילה צום פינטל, נישט בייגן - נישט רעכטס און נישט לינקס. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ב) אז מען מוז סיי דאנקען און סיי בעטן.


עס איז כדאי זאלסט פארן קיין יבנאל צום ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו און דארט מתפלל זיין, מוהרא"ש האט געשריבן אין זיין צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות ה) אז מען וועט קענען פועל'ן אלע סארט ישועות ביי זיין ציון.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5725 - דיין תיקון איז צו דרוקן און פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים
התחזקות, הפצה, הדפסה, תשובה, עבירות, תיקונים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תרומה, שובבי"ם, ה' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


די גרעסטע צדקה איז העלפן דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און דאס פארשפרייט פאר אלעמען. בפרט ווער עס האט פוגם געווען בברית, אין הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אדער געפאלן אין ניאוף, מיט נשג"ז, רחמנא לצלן רחמנא לישזבן - איז זיין תיקון צו דרוקן די ספרים און דאס פארשפרייטן, אזוי וועט ער פאררעכטן וואס ער האט פוגם געווען.


עס איז דא אסאך ספרים, אסאך גוטע זאכן, אבער פון איין זאך רעדט קיינער נישט; קיינער רעדט נישט צו די בחורים און אינגעלייט וואס זענען געפאלן אין פגם הברית, די וואס זענען נעבעך אריינגעפאלן אין די נעץ פונעם שטן, זיי ליגן אין די טומאה פון ניאוף, זיי גייען ארום זייער פארלוירן, זייער צעבראכן, זיי טראכטן מחשבות פון זיך נעמען דאס לעבן, און נאר די ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש רעדט צו זיי, איז זיי מחזק און ווייזט זיי די וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן.


געב דיין צדקה צו דרוקן די ספרים פון רבי'ן, בפרט די ליכטיגע זיסע קונטרסים פון מוהרא"ש און די הייליגע בריוו פון אשר בנחל, וואס איז מחי' ומחזק אלפים ורבבות; וועסטו אלעס מתקן זיין.


מארגן וועט זיין די ליל שישי שיעור אין ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5724 - מיט א שמייכל קען מען מחי' מתים זיין
צדקה, אומאן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תרומה, שובבי"ם, ה' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די גרעסטע צדקה איז געבן א שמייכל פאר א צווייטן, א גוט ווארט; "א גוט מארגן", "א גוטע נאכט", מיט א שמייכל קען מען מחי' מתים זיין; מענטשן גייען ארום דערביטערט, דערשלאגן, און ווען מען ווייזט א שמייכל, מען פארגינט א גוט ווארט - איז מען זיי ממש מחי'.


עס קאסט נישט קיין געלט, עס איז אומזיסט און עס איז די גרעסטע צדקה. מוהרא"ש זאגט, געבן א שמייכל, געבן א גוט ווארט פאר א צווייטן - איז ווערד טויזנט מאל מער ווי צדקה פון געלט, ווייל אז מען געבט געלט - נאך א טאג נוצט זיך אויס דאס געלט, אבער ווען מען בלאזט אריין א חיות אין א צווייטן - געבט מען יענעם לעבן.


החכם עיניו בראשו זיך גרייטן צו קענען זיין ביים הייליגן רבי'ן אין אומאן אינאיינעם מיט חבורת היכל הקודש. עס קומען צו פרישע מקורבים, פרישע תלמידים, און ווי עס זעט אויס וועלן מיר נישט קענען אוועקלייגן קיין פלעצער פאר די וואס האבן שוין א זכות פון די פריערדיגע יארן. איז גוט זאלסט שוין נעמען א פלאץ פאר דיר, און אויב דו ברענגסט דיינע קינדער - איז גאר וויכטיג צו זיין אין א ריינע אפגעהיטענע פלאץ; איז זיכער כדאי שוין צו נעמען פלעצער צו קענען זיין מיט דיינע קינדער אינאיינעם ביים הייליגן רבי'ן.


מיטן אייבערשטנ'ס הילף, דעם שבת וועל איך זיין אין וויליאמסבורג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5723 - זיי שטום און טויב ביים דאווענען
אמונה, חשבון הנפש, דאווענען, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, שובבי"ם, ד' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ביצה לב:): "המצפה על שלחן אחרים", ווער עס ווארט אויף א צווייטנ'ס טובות, "עולם חשך בעדו" - דער לעבט אין טונקלקייט; אז מען ווארט אויף מענטשליכע טובות איז זייער ביטער, א מענטש דארף קוקן צום אייבערשטן און נאר צו אים האפן און נאר צו אים גיין.


לאז זיך אפ פון דעם און יענעם, הער אויף נאכלויפן מענטשן; וואס קענען מענטשן העלפן? לויף צום אייבערשטן, גיי נאר צו אים, עפן דיין מויל און זאג: "טאטע העלף מיר! טאטע איך וויל שפירן אז דו ביסט מיט מיר, איך וויל שפירן אז דו הערסט אויס מיינע תפילות".


ווען זאכן גייען נישט, מען שפירט מען טאפט א וואנט - דארף מען זיך מאכן א חשבון און ווערן א גוטער איד. די ערשטע זאך זאלסטו זיך מקבל זיין צו קומען אין שול דאווענען די דריי תפילות מיט מנין; אז מען קומט נישט אין שול דאווענען שחרית מנחה מעריב - קען מען נישט האבן קיין טענות אז מען האט נישט קיין שפע, מען האט נישט קיין הצלחה; אז מען קומט נישט אין שול דאווענען פרירט מען די באנק אקאונט, מען שטעלט אלעס אפ חס ושלום; די ערשטע זאך זאלסטו צוריק קומען אין שול דאווענען די דריי תפילות - וועסטו זען ווי זאכן וועלן זיך אנהויבן רוקן, עס וועט אנהויבן זיין הצלחה.


ביים דאווענען איז נישטא קיין חברים, נישטא קיין רעדן, נישטא קיין טעלעפאן; ביים דאווענען זיי שטום און טויב, רעד נישט מיט קיינעם און הער נישט קיינעם אויס.


איך יאג זיך צו די בחורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5722 - קיינער וועט נישט פארשטויסן ווערן
תיקוני זוהר, התחזקות, הפצה, תשובה, זוהר הקדוש

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תרומה, שובבי"ם, ו' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין שידוך, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן א שיינע ליכטיגע שטוב מיט ערליכע ליכטיגע דורות.


איך האב היינט געזען אין זוהר מורא'דיגע זאכן, ווי דער הייליגער רבי שמעון בר יוחאי איז מגלה די רחמנות פונעם אייבערשטן, "כי לא ידח ממנו נדח" (שמואל ב יד, יד), עס וועט קיינער נישט פארשטויסן ווערן, ביים סוף וועלן אלע זוכה זיין צו ווערן מתוקן.


דער זוהר זאגט (תיקונים תיקון לא, דף עו.), איינע פון די נשמות וואס זענען געקומען צו רבי שמעון בר יוחאי זאגט: "וּבוֹצִינָא קַדִּישָׁא", דו הייליגע ליכט, אזוי פלעגן זיי רופן רבי שמעון בר יוחאי, "אִם גּוּפָא לָא חָזַר בִּתְיוּבְתָּא", אויב מען טוט נישט תשובה, "וְחָזַר עוֹרֶף לְגַבֵּי תְּיוּבְתָּא", מען דרייט זיך אוועק פונעם אייבערשטן, "נֶפֶשׁ אִתְפָּרַשׁ מִנֵּיהּ", גייט די נפש אוועק פונעם גוף נאכן שטארבן, "וְאִתְקְרֵי עָרְפָּ"ה", און דער גוף איז א בחינה פון 'ערפה', א גענאק, "וְגוּפָא דָא אִתְאֲבִיד מִתְּרֵין עָלְמִין", און דער גוף וועט נישט האבן מער קיין תקנה.


"אָמַר לֵיהּ", זאגט רבי שמעון בר יוחאי צו די נשמה, "סָבָא סָבָא, וְהָא כַּמָּה קִבְרִין לְמַגָּנָא", לויט דיר, אז די אלע וואס האבן נישט תשובה געטון זענען דערנאך, אויב אזוי, וואס איז די אלע קברים? "וְהָא אִם גּוּפָא אִתְאֲבִיד", אויב וועט דער גוף נישט אויפשטיין תחיית המתים וכו', "עַל מַה תָּקוּם נַפְשָׁא לִתְחִיַּית הַמֵּתִים, דְּהָא וַדַּאי גּוּפָא אִתְאֲבִיד, וְאִתְּמַר דְּאִתְאֲבִיד מִתְּרֵין עָלְמִין, וְהָא נָחִית לִנְשִׁיָּיה דְתַמָּן אִתְנַשֵּׁי לְדָרֵי דָרִין, אִם כֵּן כַּמָּה קִבְרִין לְמַגָּנָא".


"אֶלָּא", פירט רבי שמעון בר יוחאי אויס, "וַדַּאי קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא לָא יְשַׁנִּי עוֹבְדֵי יְדוֹי", עס איז נישט אזוי ווי דו זאגסט, נאר אלע וועלן אויפשטיין תחיית המתים, אלע וועלן פארראכטן ווערן.


טייערער ברודער, לערן תקוני זוהר, זיי משתדל צו ענדיגן יעדע חודש ספר התיקונים, דארט וועסטו זען ווי דער אייבערשטער האט ליב יעדן איד, און ווי חשוב עס איז לערנען תורה און דאווענען, לייגן תפילין, און בעיקר דאס גרויסקייט פון א שומר הברית, פון זיך היטן די אויגן, היטן די מחשבה.


לכבוד וואס דו ביסט א חתן געווארן, לכבוד די גרויסע נס וואס דער אייבערשטער האט געמאכט מיט דיר, האסט זוכה געווען צו א חשוב'ע כלה, א חשוב'ע משפחה – זאלסטו מער עוסק זיין אין הפצה, אין פארשפרייטן די זיסע עצות פון רבי'ן, די קונטרסים און ספרים פון מוהרא"ש.


גיי בעיקר צו בחורים און אינגעלייט, אויך זאלסטו גיין אין כוללים, ווייל די אינגעלייט וואס לערנען און דינען דעם אייבערשטן – די דארפן דאס מערסטע חיזוק.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיך ליב

#5721 - נישט לאזן די קינדער'ס ציין פארנאכלעסיגט און פארדרייט
שמחה, רפואה, געלט, דאקטורים, ציינער

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תרומה, שובבי"ם, ה' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיינע פראגעס.


מאך פאר דיין טאכטער ברעיסעס, זי זאל האבן געזונטע שיינע ציין. אז די אינשורענס וויל נישט באצאלן – זאלסטו עס באצאלן, עס איז נישט גערעכט צו לאזן די קינדער'ס ציין פארנאכלעסיגט און פארדרייט צוליב דעם אז עס קאסט געלט.


אזוי אויך זאלסטו זען זי זאל האבן ווייסע ציין. עלטערן מוזן טון דאס בעסטע פאר די קינדער, בפרט פאר די טעכטער, זיי זאלן נישט אויסקוקן נאכגעלאזט.


בנוגע וכו'; אז דו שפירסט זיך גוט – איז דאך גוט, צום דאקטער גייט מען נאר אז מען שפירט נישט גוט. אויסער דאקטער פרייליך; צו אים דארף מען גיין א גאנצן צייט, אזוי אויך דאקטער פעלדמאן, דאקטער לערנער און דאקטער וואסערמאן.


מוהרא"ש האט מיר דערציילט דער סוד פון די פיר דאקטוירים, ווען דער דאקטער האט אנגעשראקן מוהרא"ש אז ער גייט שוין אוועק פון דער וועלט – איז מוהרא"ש אנטלאפן פון יענעם דאקטער, ער איז מער נישט צוריק געגאנגען צום יענעם משוגע'נעם דאקטער, און דעמאלט האט מוהרא"ש מגלה געווען דער סוד פון די פיר דאקטוירים, פון לערנען תורה; דאס איז דאקטער לערנער, און פון גיין אין מקוה אין פערציג סאה וואסער יעדן טאג, דאס איז דאקטער וואסערמאן, און גיין אין פעלד יעדן טאג זיך מתבודד זיין, דאס איז דאקטער פעלדמאן, און בעיקר שמחה, זיין פרייליך אז מען איז א איד, מען טוט מצוות, מען האט דעם אייבערשטן, דאס איז דאקטער פרייליך.


אז דו זעסט בלוט אין בית הכסא ביים ארויסגיין; וואס דארפסטו קוקן אין בית הכסא? וואס דארפסטו זוכן אויף וואס צו זארגן? קוק נישט און זארג נישט, און דער אייבערשטער זאל דיך היטן פון אלעם שלעכטס, זאלסט זיין געזונט און שטארק.


רק חזק, זיי פרייליך, טאנץ און פאטש.

#5720 - איך בעט דיר, ענטפער נישט אויף בזיונות, בלייב שטיל
הכרת הטוב, בזיונות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תרומה, שובבי"ם, ה' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


מזל טוב פאר דיין נייע געבוירענע אינגל אליעזר שלמה, דער אייבערשטער זאל העלפן ער זאל אויסוואקסן א צדיק, ער זאל ראטן אינעם נאמען פונעם צדיק מוהרא"ש, און זאלסט זען נחת ביי אלע קינדער אינאיינעם מיט דיין ווייב.


עס טוט מיר זייער ווי צו הערן וואס דו גייסט אריבער, ווי ... פארשעמט דיך און באזידלט דיך אין בית המדרש, ברבים, בפני כל הקהל, עס איז נישט צום פארשטיין, ווי קען זיין אזא כפוי טובה... דו האסט דאך אים נאר געהאלפן, האסט אים א טובה געטון, און יעצט פארשעמט ער דיך ברבים.


איך בעט דיר זייער, שווייג, ענטפער נישט, בעט פאר אידישע קינדער, בעט פאר די אינגעלייט אין שטעטל וואס ווארטן אויף קינדער, מיר האבן אפאר משפחות וואס ווארטן שוין עטליכע יאר פאר זרע של קיימא, אויך פאר די בחורים און מיידלעך וואס דארפן שידוכים.


ברודער, איך בעט דיר, ענטפער נישט, בלייב שטיל, רעד נישט ארויס קיין ווארט, שטילערהייט שעפשע א תפילה צום אייבערשטן, זאג די פסוק (תהילים כה, יח): "'רְאֵה עָנְיִי וַעֲמָלִי', קוק מיין צער און פלאג, 'וְשָׂא', און פארגעב מיר, 'לְכָל חַטֹּאותָי', מיינע זינד".


וואס ווייסטו וואס דו קומסט אפ מיט די בזיונות... עס איז דא א בריוו פון רבי'ן צו זיין ברודער, דער רבי זאגט אים (חיי מוהר"ן, סימן קסה):


"אֲהוּבִי אָחִי נַפְשִׁי וּלְבָבִי", מיין ליבער ברודער, "אַל תִּירָא וְאַל תֵּחַת מִפְּנֵיהֶם", האב נישט מורא פון זיי, "רַק חֲזַק וֶאֱמַץ בַּתּוֹרָה וּבְיִרְאַת ה' כָּל הַיּוֹם, כַּמְדֻבָּר בֵּין שְׁנֵינוּ", שטארק זיך אין תורה און אין יראת ה', "וּזְכוּת אֲבוֹתֶיךָ מְסַיַּעְתְּךָ, כִּי כָּל זֶה לְגַדֵּל אוֹתְךָ וּלְהַרְבּוֹת כְּבוֹדְךָ וּלְגַדֵּל שִׂכְלְךָ", ווייל דאס אלעס וואס דו גייסט אריבער איז נאר פאר דיין טובה, דיך ברענגען נענטער צום אייבערשטן, "כִּי כְּמוֹ שֶׁאִי אֶפְשָׁר לְכָל מִינֵי זֵרְעוֹנִים לָבוֹא לְתַכְלִית גִּדּוּלָם אֶלָּא עַד שֶׁנּוֹתְנִין מִתְּחִלָּה הַגַּרְעִין בֶּעָפָר וְאַחַר כָּךְ הַגַּרְעִין נִתְבַּלֶּה וְאַחַר בְּלוֹתוֹ יִפְרַח וְיָצִיץ וְנַעֲשֶׂה אִילָן גָּדוֹל", אזוי ווי אלע פרוכט און אלע גרינצייג, אלעס וואס וואקסט - קען נאר וואקסן נאר נאכדעם וואס מען דעקט צו די זומען, די קערל - אונטער די ערד, און די קערל ווערט פארפוילט, "כֵּן הַדָּבָר הַזֶּה שֶׁעַל יְדֵי זֶה שֶׁמַּשְׁפִּילִין אוֹתְךָ עַד עָפָר, עַל יְדֵי זֶה תִּתְגַּדֵּל וְתָצִיץ וְתִפְרַח בָּעוֹלָם", אזוי אויך מיט דיר, דורכדעם וואס מען פארשעמט דיך און מען דערנידערט דיך, דורכדעם וועסטו וואקסן און גרויס ווערן אויף דער וועלט, "אִלּוּ הָיוּ יוֹדְעִין אֵלּוּ הָרְשָׁעִים מִזֶּה", ווען די שלעכטע מענטשן וואלטן ווען געוויסט וואס פאר א טובה זיי טוען דיר מיט דעם וואס זיי רודפ'ן דיך, "בְּוַדַּאי לֹא הָיוּ מְבַזִּין אוֹתְךָ", וואלטן זיי דיך זיכער נישט געפייניגט, "כִּי כָּל כַּוָּנָתָם לְרַע", ווייל זייער גאנצע כוונה איז נאר דיר שלעכטס צו טון.


חזק ואמץ בעבודתך, לערן און דאווען און זיי נאר פרייליך.

#5719 - די עיקר תשובה, זיין בשמחה און פרייליך מאכן אנדערע
שמחה, תשובה, דרך הלימוד

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, שובבי"ם, ד' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערע ליבער ... נרו יאיר


די גרעסטע זאך צו טון פאר תשובה, אז דער אייבערשטער זאל מוחל זיין די עבירות – איז זיין פרייליך און פרייליך מאכן די ווייב און קינדער. מוהרא"ש זאגט, א בעל עבירה, זיין עיקר תשובה איז, ער זאל זיין נאר בשמחה און פרייליך מאכן אנדערע, און בפרט זיין ווייב און קינדער, ווייל שמחה היילט אויס, שמחה ברענגט סליחה וכפרה.


שטארק זיך, לערן יעדן טאג חומש, משניות און גמרא, די דריי לימודים זאלסטו לערנען יעדן טאג.


איך האף צום אייבערשטן דיר צו קענען באצאלן די גרויסע געלטער וואס דו האסט מיר געבארגט, על כל פנים נישט נאכן זמן הפרעון.

#5718 - לעבן אין שטוב באהבה אחוה ושלום ורעות
שמחה, שלום בית, תיקונים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, שובבי"ם, ד' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערע ... נרו יאיר, קרית ברסלב


דיין ווייב האט מיר געשריבן אז עס איז א מחי' צווישן ענק, עס איז צוריק דא שלום, מען האט זיך ליב, מען לעבט מיט ליבשאפט.


איך פריי זיך זייער, איך באקום פרישע כחות יעדע מאל איך הער אז מען לעבט בשלום און מיט ליבשאפט.


טייערער ליבער ברודער, טו אלעס עס זאל אזוי בלייבן, מען זאל זיך ליב האבן מען זאל רעדן שיין איינער צום צווייטן.


שלום בית איז תיקון הברית; אז מען לעבט מיט די ווייב באהבה אחוה ושלום ורעות – איז מען אלעס מתקן.


אויך שמחה איז סליחה וכפרה.

#5717 - קום העלפן אין בית הדפוס
חינוך הילדים, הדפסה, סבלנות, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך- יום ג' פרשת תרומה, שובבי"ם, ד' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערע ... נרו יאיר


די טעג וואס דו האסט נישט קיין ארבעט – זאלסטו גיין אין בית הדפוס העלפן בהתנדבות, דרוקן און פאקן פעקלעך פון די ספרים און קונטרסים. גיי נישט ליידיג, און חס ושלום גיי נישט צו די הרי חושך, קום אין אונזער בית הדפוס עוסק זיין בתיקון העולם, האבן א חלק אין מזכה זיין נשמות ישראל מיט די עצות און ווערטער פון הייליגן רבי'ן.


האב סבלנות צו דיינע קינדער, שלאגן איז אסור און שרייען העלפט נישט, מען דארף זאגן נאכאמאל און נאכאמאל מיט סבלנות און שטארקקייט.

#5716 - בארואיגן און אויסלעשן די פארווייטאגטע שמועסן
מחלוקת, שטעטל, שלום, דן לכף זכות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, שובבי"ם, ד' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערע ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א גרויסן יישר כח פארן אהערשטעלן אזא באקוועמע געשמאקע גראסערי פאר אנשי שלומינו פאר א גאנץ יאר, די גאנצע שטעטל איז זיך זייער מחי' און יעדער דאווענט פאר דיין הצלחה.


איך בעט דיר זאלסט דן זיין לכף זכות אלע אנשי שלומינו, אפילו די וואס קויפן נישט איין ביי דיר און זיי קומען נאר מיט טענות, דאס פעלט, און דאס דארף ער ביליגער; זיי דן לכף זכות אלעמען, קיינער וויל נישט זיין שלעכט, קיינער איז נישט שלעכט, עס גייט איבער אויף יעדן איינעם, עס איז דא וואס האבן עניות ודחקות און זיי האלטן שוין ביי מעבירין דעתו של אדם.


איך האף דו וועסט זיך דערהאלטן, דו וועסט קיינעם נישט וויי טון אדער חס ושלום פארשעמען, וסוף הכבוד לבוא. געב זיך איבער צום אייבערשטן, שפאציר אין די געשעפט מיט התבודדות ותפילה, גיי ארום צווישן די איילס און זינג צום אייבערשטן, דאנק און לויב אים, און טו קיינעם נישט וויי.


זיי דו דער וואס בארואיגט און רעדט שיין צו יעדעם, און אז עס ווערט א שמועס פון ווייטאג, דער איז פארווייטאגט אז מען נעמט אים נישט צו שארן די שניי, און א צווייטער עסט זיך אז מען קויפט נישט די פיש ביי אים – זאלסטו נישט זיין דער וואס גיסט אויל און זאגן 'און ער קויפט נישט ביי מיר וכו'', נאר דו גיס וואסער, לעש אויס אלע שמועסן ווי מען בארעדט מענטשן.

#5715 - ווער נישט צעבראכן פון וואס גייט אריבער
התחזקות, עבודת השם, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, שובבי"ם, ד' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערע ליבער ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיין עבודת השם, ווער נישט צעבראכן פון וואס גייט אריבער וכו' וכו'. דער רבי האט אונז דערציילט אז אלע צדיקים האבן געשפירט די זאך, אז מען איז זיי מרחק, מען דארף זיי נישט, און אויב וואלטן זיי זיך נישט מחזק געווען מיט אלע כוחות – וואלטן זיי נישט זוכה געווען צו ווערן צדיקים. זאלסטו זיך זייער שטארקן מיט תורה ותפילה, גיי אין פעלד, שריי צום אייבערשטן ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, וועסטו ווערן א גרויסער צדיק.


איך האב עפעס א וויכטיגע זאך צו רעדן מיט דיר, איך וויל זאלסט מיר העלפן אין שטעטל מיט עפעס גאר וויכטיג, איך וויל רעדן מיט דיר פנים בפנים.


איך האב דיך זייער ליב.

#5714 - דער אייבערשטער מאכט נישט קיין טעותים
תפילה והתבודדות, אמונה, קשיות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, שובבי"ם, ד' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זיסער ... נרו יאיר


אויבן אין הימל קוקט מען אנדערש אויף אונז, אויבן קוקן מען נישט ווער האט געלט, ווער האט א פאלאץ, א טייערע קאר, אויבן אין הימל קוקט מען אויף איין זאך, מען קוקט אויב דער מענטש דערהאלט זיך, אויב מען בלייבט מיט אמונה.


דאס מעסט זיך דאס גרויסקייט פון א איד, אז ער האט נישט קיין קשיות אויף די אמונה, ער האט נישט קיין תרעומות אויף די אמונה, ער ווייסט אז דער אייבערשטער מאכט נישט קיין טעותים, נישטא קיין טעות, אלעס איז בצדק ובמשפט, אלעס איז חסדים.


שטארק זיך מיט אמונה, שטארק זיך מיט תפילה. וואוינסט אין די גלילות פון קרית יואל, זיי נישט קיין בטלן, כאפ זיך ארויף צום ציון המציונת, קודש הקדשים, פון הייליגן רבי'ן פון סאטמער, זיי זיך מתבודד, בעט פאר דיר און פאר דיינע דורות.


פון דיין ראש ישיבה וואס בענקט זיך צו דיר.

#5713 - אוועקלייגן געלט
כיבוד אב ואם, לימוד התורה, געלט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, שובבי"ם, ד' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


בנוגע אוועקלייגן געלט וכו',


דער רבי האט אונז זייער אנגעזאגט מיר זאלן אכטונג געבן אוועקצולייגן געלט. קוק אריין אין חיי מוהר"ן (סימן תקמז), דער רבי פלעגט מוסר זאגן, און אפילו פארשעמען – די אלע וואס האבן פארלוירן געלט, און נישט געהיטן דאס געלט.


לייג אוועק דיין געלט, לדעתי זאל דאס נישט זיין ביי דיינע עלטערן, עלטערן דארפן נישט וויסן די חשבונות פון געלט, אויך נישט די שווער און שוויגער, קיינער דארף נישט וויסן וויפיל געלט מען לייגט זיך אוועק, עלטערן דארף מען נאר געבן גוטע ווערטער און דערציילן שיינע זאכן, אבער נישט אריינמישן מיט די געלט.


לערן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, זאג די ווערטער אן פארשטיין, אויך לערן אסאך בלעטער גמרא.

#5712 - איך וויל שוין חתונה האבן און זיין ריין און הייליג
תפילות אויף אידיש, בחור, שידוכים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, שובבי"ם, ד' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך ווייס עס איז דיר ביטער שווער, דו ווילסט שוין דיין שידוך, דו קענסט נישט זיין אפגעהיטן, דער יצר הרע ווארפט זיך אראפ, עס איז דיר ביטער שווער, עס איז דיר טונקל און פינסטער.


דאך בעט איך דיר מיין ליבער ברודער, דראפע זיך און דערהאלט זיך מיט אלע דיינע כוחות, גלייב באמונה שלמה אז דער אייבערשטער האט פאר דיר א שידוך, און אפילו דיינע עלטערן האבן זייערע חשבונות וכו' – האט דער אייבערשטער א גוטע פלאן פאר דיר.


איך בעט דיר, דערהאלט זיך, גיי יעדן טאג אין א שטילע פלאץ און רעד זיך אויס דיין הארץ, זאג: "אייבערשטער עס איז מיר ביטער שווער, איך דארף מיין שידוך, איך וויל שוין חתונה האבן און זיין ריין און הייליג, איך קען נישט זיין אליין, איך פאל אראפ אין פגם הברית. אייבערשטער האב רחמנות אויף מיר, זיי נישט ברוגז אויף מיר אז איך זינדיג, עכט וויל איך נישט זינדיגן, עכט וויל איך זיין ערליך, עכט וויל איך זיין ריין, אבער יעדעס מאל פאל איך אראפ נאכאמאל און נאכאמאל, העלף מיר, געב מיר שמחה, געב מיר ישוב הדעת, איך זאל קענען יעדן איינעם פרייליך מאכן, און אויך א שידוך, א גוטע ערליכע פרומע מיידל, איך וויל אויפשטעלן אן ערליכע שטוב".


איך האף צום אייבערשטן איך וועל זיין דיין שדכן.

#5711 - עס וואלט נישט געקענט זיין בעסער
אמונה, התחזקות, נסיונות, ספרי ברסלב, נקודות טובות, קשיות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, שובבי"ם, ד' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אויב מען טראכט 'עס וואלט געקענט זיין בעסער' – איז דאס אפיקורסות, א איד טאר נישט אזוי טראכטן. דער אייבערשטער האט גענוג מלאכים, דער אייבערשטער האט אונז באשאפן מיט ירידות, מיט נפילות, מיט חלישות הדעת, מיט צרות – צו זען ווי מיר טוען צו אים רעדן, ווי מיר אנטלויפן נאר צו אים.


קיינמאל זאלסטו נישט זאגן: "עס וואלט געקענט זיין בעסער", אז מען פרעגט דיר: "וואס מאכסטו? וואס טוט זיך?" זאלסטו יעדן איינעם זאגן: "דער אייבערשטער מאכט מיר נאר גוטס"; עס קען נישט זיין בעסער, עס קען נישט זיין מער גוט פון וואס דער אייבערשטער מאכט.


מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים, לערן די שיינע בריוו פון אשר בנחל, די הייליגע עצות, די זיסע חיזוק. ווער עס לערנט דעם רבינ'ס ספרים – דער האט א קלארע אמונה, אים איז גוט און פיין; מען מוז האבן דעם רבי'ן, מען מוז זיך צובינדן צום רבי'ן, אנעם רבי'ן זענען מיר פארלוירענע.


קויף נישט קיין צייטונג, נעם נישט אריין אין שטוב קיין שום מאגעזין, לערן און ליין דעם רבינ'ס עצות און התחזקות.


פריי זיך מיט דיין בארד, מיט דיין פיאות, מיט דיין קאפל, מיט דיין ציצית און תפילין.


פון דיין ראש ישיבה וואס בענקט זיך צו די צייטן וואס דו האסט געאטעמט דעם רבי'ן.


 

#5710 - מען מוז ענדיגן מגיה זיין און דרוקן אשר בנחל אידיש
הדפסה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, שובבי"ם, ד' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מנהל בית הדפוס היכל הקודש ליבערטי


איך האב נישט קיין מנוחה אז איך האב צוגעזאגט בתורת נדר אז איך וועל דרוקן און פארשפרייטן ספר אשר בנחל אין אידיש, און נאכאלץ האט מען נאכנישט געקענט ענדיגן מגיה זיין און דאס טון.


ובכן וויל איך דיר זאגן זאלסט שוין יעצט צוריק נעמען אלע מכתבים פון ... און זוכן א צווייטער זאל דאס טון, אפשר קענסטו דאס טון דורך ....


איך האב געלט פאר דעם פראיעקט, איך וויל דאס זען אינדרויסן אויף די יאר, און אז דאס וועט זיך שלעפן – וועל איך דאס אוועקנעמען פון דיר, איך וועל גיין צו א צווייטן דאס דרוקן.


איך בעט שוין די זאך פאר די לעצטע פינף יאר, און עס איז נישט גערעכט אז גארנישט רוקט זיך נישט.

#5709 - האלטן ריין די קאר
ריינקייט, פרנסה, קאר

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, שובבי"ם, ד' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב זיך זייער פארעקלט ווען איך האב געכאפט א היטש מיט דיין קאר. איך קען נישט פארשטיין ווי קען זיין אן ערליכער איד זאל זיך אזוי פירן, אזוי שמוציג, אזוי פארשמירט, די קאר איז פול מיט באטלעך עסן, בעגס שמוץ, און דו ביסט דאך א תלמיד היכל הקודש; טאר דאס נישט זיין, מען דארף זיין ריין און צוזאמגענומען. אין א קאר עסט מען נישט, א קאר איז נישט קיין סטארידזש וואו מען האלט זאכן.


איך בין ממש פארשעמט אז די תלמידים פירן זיך אזוי, אפשר איז דאס פארשמירטע קאר א פלאץ פארן שר פון עניות, 'נבל', וואס האט ליב פארשמירטע פלעצער און ברענגט עניות (פסחים קיא:). אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות ממון, סימן לא): "מְאִיסוּתָא דְבֵיתָא", א פארשמירטע שמוציגע הויז, "מֵבִיא לִידֵי עֲנִיּוּת", ברענגט ארעמקייט.


האלט ריין דיין קאר, האלטן ריין דיינע בגדים, ווארף אוועק אלע זעקלעך, דעקלעך און האלטערס, גיי אנגעטון ריין; וועסטו פארטרייבן די נישט גוטער רוח 'נבל', און דו וועסט האבן גרויס שפע.

#5708 - אויב מען גנב'עט, האט מען נישט קיין רו
הפצה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וארא, שובבי"ם, ראש חודש שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט פון מחזק זיין טויזנטער און צענדליגער טויזנטער מידי שבוע בשבוע, דו האסט נישט קיין אנונג וואס די בריוו טוט מיט מענטשן, עס מוטיגט זיי און געבט זיי א וועג ווי צו אומגיין אין יעדע איינציגסטע פרט אין לעבן.


איך וויל דו זאלסט זיך יעצט אריינלייגן ארויס צו געבן פאר קינדער וואס מער ספרים, סיי מעשה ביכלעך און סיי געימס פון רבינ'ס עצות, ווייל וואס מער מען לייגט אריין אין די קינדער אמונה און קדושה - אלץ גרינגער איז די ארבעט שפעטער, מען מוז אלעס טון פאר אונזערע קינדער זיי זאלן אויפוואקסן מיט אמונה און קדושה.


דא האסטו א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה:


"אוי וויי! וואס טו איך? די הונט איז נאכאמאל אריינגעשפרינגען אין געשעפט, אוי וויי, ער טאנצט אויפן טיש! ער שפרינגט צום וואגשאל! ער דרייט איבער דעם געשעפט, ר-א-ט-ע-וו-ע-ט! ווער קען מיר העלפן?!"


דאס האט פאסירט מיט לאנגע יארן צוריק ווען מוהרא"ש איז געווען א אינגערמאן און געגאנגען הפצה פון טיר צו טיר פארשפרייטן די הייליגע ספרים פון רבי'ן, מוהרא"ש איז אויך געגאנגען אין געשעפטן, אמאל האט פאסירט, מוהרא"ש זעט ווי א הינט שפרינגט אין א געשעפט, די הונט שפרינגט אויפן וואגשאל, און דער בעל הבית שטייט פון דער זייט און וויינט, ער פרעגט מוהרא"ש: "וואס מיינט דאס? וואס קען דאס זיין?"


מוהרא"ש זאגט אים: "דערצייל מיר, פון ווען האסטו דעם געשעפט?" דער איד דערציילט: "דער געשעפט איז געווען מיין טאטע'ס געשעפט, נישט לאנג צוריק איז ער געשטארבן און איך האב איבערגענומען דעם געשעפט, און יעדע פאר טעג קומט די הונט".


מוהרא"ש געבט דעם איד צו פארשטיין: "אפשר האט מען אין דעם געשעפט גע'גנב'עט פון מענטשן? די וואג איז נישט ריכטיג, מען האט אפגעפאפט מענטשן, און די נשמה האט נישט קיין רו; איר דארפט באצאלן פאר אלע וואס מען האט דא בא'גנב'עט און ביז מען וועט נישט באצאלן - וועט די נשמה נישט האבן קיין מנוחה".


דער איד פרעגט: "ווי קען איך מתקן זיין? איך ווייס נישט וועם צו באצאלן, ווי איז מעגליך צו וויסן וועם מען האט בא'גנב'עט און וויפיל?"


מוהרא"ש זאגט אים: "אויב מען האט גע'גנב'עט און מען ווייסט נישט וועם צו באצאלן - זאגט די תורה - מען זאל מאכן צרכי רבים; זאלט איר העלפן דרוקן די ספרים פון הייליגן רבי'ן, וואס איז די גרעסטע צרכי רבים".


דער איד האט געגעבן געלט צו דרוקן די ספרים פון הייליגן רבי'ן און וואונדער האט פאסירט, דער הונט איז מער נישט צוריק געקומען.


וואס לערנען מיר פון די מעשה? ערשטנס דאס גרויסקייט פון די מפיצים, זיי גייען ארום אין הייזער און צו געשעפטן מזכה זיין אידישע קינדער מיט די עצות פון רבי'ן, אויך לערנען מיר דאס הארבקייט פון גנב'ענען; אויב מען גנב'עט - האט מען נישט קיין רו, דריטנס לערנען מיר פון די מעשה, אז העלפן דרוקן די ספרים פון רבי'ן - איז אלעס מתקן.


אלע קינדער זינגען אינאיינעם: "פלוצלונג א ברסלב'ער, א קליינע ספר, פינקט פאר מיר געברענגט צו מיין טיר, געטוישט מיין לעבן, עצות געגעבן..."


בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד ווי א הינט שפרינגט צום וואגשאל און ווי מוהרא"ש אלס אינגערמאן שטייט אין דער זייט מיט ספרים אין די האנט און ווי דער בעל הגעשעפט שטייט מיט א פנים פול מיט שרעק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#5707 - זייט קלוג, דערציילט נישט פריוואטע זאכן
חברים, חיזוק פאר פרויען, תהלים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ח שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן פאר אזא טייערער מאן, אייער מאן האט געלערנט ביי מיר, ער איז א ירא שמים, אן ערליכער, מיט אלע מעלות; איר דארפט דאנקען דעם אייבערשטן.


בנוגע וכו'; אז אייער חבר'טע רעדט צו אייך אירע פריוואטע זאכן וכו' - זאלט איר נישט צוריק דערציילן אייערע פריוואטע זאכן, זייט קלוג נישט צו דערציילן פון אייער מאן און פון אייער לעבן.


עס זענען דא ביי פרויען וואס זוכן אריינצוקריכן אין א צווייטנ'ס פריוואטע זאכן, קראצן א צווייטנ'ס קישקעס; מען דארף זיין קלוג נישט צו ווערן אריינגעדרייט מיט זיי, קיינמאל נישט דערציילן פריוואטע זאכן צווישן מאן און ווייב.


זאגט יעדן טאג תהלים, בעטס דעם אייבערשטן אויף שמחה און אויף געזונטע ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5706 - וואו איז די הבטחה פון די הייליגע תורה?
כיבוד אב ואם, אמונה, התחזקות, קשיות, תפילה, יתום

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ז שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן די פראגע.


אז אייער בחור פרעגט אייך: "וואס איז פשט, עס שטייט דאך אין די תורה (שמות כ, יא): 'כַּבֵּד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶּךָ, לְמַעַן יַאֲרִכוּן יָמֶיךָ', איז ווי קען זיין אז טאטי - וואס האט אזוי מכבד געווען זיין טאטע - איז געשטארבן אזוי יונג?" ער פרעגט: "ווי קען זיין עס שטייט אין די תורה איין זאך און מען זעט עס איז נישט אזוי?" איר ווילט וויסן וואס אים צו ענטפערן.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (חולין קמב.) עס איז געווען א תנא וואס איז געווארן אן אפיקורס, ווייל ער האט געזען ווי איינער בעט זיין זון: "קריך ארויף אויפן בוים, ברענג מיר פייגלעך צו עסן", דער קינד איז ארויפגעקראכן אויפן בוים און געטון סיי די מצוה פון כיבוד אב און סיי די מצוה פון שלוח הקן, ער האט אוועקגעשיקט די מאמע פייגל, און פלוצלונג איז ער אראפגעפאלן און געשטארבן; האט ער געפרעגט, ווי קען זיין איינער וואס טוט כיבוד אב, וואס די תורה זאגט לְמַעַן יַאֲרִכוּן יָמֶיךָ, דו וועסט לאנג לעבן, און אויך טוט ער די מצוה פון שלוח הקן וואס די תורה זאגט אויך ביי די מצוה דו וועסט לאנג לעבן, "הֵיכָן אֲרִיכוּת יָמָיו שֶׁל זֶה, וְהֵיכָן טוֹבָתוֹ שֶׁל זֶה", ווי איז די הבטחה פון די תורה? האט ער אפגעלאזט די אידישע וועג און געווארן אן אפיקורס.


די הייליגע חכמים זאגן אונז אז דאס גייט ארויף אויף די נשמה אין גן עדן; דער וואס טוט די מצוה פון כיבוד אב און אזוי אויך די מצוה פון שלוח הקן - דער וועט לעבן א לאנגע לעבן אין גן עדן, ער וועט באקומען זייער אסאך שכר אין עולם הבא; זאגט פאר אייער בחור וואס די הייליגע חכמים דרשנ'ען, און אז טאטי האט מכבד געווען מיט זיין גאנצע הארץ זיידי - האט ער יעצט גרויס שכר.


רעדט אסאך צו די קינדער פון אמונה, זיי זאלן וויסן אז דעם אייבערשטן קען מען נישט פארשטיין, עס איז דא אסאך קשיות אויפן אייבערשטן און דאס איז גאר זיין שיינקייט און גרויסקייט. דער תנא וואס האט געהאט די קשיא וואו איז די אריכת ימים אויף כיבוד אב ואם, האט אויך געהאט א קשיא אויף שכר ועונש; ער האט געזען איינע פון די הייליגע צדיקים פון די עשרה הרוגי מלכות, ווי א דבר אחר האלט אין מויל די צינג פון רבי חוצפית המתורגמן, האט ער געזאגט: ווי קען זיין 'פה שהפיק מרגליות' א מויל וואס האט געלערנט און געדאווענט, 'ילחוך עפר' זאל ליגן אין די מיסט?! דאס האט אים געמאכט ער זאל אפלאזן די תורה וועג.


פרעגלט אין די קינדער אמונה; יעדע מאל מען זיצט מיט קינדער ביי א סעודה, ביי א פארברענג - רעדט מען פון אמונה; אז דעם אייבערשטן קען מען נישט פארשטיין, מען חזר'ט די ווערטער פון רבי'ן וואס זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נב) דאס וואס עס איז דא קשיות אויפן אייבערשטן - אזוי דארף צו זיין, "וְכָךְ נָאֶה וְיָפֶה לוֹ", און דאס איז די שיינקייט פונעם אייבערשטן, ווייל אויב מיר וואלטן אלעס פארשטאנען וואלט דאך געווען זיין שכל אזוי ווי אונזער שכל - חס ושלום; קומט אויס אז דאס איז דער שיינקייט פונעם אייבערשטן, אז מיר פארשטייען אים נישט. אבער דער רבי האט אויסגעפירט: "וואויל איז דעם וואס האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן".


חזר'ט מיט די קינדער אמונה, זיי זאלן זיך דרייען צווישן אנשי שלומינו וואס רעדן נאר אמונה; ווי מער מען חזר'ט אמונה - איז דאס לעבן גוט און זיס, און אז מען האט נישט קיין אמונה, אפילו מען איז א למדן און מען קען גוט לערנען - קען מען פלוצלונג אלעס אפלאזן, מען זעט ביי אסאך שטיבער א קינד פאלט אוועק, מען וואונדערט זיך 'וואס קען דאס זיין? דאס קינד איז געווען א גוט קינד'; דער ענטפער איז, מען רעדט נישט גענוג פון אמונה, אז דער אייבערשטער מאכט אלעס, ער טוט אלעס - מיט א פינקטליכע חשבון און מיר ווייסן גארנישט.


זייט מחזק די קינדער די יתומים; זאגט זיי, מיט יעדע ווארט תורה און יעדע ווארט תפילה - מאכן זיי א נחת רוח פאר די נשמה פון זייער טאטע. מען קען זיך נישט פארשטעלן ווי הונגעריג א נשמה איז, ווי זיי זענען זיך מחי' מיט יעדע גוטע זאך וואס די קינדער טוען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.