בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווי אזוי א מלמד דארף זיך אפגעבן מיט די קינדער
חינוך הילדים, מלמדים

  בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו האסט די זכיה צו זיין א מלמד פאר קינדער - תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא, וואס אויף זייער תורה שטייט דער וועלט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש איכה, פתיחתא ב): "מָאן אִינוּן נְטוּרֵי קַרְתָּא? אֵלּוּ סוֹפְרִים וּמְשַׁנִּים, שֶׁהֵם הוֹגִים וּמְשַׁנִּים וּמְשַׁמְרִין אֶת הַתּוֹרָה בַּיוֹם וּבַלַּיְלָה", ווער זענען די וואס היטן אפ די שטאט פון שלעכטס? די מלמדים וואס לערנען תורה מיט קינדער, זיי היטן אפ די שטאט פון אלעס שלעכטס.


א מלמד דארף זייער אכטונג געבן וואס ער רעדט און ווי אזוי ער רעדט צו די קינדער; עס זענען דא מלמדים וואס מיינען אז מיט דעם וואס זיי וועלן פארציילן פאר די קינדער זייערע קינדער יארן וועלן די קינדער זיי ארויף קוקן, אבער באמת איז נישט גוט אז א מלמד זאל דערציילן זיינע קינדער יארן, אדער סתם שמועסן מיט די קינדער זאכן וואס ברענגען נישט ארויס מידות טובות און יראת שמים. דערפאר זאלסטו דערציילן פאר די קינדער נאר מעשיות פון צדיקים, ווי זיי האבן געדינט דעם אייבערשטן, און זיך געפירט מיט מידות טובות. קינדער זענען נאך ריין און הייליג, און ווען מען דערציילט זיי מעשיות פון צדיקים פלאקערט דאס אויף זייער הארץ, זיי טראכטן: "איך וויל אויך זיין א צדיק".


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות אהבה, סימן ז): "כְּשֶׁתְּחַזֵּק אֶת הָאָדָם בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, הוּא יֹאהַב אוֹתְךָ", ווען דו וועסט מחזק זיין א מענטש ער זאל זיך שטארקן אין עבודת השם, וועט ער דיר ליב האבן; דאס איז דער וועג צו געווינען קינדער. נארישע מלמדים און טיטשערס מיינען, אז מיט דעם וואס מען וועט געבן פאר קינדער אסאך נאש אדער מתנות, וועט דער קינד ליב האבן דעם רבי'ן אדער טיטשער; עס איז מעגליך אז אויף די מינוט האסטו געכאפט דעם קינד, אבער נאך א שטיק צייט וועט דאס קינד דיר בכלל נישט ארויף קוקן. דער ריכטיגער וועג צו געווינען די קינדער אז זיי זאלן באקומען א שטארקע געפיל צו זייער מלמד אדער טיטשער, איז דורך דעם וואס מען איז זיי מחזק אויף עבודת השם, מען רעדט צו זיי פאזעטיוו: "דו קענסט יא", "דו וועסט עס באווייזן".


די בריוו שרייב איך פאר דיר און פאר אלע דיינע חברים מלמדים, ווייז עס פאר זיי אלע, (אלע בריוו וואס איך שרייב פאר יחידים, שרייב איך פאר אלע מיינע תלמידים), אויך זאלסטו ווייזן דעם בריוו פאר דיין ווייב תחי' וואס איז א טיטשער ביי אונז אין סקול, זי זאל וויסן אז די וועג ווי אזוי מען געווינט די קינדער זיי זאלן ליב האבן סקול איז נישט אז מען געבט נאש יעדן טאג, אדער מתנות וכו', נאר דער וועג צו מצליח זיין מיט קינדער איז דורך רעדן פאזעטיוו. זאג איר אז זי זאל אויך ווייזן דעם בריוון פאר אלע טיטשערס.


אז מען רעדט שוין פון רעדן פאזעטיוו, דארפסטו וויסן, אז ווען מען רעדט פון שכר ועונש צו קינדער, דארף מען רעדן פון ביידע, מען קען נישט רעדן צו קינדער פון יראת הרוממות, נאר קינדער דארף מען מחנך זיין מיט יראת העונש. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ה) "אַשְׁרֵי מִי שֶׁהוֹלֵךְ בִּתְמִימוּת וְיֵשׁ לוֹ יִרְאַת הָענֶשׁ, כִּי עִקַּר הָעֲבוֹדָה בִּתְחִלָּה הִיא רַק מֵחֲמַת יִרְאַת הָעֹנֶשׁ, וּבְלִי יִרְאַת הָעֹנֶשׁ אִי אֶפְשָׁר לְהַתְחִיל כְּלָל בַּעֲבוֹדַת ה'", וואויל איז דעם מענטש וואס דינט דעם אייבערשטן בתמימות, ער האט מורא פון די שטראף וואס דער אייבערשטער געבט אויב מען טוט עבירות, ווייל אויב א מענטש האט נישט קיין יראת העונש קען מען בכלל נישט דינען דעם אייבערשטן (קוק נאך די גאנצע שיחה). דער רבי זאגט אלע צדיקים וואס דינען דעם אייבערשטן מיט יראת הרוממות אדער מאהבת השם האט זיך דאס קודם אנגעפאנגען מיט יראת העונש, ווייל ווען א מענטש איז נאך בקטנות הדעת פארשטייט ער נאך נישט וואס יראת הרוממות איז, נאר יראת העונש.


דערפאר דארף א מלמד רעדן פשוט פון יראת העונש; איינע פון די י"ג עיקרים איז צו גלייבן אין שכר ועונש: "אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ גּוֹמֵל טוֹב לְשׁוֹמְרֵי מִצְוֹתָיו, וּמַעֲנִישׁ לְעוֹבְרֵי מִצְוֹתָיו", דער אייבערשטער געבט שכר פאר ווער עס היט אפ זיינע מצוות, און ער באשטראפט דעם וואס היט נישט אפ זיינע מצוות.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן פז) אז מען קען נישט צוקומען צו אמונה נאר דורך יראת העונש; דערפאר דארף מען אריין לייגן אין די קינדער פון ווען זיי זענען נאך יונג, זיי זאלן מורא האבן פונעם אייבערשטן; פארצייל זיי מעשיות פון צדיקים, מעשיות פון די הייליגע חכמים ווי דער אייבערשטער העלפט ווען מען רעדט צו אים, ווי דער אייבערשטער ווארט מען זאל זיך צוריק קערן צו אים, און ווען ער זעט ווי מען וויל אים נישט פאלגן געבט ער א שטראף.


קינדער האבן זייער ליב מעשיות; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רמח): "דַּע שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", וויסן זאלסט אז פארציילן מעשיות פון צדיקים איז זייער א גרויסע זאך, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַך, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד", ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק ווערט אויף געפלאמט דאס הארץ, מען באקומט א מורא'דיגע בענקעניש צו ווערן אן ערליכער איד. ווען מען הערט ווי דער צדיק האט זוכה געווען און איז בייגעשטאנען אלע זיינע נסיונות וויל מען אויך זוכה זיין צו דעם און ווערן א צדיק. בפרט א קינד, ווען ער הערט א מעשה פון א צדיק ווערט ער זייער נתעורר דורך דעם.


דער הייליגער רבי האט דערציילט אז ער האט אנגעפאנגען דינען דעם אייבערשטן ווען ער איז געווען א קליין קינד, ער האט באקומען זיין התעוררות דורך די מעשה וואס ער האט געהערט דערציילן פון די תלמידים פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, דעם גאנצן סיפור ווי אזוי דער בעל שם טוב זי"ע האט גערעדט צום אייבערשטן בלייבנדיג אן עלנדער יתום פון טאטע מאמע, יעדע זאך וואס ער האט געדארפט האט ער געבעטן נאר פונעם אייבערשטן. ווען דער רבי האט געהערט די מעשה איז אריין אין אים א מורא'דיגע חשק צו ווערן א צדיק, ער האט אנגעפאנגען צו טראכטן: "געוואלד! איך וויל אויך זיין א צדיק! אפשר אז איך וועל דאס נאכטון, איך וועל אנהייבן רעדן צום אייבערשטן וועל איך אויך ווערן א צדיק". גלייך ווען דער רבי האט געהערט דעם סיפור איז ער ארויס פון שטוב און געגאנגען צום ציון פון בעל שם טוב און געוויינט צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין אן ערליכער איד וכו'", ביז ער רבי האט זוכה געווען צו וואס ער האט זוכה געווען.


פון דעם אלעם זעט מען אז ווען א קינד הערט א מעשה פון א צדיק פלאקערט דאס אים אויף זיין הארץ צום אייבערשטן.


עס איז באוואוסט דער סיפור אז דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט אמאל געפרעגט די מלמד פון זיינע קינדער צי ער לערנט מוסר מיט זיינע קינדער, האט דער מלמד געזאגט: "יא"; האט ער אים געפרעגט: "וואסערע מוסר ספרים לערנסטו מיט זיי?" זאגט ער: "חובות הלבבות", זאגט אים דער הייליגער צאנזער רב: "נישט דאס מיין איך צו פרעגן, איך פרעג צי דו לערנסט 'מוסר', צי דו פארציילסט זיי מעשיות פון הייליגן רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זי"ע און זיין ברודער דער הייליגער רבי ר' זושא זי"ע"; ווייל מעשיות פון צדיקים דאס פייערט אויף דאס הארץ צו זיין אן ערליכער איד.


נאך א כלל דארפסטו וויסן, אז א מלמד דארף לעבן מיט די כתה; א מלמד קען נישט זיין מלמד בלויז מיט דעם אז ער לערנט וואס מען דארף לערנען אין חדר, א מלמד דארף וויסן וואס טוט זיך צווישן די קינדער, א מלמד דארף בודק חמץ זיין אויב עס איז דא א קינד וואס טרעט אויף אנדערע קינדער, אפשר האבן אלע קינדער מורא צו קומען אין חדר מיט אזא און אזא העמד אדער הויזן אדער מאנטל ווייל איינער שפעט אפ פון אים. אזוי אויך דארף א מלמד זייער אכטונג געבן אז די קינדער זאלן זיך נישט נעמען איין קינד פאר א קרבן לעזאזל, דאס איז דער עיקר שבעיקרים - אויס לערנען פאר די קינדער מידות טובות.


איך דארף דיר באמת שרייבן יעדן טאג א בריוו, ווייל דו דארפסט אסאך חיזוק, אבער איך קום פשוט נישט אן מיט מיין ארבעט; איך בעט דיר זייער, שטארק דיר, זאלסט נישט נאכלאזן קיין איין טאג. שטארק דיין ווייב זי זאל אויפהייבן די מוט פון די מיידלעך, בפרט די צעקלאפטע קינדער וואס באקומען נישט קיין ליבשאפט אין שטוב; די אלע קינדער וואס מען קלאפט שטענדיג אראפ - אין זיי דארף מען אריין בלאזן לופט פון לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.