בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די גרעסטע זאך איז צו העלפן א צווייטן איד
הדפסה, חסד, ספרי ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת דברים, ה' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר מזרז זיין דו זאלסט ענדיגן דעם "לוח ברסלב" לשנת תשע"ט הבא עלינו לטובה.


די מפיצים זאגן אז פון חמשה עשר באב הייבן מענטשן אן בעטן דעם לוח פארן קומענדיגן יאר; א לוח נעמט יעדער איינער. דעריבער בעט איך דיר דו זאלסט מיר שיקן דעם לוח איך זאל דאס קענען מגיה זיין אז מען זאל דאס קענען דרוקן די וואך אין ישיבה.


שטארק דיך און גיי אן מיט דיין הייליגע ארבעט פון אויסשטעלן די ספרים עס זאל זיין גרייט צו דרוקן, עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי עוסק זיין מקרב צו זיין אידישע קינדער זיי זאלן צוריק קומען צו האבן אמונה.


מוהרא"ש האט דערציילט, ווען דער הייליגער צדיק ר' יצחק מדראביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווען איז אים רש"י הקדוש אנקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואספארא גוטע מעשים טוט אייערע זון ר' מיכעלע זלאטשובער, אז אויבן אין הימל מאכט מען אזא רעש פון אים?" האט דער טאטע ר' יצחק מדראביטש געענפערט: "ער לייגט אריין כוחות אין דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליינס וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע ר' יצחק מדראביטש געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, און פאר דעם אליינס רעש'ט זיך נאך נישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י נאך אלץ נישט מסכים געווען, ביז ר' יצחק מדראביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "היינו דאהני ליה, יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס עס רעש'ט זיך פון אים".


איך ווארט צו באקומען די לוח וואס שנעלער.