בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - באדאנקט זיך פאר'ן אהערשטעלן די פרויען פארטי
מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר טהרה, ב' דראש חודש אייר, ט"ז לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


וואויל איז אייער חלק אז איר האט אהער געשטעלט אזא שיינע פארטי פאר די ישיבה, איר האט אוועק געגעבן טעג און וואכן אז דאס זאל זיין מיט הצלחה; געלויבט דעם אייבערשטן אז עס איז געווען מיט הצלחה.


יעצט ווען מיר ציילן די טעג פון ספירה פאר קבלת התורה, איז די פאסיגע צייט צו מאכן די פארטי פארן מוסד, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שיר השירים רבה א, ד): ווען דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה פאר די אידן, האט דער אייבערשטער געבעטן פון די אידן "הָבִיאוּ לִי עֲרֵבִים טוֹבִים שֶׁתִּשְׁמְרוּהָ", ברענגט מיר א גאראנטי אז איר וועט היטן די תורה, האבן די אידן פרובירט צו ברענגען אסאך ערבים, אבער דער אייבערשטער האט אויף אלעמען געענטפערט: "עֲרֵבְךָ צָרִיךְ עָרֵב", דער ערב אליינס דארף א גאראנטי, ביז די אידן האבן געזאגט: "בָּנֵינוּ עוֹרְבִים אוֹתָנוּ", אונזערע קינדער זענען אונזערע גאראנטיס אז מיר וועלן האלטן די תורה, "אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא הָא וַדַּאי עֲרֵבִים טוֹבִים, עַל יְדֵיהֶם אֶתְּנֶנָּהּ לָכֶם, הֲדָא הוּא דִכְתִיב (תהלים ח, ג): מִפִּי עוֹלְלִים וְיֹנְקִים יִסַּדְתָּ עֹז", דאס זענען גוטע גאראנטיס, בזכות די קינדער וועל איך ענק געבן די תורה; זעט מען פון דעם אז דער אייבערשטער האט גענומען אונזערע קינדער פאר א גאראנטי אז מיר וועלן האלטן די תורה, דערפאר איז א גרויסע זאך אז איר האט געמאכט א פארטי פארן מוסד מיר זאלן קענען אנגיין מיט די חדר און מיידל סקול.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח איר זאלט זוכה זיין אויפצוציען אייערע קינדער געזונטערהייט, צוזאמען מיט אייער חשוב'ער מאן ... נרו יאיר.


זיכער ווייסט איר וואסערע טייערער מאן איר האט; ער פירט זיך אויף מיט יראת שמים און מיט מידות טובות, ער איז געבענטשט מיט (משלי ג, ד): "חֵן וְשֵׂכֶל טוֹב בְּעֵינֵי אֱלֹקִים וְאָדָם", אין בית המדרש זעט מען אים נאר דאווענען און לערנען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.