בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - איבער פחדים, און העלפן די ווייב
פחדים, שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חיי שרה, ט"ז מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האף אז דו האסט פארשטאנען וואס איך האב גערעדט מיט דיר; איך האב געטראכט איך זאל דיר אראפ שרייבן אלע נקודות וואס מיר האבן גערעדט אז דאס זאל זיין בכתב - סיי פאר דיר אז דו זאלסט דאס קענען איבער חזר'ן, אזוי אויך פאר אנדערע אינגעלייט וואס ווילן וויסן ווי אזוי זיך צו פירן אין שטוב.


א אינגערמאן דארף העלפן אין שטוב אז זיין ווייב זאל נישט דארפן טון שווערע ארבעט; היינט קען מען זייער גרינג העלפן אין שטוב דורכדעם וואס פאר א פאר דאללער קען מען ברענגען א פרוי וואס רייניגט, זיי נעמען בערך צען דאללער א שעה, מען ברענגט זיי לויט וויפיל עס פעלט זיך אויס אז די שטוב זאל זיין צוזאמגענומען.


ווען עס קומט צו נעמען א פרוי וואס רייניגט טאר מען נישט קוקן אויף קיין געלט, ווייל דאס איז ווערד אלע געלטער פון דער וועלט; א מאמע פון קינדער דארף האבן כח צו די קינדער, זי טאר נישט טון די שווערע ארבעט. דערפאר אז דיין ווייב זאגט אז זי קומט נישט אן מיט די ארבעט וכו', בעט איך דיר דו זאלסט נעמען א פרוי וואס רייניגט, אפילו א פאר מאל א וואך, אז דיין ווייב זאל זיך קענען אפרוען, זי זאל זיין אויסגערוהט זיך צו קענען אפגעבן מיט די קינדער.


זאג פאר דיין ווייב אז פרויען זענען פטור פון דאווענען ווייל זיי זענען פארנומען מיט די שטוב ווירטשאפט; א פרוי וואס האט נאך נישט קיין קינדער אדער זי האט שוין חתונה געמאכט די קינדער און זי האט צייט צו דאווענען, דארף זי דאווענען, אזוי אויך א פרוי וואס קומט אן מיט איר סדר היום, און עס בלייבט איר איבער צייט - קען זי דאווענען, אבער א מאמע פון קינדער וואס קומט נישט אן צו שלאפן און צו עסן וכו' וכו', איז פטור פון דאווענען.


אז א פרוי האט אביסל צייט אינמיטן טאג ווען די קינדער זענען אין חדר און אין סקול, זי האט צייט אדער צו שלאפן אביסל אדער צו זאגן דעם "יום תהילים", זאל זי ענדערש זיך אראפ לייגן שלאפן, ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן פד): "תִּקוּן הַגוּף קוֹדֶם תִּקוּן הַנֶפֶשׁ", א מענטש דארף קודם אכטונג געבן אז זיין גוף זאל זיין רואיג און נישט איבערשטרענגען, נאכדעם זאל ער אכטונג געבן אויף זיין נפש; עס איז זייער וויכטיג צו שלאפן גענוג און זיין אויסגערוהט, ווייל שלאפן מאכט רואיג א מענטש, נאכמער זאגט דער רבי (שיחות הר"ן, סימן קי): ""וּבְיוֹתֵר מוֹעִיל הַשֵּׁנָה לָאֱמוּנָה", ווען א מענטש שלאפט ווערט געשטארקט זיין אמונה.


זאג דיין ווייב אז בשעת זי איז באשעפטיגט מיט די שטוב ארבעט זאל זי רעדן צום אייבערשטן - ווען זי וואשט די געשיר, זי לייגט צוזאם די וועש וכו', זאל זי רעדן צום אייבערשטן - דאס איז איר דאווענען, און דאס איז איר יום תהילים.


מען האט אמאל געזאגט פארן רבי'ן אז דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווען משיח וועט קומען וועט מען מבטל זיין אלע ווייבער שולן", האט דער רבי געזאגט: "עס איז נישט אמת, עס קען נישט זיין אז דער בעל שם טוב האט דאס געזאגט, פונקט פארקערט! משיח וועט קומען בזכות די תפילות פון אידישע פרויען וואס זיי דאווענען און בעטן אז משיח זאל קומען". זעט מען פון דעם אז דער רבי האט זייער שטארק געהאלטן פון תפילות פון פרויען.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג דערמאנען ביי די דרשות וואס ער פלעגט זאגן פאר די פרויען דעם מאמר חז"ל (קידושין מט:): "עֲשָׂרָה קַבִּין שִׂיחָה יָרְדוּ לָעוֹלָם, תִּשְׁעָה נָטְלוּ נָשִׁים, וְאֶחָד נָטְלוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלוֹ", א מאס פון צען קב 'שמועסן' איז אראפ געקומען אויף דער וועלט, ניין קב האבן גענומען די פרויען, און איין קב איז צעטיילט געווארן פאר די גאנצע וועלט; סתם מענטשן ניצן דעם חז"ל אראפ צו קלאפן פרויען און צו אפשעפעטן פון זיי, אז פרויען רעדן אסאך וכו', אבער מוהרא"ש פלעגט זאגן פאר די פרויען: "פון דעם חז"ל זעט מען אז א פרוי קען מער רעדן ווי א מאן, זאל א פרוי ניצן איר מאס רייד צו רעדן צום אייבערשטן".


דאס וואס דיין ווייב זאגט אז זי קען נישט איינשלאפן ביינאכט פון פחדים; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות אמונה, חלק ב', סימן יז): "מִי שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לִישֹׁן, יַעֲלֶה עַל מַחֲשַׁבְתּוֹ אֱמוּנַת תְּחִיַּת הַמֵּתִים", ווער עס קען נישט איינשלאפן זאל טראכטן פון תחיית המתים; לכאורה, וואס העלפט תחיית המתים פאר איינעם וואס קען נישט איינשלאפן? נאר געווענליך ווען מען וויל איינשלאפן, הייבט מען אן טראכטן אלע שרעקעדיגע זאכן, עס הייבן אן קומען דמיונות 'וואס וועט זיין?' 'אפשר גיי איך שטארבן וכו' וכו'?' אויף דעם זאגט דער רבי, טראכט פון תחיית המתים, דאס הייסט, ביים סוף וועט זיין גוט, אפילו מען גייט שטארבן, גייט מען אויפשטיין תחיית המתים; דאס זאלסטו גוט וויסן, אז מען לעבט מיט אמונה איז מען רואיג, מען ווייסט אז עס קען גארנישט פאסירן פארן מענטש אן דעם אייבערשטן.


באמת אז מען קוקט גוט זעט מען אז אלע שלעכטע מחשבות קומען נאר ביינאכט, אזוי ווי דער רבי פארציילט אין די מעשה פון דעם בן מלך ובן השפחה שנתחלפו (ספורי מעשיות, מעשה יא): "ווען עס איז געווארן טאג האבן זיי געהערט א גרויס געלעכטער, האבן זיי געפרעגט דעם מענטש פון וואלד "וואס איז דאס געלעכטער?" האט ער געזאגט, דער טאג לאכט אויס דער נאכט, ווייל דער נאכט פרעגט דעם טאג פארוואס אז דו קומסט האב איך קיין נאמען נישט, הייבט דער טאג אן צו לאכן און עס ווערט טאג"; דאס זעט מען ממש בחוש, ביינאכט הערט מען ברומען פון די חיות רעות, ביינאכט קומען אן אלע שלעכטע מחשבות, מען טראכט 'וואס וועט זיין'; 'אפשר גיי איך שטארבן'; 'אפשר גייט זיין א פייער'; 'אפשר גייט א גנב קומען'; דאס זענען די ברומען פון די חיות, מען טראכט נעגעטיווע מחשבות. ווען מען שטייט אויף אינדערפרי פאלט אלעס אוועק, עס איז נישט דא קיין פחדים, עס איז נישט דא קיין "וואס וועט זיין" - דאס איז דער געלעכטער וואס דער טאג לאכט אויס דעם נאכט, און דאס חזר'ט זיך איבער יעדע נאכט נאכאמאל און נאכאמאל.


זאג פאר דיין ווייב זי זאל זאגן יעדן טאג קאפיטל כ"ט אין תהלים; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות קליפה, סימן י): "הַשִּׁבְעָה קוֹלוֹת שֶׁאָמַר דָּוִד עַל הַמַּיִם, בְּדִבּוּרָן מַכְנִיעִין הָרוּחַ רָעָה", אז מען זאגט דעם קאפיטל, נעמט מען אוועק דעם רוח רעה וואס כאפט זיך אריין אינעם מענטש; איך האב געטראכט אז מען קען זאגן פשט, וואס האט די זיבן קולות צו מכניע זיין א רוח רעה? נאר מען חזר'ט צו זיך אז אלעס איז דער אייבערשטער, דער אייבערשטער קען יעדן איינעם העלפן; איינער האט א פחד פון וואסער - זאגט מען אים 'קוֹל ה' עַל הַמָּיִם', דער אייבערשטער העלפט א מענטש אין וואסער, איינער האט א שרעק אז א בעל כח גייט אים עפעס שלעכטס טון, אדער איינער דמיונ'ט אז ער האט נישט גענוג כח - זאגט מען אים 'קוֹל ה' בַּכֹּחַ', דער אייבערשטער געבט כח; איינער האט מורא פון פייער - זאגט מען אים "קוֹל ה' חֹצֵב לַהֲבוֹת אֵשׁ", דער אייבערשטער איז דער וואס מאכט די פייער, ער וועט דיר ראטעווען פון פייער - אריין צו ברענגען אינעם מענטש אז גארנישט קען נישט פאסירן מיט אים, און נאר דער אייבערשטער וועט אים העלפן.


איך האב געזאגט פאר דיין ווייב אז איך וועל איר שרייבן א קורצע תפילה וואס זי זאל זאגן יעדן טאג, וועט זי ווערן רואיגער און פרייליכער. איך שרייב איר דא א קליינע תפילה, זאלסט איר עס געבן, אבער דער עיקר זאל זי אויסרעדן איר הארץ אליין צום אייבערשטן, זי זאל פארציילן פונקטליך פארן אייבערשטן וואס עס שטערט איר, און וואס עס באדערט איר, וועט איר דער אייבערשטער העלפן זי וועט ווערן צוריק רואיג און פרייליך אזוי ווי אמאל.


שטארק דיך און שטארק דיין ווייב; איר דארפט טאנצן פאר שמחה אז איר האט א שיינע לעבן און געזונטע קינדער. דא האסטו די תפילה:


רבונו של עולם, איך דאנק דיר פאר מיין שיינע לעבן וואס דו האסט מיר געגעבן, פאר מיין טייערע מאן וואס איז אזוי ערליך און אזוי גוט צו מיר; איך דאנק דיר פאר מיינע טייערע קינדער וואס דו האסט מיר געגעבן, איך דאנק דיר אייבערשטער אז זיי זענען געזונט און אזוי זיס און לעכטיג. איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו געבסט מיר, אז איך בין געזונט און מיין מאן איז געזונט. יישר כח אייבערשטער אז אונז האבן פרנסה און מיר מוטשען זיך נישט, מיר האבן א רחוות'דיגע דירה.


רבונו של עולם, איך בעט דיר זייער, העלף מיר איך זאל נישט האבן קיין פחדים און שרעק. איך בין אזוי דערשראקן לעצטנס, אז איך שפיר ווי איך האלט עס נישט אויס מער, הייליגע באשעפער זע מיין צער, קוק מיינע טרערן, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל גלייבן אז קיינער קען מיר גארנישט טון, איך זאל שטענדיג געדענקען אז דו פירסט דער וועלט מיט א פונקטליכע חשבון און אלעס איז פאר מיין טובה.


הייליגער באשעפער, איך האב נישט צו וועם צו גיין, קיינער קען מיר נישט פארשטיין; איך בין אזוי אליין, איך קען נישט פארציילן פאר מענטשן וואס איך טראכט. מיינע פחדים מיט מיינע שרעקעדיגע מחשבות, וואס קומען מיר כסדר אריין אין מח - זיי לויפן מיר נאך א גאנצע טאג, אבער דו ווייסט דאך אלעס, און דו מאכסט דאך אלעס, און דו קענסט יעדן איינעם העלפן, בעט איך דיר טאטע זיסער, העלף מיר איך זאל זיין געזונט און שטארק, איך זאל זיין א געזונטע מאמע און א געזונטע ווייב פאר מיין מאן.


אייבערשטער, ווען איך רעד צו דיר שפיר איך אזוי גוט, אבער נאכדעם פאל איך צוריק, און פלוצלינג כאפט מיר א פחד אז איך קען מיך נישט קאנטראלירן, ווען עס קומט ביינאכט קען איך נישט איינשלאפן פון אלע נעגעטיווע מחשבות וואס לויפן אין מיין מח; העלף מיר, העלף מיר, איך גלייב און דיר, איך גלייב נאר אין דיר, העלף מיר בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן, בזכות זייער תורה, זייער תפילה און זייער ערליכקייט. בזכות אברהם אבינו, בזכות יצחק אבינו, בזכות יעקב אבינו, בזכות משה רבינו, בזכות אהרן הכהן, בזכות יוסף הצדיק, בזכות דוד המלך, בזכות שלמה המלך, בזכות רבי שמעון בר יוחאי, בזכות רבי יצחק לוריא אשכנזי, בזכות רבי ישראל בעל שם טוב, בזכות רבי נחמן בן פיגא מברסלב, בזכות רבי נתן מברסלב, בזכות רבינו אליעזר שלמה מברסלב, יהי לרצון אמרי פי והגיון לבי לפניך, ה' צורי וגואלי, אמן כן יהי רצון.


זאג  דיין ווייב זי זאל זאגן די תפילה יעדן טאג, אפילו אפאר מאל א טאג, און ווען זי צינדט אן די שבת לעכט זאל זי זאגן די תפילה, זי זאל בעטן ביי די ליכט דעם אייבערשטן אז זי זאל ווערן רואיג וכו'.


איך בין געווען פאריגע וואך ביים ציון פון האדמו"ר מליובאוויטש זכותו יגן עלינו, וואו איך האב מתפלל געווען פאר דיר און פאר דיין ווייב, זי זאל ארויס גיין פון אירע פחדים און צוריק קומען צו אירע כוחות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.