מכתב יומי
יא שבט תשפ"ו
January 29 2026
‹ ›פרישע בריוו פון היינט
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
אז מען האט קשיות און בלבולים אויף צדיקים דארף מען טון וואס דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט (הנהגות אדם, סימן א), מען זאל זיך מתבודד זיין און וויינען צום אייבערשטן אויף אלע מעשים וואס מען דארף פאררעכטן, "וְאָז יִרְאֶה בְּעַצְמוֹ שֶׁעָמְדוּ עֲוֹנוֹתָיו נֶגֶד עֵינָיו, וְיִזְכֹּר אֶת חֲטֹּאתָיו וַעֲווֹנוֹתָיו וּפְשָׁעָיו כֶּהָרִים וּגְבָעוֹת", דעמאלט וועט מען זען די עבירות וואס גרייכט אזויפיל ווי ריזיגע בערג, "אֲשֶׁר מֵעוֹלָם לֹא זָכַר אוֹתָם אִם עָשָׂה כָּכָה", וואס פארן זיך מתבודד זיין האט ער בכלל נישט געוואוסט אז ער דארף תשובה טון אויף דעם, "כָּכָה יַעֲשֶׂה לֹא פַּעַם וְלֹא שְׁתַּיִם וְלֹא מֵאָה פְּעָמִים, עַד אֲשֶׁר יְרַחֲמוּ עָלָיו מִן הַשָׁמַיִם", אזוי זאל ער טון נישט איין מאל, נישט צוויי מאל, נישט הונדערט מאל; ער זאל זיך אזוי פירן ביז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן אויף אים און אים פירן אויפן ריכטיגן וועג, "וְיִתְפַּלֵּל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיַּדְרִיכֵהוּ בַּדֶּרֶךְ וְיוֹרֵהוּ דַּרְכּוֹ שֶׁלֹא יְבַלֶּה חַיֵּי חַיָּיו", ער זאל בעטן דעם אייבערשטן ער זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, ער זאל נישט פארברענגען זיינע יארן און טעג מיט נארישקייטן, ביז דער אייבערשטער וועט אים העלפן ער וועט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.
געב זיך אכטונג פון ליצנות, מיין נישט אז דיר קען עס נישט שאטן, זאל זיין דער גרעסטער מענטש, קען ער ווערן פארשוועמט דורך ליצנות. מוהרנ"ת האט געזאגט פאר זיין באליבטער תלמיד רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה ווען ער האט אים געזען רעדן מיט איינעם וואס האט זיך געדרייט אין ברסלב'ע קלויז, יענער איז געווען א תלמיד חכם אבער ער איז געווען פול מיט ליצנות, האט ער אים געזאגט: "איך קען דיר נישט זאגן זאלסט נישט גיין צו יענעם, איך קען דיר אבער זאגן אז אויב דו גייסט צו יענעם קום נישט צו מיר"; ווייל ליצנות איז אזוי געפערליך, עס איז ווי א פאנצער נישט צו קענען מקבל זיין ווערטער פון קדושה.
וואס דארפסטו מער ווי אריינקוקן די וואך אין די פרשה, די תורה זאגט (שמות יג, יז): "וְלֹא נָחָם אֱלֹקִים דֶּרֶךְ אֶרֶץ פְּלִשְׁתִּים כִּי קָרוֹב הוּא", דער אייבערשטער האט נישט געוואלט אריינטראגן די אידן קיין ארץ ישראל דורך די לאנד פלשתים, ווייל עס קען זיין אז די אידן וועלן צוריקגיין קיין מצרים; ווי קען זיין אזא זאך? ווי קען זיין די אידן זאלן וועלן צוריקגיין קיין מצרים? נאכן כאפן קלעפ פון די מצריים, נאכן ווערן געפייניגט מיט ביטערע גזירות, נאכן וויינען און שרייען צום אייבערשטן ער זאל זיי אויסלייזן, ווי קען זיין א הוה אמינא מען זאל וועלן צוריקגיין קיין מצרים צו כאפן שלעק? ווער זאל וועלן מען זאל אריינווארפן זיינע קינדער אין וואסער? מען זאל שלאגן מיט מכות רצח?!
מוהרא"ש פלעגט רעדן אלע יארן ביי די פרשה, ביי די ליל שישי שיעורים, אז די פלשתים זענען געווען גרויסע לצים, און דאס איז די גרעסטע סכנה, ווייל ליצנות איז א שרעקליכע קליפה, עס איז אן קיין שכל, אן קיין טעם, ווייל דו קענסט אריינברענגען אינעם מענטש גילוי אלקות, קענסט אים העלפן, קענסט אים ראטעווען וכו', און מיט ליצנות איז אלעס אויס, ליצנות איז שטערקער פון אלעמען, און דערפאר האט דער אייבערשטער נישט געוואלט טראגן די אידן קיין ארץ ישראל דורך די פלשתים, ווייל מיט לצנות וועלן זיי חוזק מאכן פון משה רבינו און פונעם אייבערשטן, און ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לג): "שָׁמַעְתִּי בְּשֵׁם הַבַּעַל שֵׁם טוֹב, שֶׁאָמַר, אוֹי וַאֲבוֹי, כִּי הָעוֹלָם מָלֵא מְאוֹרוֹת וְסוֹדוֹת נִפְלָאִים וְנוֹרָאִים, וְהַיָּד הַקְּטַנָּה עוֹמֶדֶת בִּפְנֵי הָעֵינַיִם, וּמְעַכֶּבֶת מִלִּרְאוֹת אוֹרוֹת גְּדוֹלִים", איך האב געהערט נאכזאגן פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, וואס ער האט געזאגט: "גיוואלד! די וועלט איז פול מיט ליכט, פול מיט וואונדערליכע סודות, און דער קליינער האנט פארשטעלט אלעס"; מוהרא"ש פלעגט דאס שטענדיג חזר'ן מיט אונז, ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן, מען הייבט אן לעבן, מען הערט די וואונדערליכע עצות פון רבי'ן, מען האט חיזוק אנצוגיין אין לעבן, מען האט כח אריבערצוגיין אלע שוועריקייטן, שוועריקייטן פון פרנסה, שוועריקייטן מיט א ווייב, מיט קינדער, שוועריקייטן פון וכו' וכו', - ביז עס קומט דער קליינער הענטעלע און פארשטעלט אלעס, מען טרעפט א לץ, ער פרעגט: "וואו דרייסטו זיך?" נאכן ענטפערן: "איך דריי זיך אין היכל הקודש", מאכט דער לץ מיט די האנט אזא תנועה פון ביטול, דער מענטש באקומט פון דעם חלישות הדעת, דער קליינער מאך מיט די האנט פארשטעלט אלעס, אויף דעם האט דער הייליגער בעל שם טוב געשריגן: "געוואלד!" און אויף דעם דארף מען טאקע שרייען: "געוואלד!"
מוהרא"ש פלעגט זיך וואונדערן, ווי קען זיין א מענטש זאל אפלאזן די הערליכע לעבן וואס ער האט געפונען ביים רבי'ן צוליב א שמייכל פון א חבר? צוליב א קרום מיט די נאז, ווי קען זיין אזא זאך?! עס האט דאך נישט קיין שכל! פרעג דעם מענטש, געדענקסט נישט ווי אזוי דו האסט אויסגעקוקט איידער דיין התקרבות? דיין שלום בית? דיין כיבוד אב ואם? דיינע מחשבות דיבורים ומעשים וכו', ווי קען זיין אזא זאך אז צוליב א ווערטל, צוליב א לשון הרע, א ליצנות – זאל מען אלעס אפלאזן?
טאקע דערפאר וואס ליצנות איז אזוי שרעקעדיג האט רבי נתן געזאגט פשט אויף וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו:): "הַבָּא לִיטַּמֵא פּוֹתְחִין לוֹ", איינער וויל גיין צו די טומאה, העלפט מען פון הימל ער זאל אוועקגיין, "שֶׁנֶּאֱמַר", אזוי ווי עס שטייט (משלי ג, לד): "אִם לַלֵּצִים הוּא יָלִיץ", זאגט רבי נתן, וואס האט מען אנגעכאפט דוקא דעם פסוק? ווייל אז א מענטש וויל טון עבירות, ברענגט מען אים א לץ און ער לאכט אפ פון אלעס וואס צדיקים זאגן, אזוי פאלט ער ממילא אראפ רחמנא לצלן.
היינט נאכט וועט אם ירצה ה' זיין די וועכנטליכע שיעור, מיר וועלן זיך מחזק זיין מיט די זיסע ווערטער פון רבי'ן וואס איז אזוי מחי' ומחזק דעם מענטש נישט אויפצוגעבן, און אם ירצה ה' די אנדערע וואך וועט זיין די יארצייט פון מוהרא"ש, וועלן מיר זיך צאמקומען אין מאנסי דינסטאג נאכט, מיר וועלן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די מתנה און מיר וועלן זיך מחזק זיין צו נעמען א חלק אין די ירושה פון העלפן דרוקן די ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו און דאס פארשפרייטן פאר די גאנצע וועלט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.