"אומאן ראש השנה" - איז שוין היינט ברייט באקאנט פאר יעדן איינעם, טויזנטער אידן פון איבער די גארער וועלט גרייטן זיך צו פארן צום הייליגן רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה, אזוי ווי דער רבי האט געבעטן אז מען זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, און ער וועט אויס'פועל'ן פאר יעדן א גוט געבענטשט יאר. דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט אז אפילו די מענטשן וועמען ער קען נישט העלפן די גאנצע יאר, קען ער אבער יא העלפן אום ראש השנה.
אנקומענדיג קיין אומאן זעט מען זיך ארומגענומען מיט פילע צענדליגע טויזנטער אידן פון איבער די גארער וועלט, פון כמעט יעדן לאנד איבער די וועלט קומען צו פארן אידן קיין אומאן, פון יעדע סארט אפשטאם, פון יעדע סארט חסידות, פון יעדע סארט שטרעמונג, זענען פארהאן אסאך וועלכע קומען אויף אומאן. פון אינדרויסן קען אויסקוקן ווי עס זענען דא דארט אזויפיל פארשידנארטיגע סארט אידן, אבער אין הארצן זענען זיי אלע אייניג. אלע קומען קיין אומאן מיט א שטארקע אמונת צדיקים, יעדער קומט נאר מיט איין ציל זיך אויסצואוואשן די נשמה אין אומאן, און אהיימקומען מיט א פרישע חיות צו דינען דעם אויבערשטן.
עס איז דא א באקאנטע וועלט'ס ווארט אז ווען יעדער מענטש וואלט געקענט אראפלייגן זיין פעקל צרות אין איין שטוב, און מען וואלט געדארפט אויסקלויבן סיי וועלכע פעקל צוריק צו נעמען, וואלט יעדער זיכער צוריק גענומען זיין אייגענער פעקל, קיינער וואלט זיך נישט געוואלט אויפטוישן זיין פעקל צרות מיט יענעמ'ס. האט מוהרא"ש געזאגט אויף דעם אז ווען ער זאל ווען האבן אזא פלאץ וואו מען קען אראפלייגן דארט דער פעקל צרות, וואלט ער אראפגעלייגט זיין פעקל דארט און אנטלאפן... ווער עס וויל קען גערן איבערנעמען דעם פעקל... און מוהרא"ש האט אויסגעפירט און געזאגט אז עס איז טאקע דא אזא פלאץ אויף דער וועלט, און דער פלאץ איז ביים הייליגן רבינ'ס ציון אין אומאן!
ווען א איד קומט אויף אומאן, ער גייט צום רבינ'ס ציון און זאגט דארט די צען קאפיטלעך תהלים פונעם תיקון הכללי, און ער רעדט זיך אויס זיין גאנצע הארץ צום אייבערשטן, דאן קען ער איבערלאזן אלע זיינע שווערע פעקלעך וואס ער שלעפט מיט זיך. סיי פעקלעך צרות ברוחניות קען מען דארט איבערלאזן, דער רבי האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט קומען צו זיין קבר און געבן א פרוטה פאר צדקה לזכותו און זאגן די "תיקון הכללי", אפילו ער האט געטון די ערגסטע עבירות, וועט ער אים ארויסשלעפן פון אלע שלעכטס, "ביי די פיאות וועל איך אים ארויסשלעפן פון שאול תחתית"!
מען האט אמאל געפרעגט איינעם פון אנשי שלומינו ווי אזוי ער ווייסט אזוי זיכער אז דער רבי וועט אים טאקע ארויסשלעפן פון שאול תחתית אויף יענע וועלט. האט דער איד געענטפערט אז ער דארף נישט ווארטן ביז יענע וועלט צו זען אויב דער רבי וועט אים דארט ארויסשלעפן פון שאול תחתית, נאר נאך אויף די וועלט שלעפט אים שוין דער רבי ארויס פון שאול תחתית... דער רבי געבט אזעלכע וואונדערליכע עצות און לימודים, וואס סיי וועלכער מענטש אויף דער וועלט וועט זיך אנכאפן אין דעם און פאלגן דעם רבי'ן, וועט ער זען ווי דער רבי שלעפט אים ארויס פון אלע סארט שלעכטס אין וואס ער איז נאר אריינגעפאלן, און ברענגט אים ארויף צו זיין אן אמת'ער ערליכער איד.
און די זעלבע איז אויך מיט די גשמיות'דיגע פעקל צרות, אזויפיל אידישע קינדער זענען געהאלפן געווארן פון זייערע פראבלעמען אין אומאן. זיי האבן זיך אויסגעוויינט דאס הארץ ביים ציון און זענען אהיימגעקומען מיט א רואיגע און לייכטע געמיט, און עס האט נישט גענומען לאנג ביז ווען זיי האבן געזען גאר גרויסע ישועות אין אלע הינזיכטן.
דער ציון הק' אין אומאן איז דער פלאץ וואו מען קען טאקע איבערלאזן אלע פעקלעך צרות, און אהיימפארן פון דארט מיט שמחה און פרייד וויסענדיג אז מען האט זיכער גע'פועל'ט א ישועה סיי ברוחניות און סיי בגשמיות.
 
א גוטער אדוואקאט
דאס איז באמת אויך סיי ווען אינמיטן די יאר ווען מען פארט אריבער קיין אומאן קען מען דארט אלעס אויס'פועל'ן, אבער גאר ספעציעל איז דאס ווען מען איז זוכה צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה. ראש השנה איז דאך די צייט ווען דער אייבערשטער שרייבט אן פאר יעדן מענטש וואס עס וועט פאסירן צו אים אין לויף פונעם גאנצן יאר, און דעמאלט איז דאך די וויכטיגסטע צייט אין יאר ווען מען דארף זען זיך גוט אויסצובעטן, ווייל די פירות דערפון וועט מען זען נאכדעם במשך די גאנצע יאר.
ווען א מענטש ווייסט אז עס ווארט אים אפ א שווערע געריכט, דער ריכטער דארף פסק'ענען אויב ער וועט דארפן צאלן שווערע געלטער, אדער נאך מער אויב עס קומט אים נישט ח"ו טויט שטראף, וואלט דער מענטש זיכער געטון דאס מערסטע וואס ער קען צו פרובירן צו געווינען אין געריכט, ער וועט זוכן די בעסטע אדוואקאטן זיך צו קענען גוט פארטיידיגן, אז דער ריכטער זאל ארויסגעבן נאר א גוטע אורטייל אויף אים. די זעלבע, און נאך פיל מער, איז ווען עס קומט די פארכטיגע טעג פון ראש השנה. פון א ריכטער אויף די וועלט, וואס איז בלויז א מענטש פון פלייש און בלוט מיט אונז צוגלייך, קען מען זיך אמאל ארויסדרייען; פונעם אייבערשטן קען מען זיך אבער קיינמאל נישט ארויסדרייען. און דעריבער ווען עס קומט ראש השנה זוכט יעדער איד זכותים וואס זאל אים העלפן ביי דעם גרויסן געריכט, ביי דעם גרויסן יום הדין, און ווער איז נאך א בעסערער אדוואקאט פאר'ן מענטש ווי דער הייליגער רבי, וואס האט צוגעזאגט צו העלפן און פארטיידיגן יעדן וואס קומט צו אים אויף ראש השנה.
 
ווער ברענגט די אלע מענטשן?
דעריבער איז נישט קיין וואונדער אז אזויפיל צענדליגע טויזנטער אידן קומען צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה פון איבער די גאנצע וועלט. וואס עס איז אבער יא אינטערעסאנט איז ווי אזוי די אלע אידן זענען געוואויר געווארן פון די גרויסע הבטחות פון הייליגן רבי'ן, ווער האט אזוי באוואוסט געמאכט דעם רבי'ן איבער די גאנצע וועלט? אז יעדער זאל וויסן אז אין אומאן איז דער פלאץ וואו מען קען געהאלפן ווערן מיט אלע ישועות?
מוהרא"ש האט דערציילט ווי אזוי ער האט געדאוונט צום ערשטן מאל ראש השנה אינאיינעם מיט אנשי שלומינו. אין יענע יארן האט מען נישט געקענט פארן קיין אומאן צוליב די אייזערנע וואנט פון די קאמיניסטישע הערשאפט וועלכע האבן קיינעם נישט אריינגעלאזט, און דעריבער פלעגן זיך אנשי שלומינו צוזאמנעמען אין דאווענען אינאיינעם ראש השנה מיט אן התקשרות צום רבי'ן. דאס איז געווען אין יאר תש"כ לפ"ק, עס איז דאן געווען נאר איין ברסלב'ע שטיבל איבער גאנץ אמעריקא, און דארט זענען זיך צוזאמגעקומען אלע ברסלב'ע אידן פון אלע טיילן פון אמעריקא צו דאווענען אינאיינעם, און אין סך הכל זענען דאס געווען בלויז פופצין אידן... פון טאראנטא זענען געקומען צו פארן נאך צוויי אידן, און פון דעם זענען באשטאנען אלע ברסלב'ע אידן פון גאנץ קאנטינענטאל אמעריקא.
ברסלב'ע חסידות איז געווען אזוי אומבאקאנט אין יענע יארן, גאר געציילטע אידן האבן געהערט פון רבי'ן, פילע האבן אפילו נישט געקענט ארויסזאגן און ארויסשרייבן ריכטיג די ווארט "ברסלב". גאר ווייניג אידן האבן געוואוסט צו זאגן פון הייליגן רבי'ן.
עס איז געווען געציילטע אידן וועלכע זענען געפארן אויף ראש השנה קיין אומאן עטליכע מאל מיט גרויס מסירת נפש פון אונטער די נאז פון די קאמיניסטן. אבער אפילו שפעטער, ווען די קאמיניסטישע פארבאנד איז צוזאמגעפאלן און מען האט שוין געקענט פארן אויף אומאן, איז נישט געווען דארט אזא גרויסער עולם, אין אנהויב זענען געווען קוים עטליכע הונדערטער אידן אין אומאן אויף ראש השנה, כאטש וואס יעדער וואס האט געוואלט האט געקענט פארן.
שטעלט זיך די פראגע ווי אזוי איז אומאן געווארן אזוי באקאנט און פאפולער? אז אין די לעצטע אומגעפער פינף און צוואנציג יאר - פון ווען די אייזערנע מויער איז געפאלן - איז דער ציפער באטייליגטע געשטיגן צו פופציג טויזנט אידן כ"י. ווער ברענגט די אלע טויזנטער אידן קיין אומאן?
ווען מען טראכט אביסל אריין און מען קוקט זיך אביסל אום, זעט מען אז דער ענטפער דערויף איז זייער פשוט. די פילע ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן און פארשפרייט איבער די וועלט פאר איבער פופציג יאר, דאס איז וואס האט געטון די ארבעט און מקרב געווען אזויפיל אידן צום הייליגן רבי'ן, און זיי געברענגט קיין אומאן אויף ראש השנה. ווען מען זאל ארומגיין פרעגן סיי וועלכער מענטש וואס פארט קיין אומאן: "וואס האט דיר געברענגט קיין אומאן?" וועט מען זען אז כמעט אלע מענטשן זענען אדער געקומען צוליב א ברסלב'ע ספר און קונטרס וואס האט אים מחזק געווען, אדער איז ער געקומען דורך א צווייטער מענטש וואס יענער איז מקורב געווארן דורך א קונטרס אדער ספר.
די הייליגע ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן, זענען ארויסגענומען און איבערגעשריבן פון הייליגן רבינ'ס ספרים, און אראפגעלייגט אויף אזא לייכטע און גרינגע שפראך, און אזוי שיין צעטיילט אויף אלע סארט טעמעס און נושאים, אז יעדער מענטש זאל זיך געפונען דערין, אז יעדער מעטש זאל טרעפן אין זיי עצות און חיזוק ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן אויף דער וועלט און קענען אנגיין אין לעבן און מצליח זיין אויף די בעסטע וועג.
די הייליגע קונטרסים זענען געדרוקט געווארן אין די מיליאנען, זיי זענען איבערגעזעצט געווארן אויף פילע שפראכן, און זענען צעשפרייט געווארן איבער די גאנצע וועלט פשוטו כמשמעו. אין כמעט יעדע אידישע הויז וואס געפונט זיך סיי וואו איבער'ן גאנצן ערד-קוגל זענען אנגעקומען די געטרייע מפיצים און דארט איבערגעלאזט די הייליגע קונטרסים.
מוהרא"ש האט נישט אריינגעשריבן זיין נאמען אין די קונטרסים, נאר דער נאמען פון הייליגן רבי'ן און פון רבי נתן וואס פון זייערע הייליגע ספרים זענען גענומען געווארן אלעס וואס איז געשריבן געווארן אין די קונטרסים. ווי אויך האט מוהרא"ש אריינגעדרוקט אין יעדן קונטרס א בילד פון הייליגן רבינ'ס ציון מיט די געוואלדיגע הבטחות וואס דער רבי האט צוגעזאגט פאר די וועלכע וועלן קומען צו זיין ציון.
במשך די אלע יארן זענען געדרוקט געווארן איבער א ביליאן קונטרסים. יא! א ביליאן מיט א ב'! טויזנט מאל מיליאן! די קונטרסים האבן מחזק געווען און מעורר געווען טויזנטער אידישע קינדער און זיי צוריקגעברענגט צום אייבערשטן, און פילע אידן - וועלכע האבן געשפירט אן הכרת הטוב צום הייליגן רבי'ן פאר די געוואלדיגע עצות - האבן אנגעהויבן צו פארן צום הייליגן רבינ'ס ציון, סיי במשך די יאר און ספעציעל אויף ראש השנה. זייער לעבן איז געווארן אויפגעראכטן ברוחניות ובגשמיות, און זיי האבן געמוזט קומען אפדאנקען דעם הייליגן רבי'ן. און דאס אלעס א דאנק די הייליגע קונטרסים.
 
מען צערייסט די קונטרסים
איינער האט אמאל געזאגט פאר מוהרא"ש אז ער האט געזען אין שול עטליכע צעריסענע קונטרסים אין די מיסט, ער האט פארגעהאלטן מוהרא"ש פארוואס ער דרוקט די קונטרסים, אין די צייט וואס עס קומט סיי ווי אן צום סוף אין די מיסט. מוהרא"ש האט אים געפרעגט מיט א שמייכל וויפיל צעריסענע קונטרסים ער האט געזען, צוויי? פינף? צען? "וויסן זאלסטו" - האט אים מוהרא"ש געזאגט - "אז אין דעם יאר אליין האב איך געדרוקט איבער א מיליאן קונטרסים! לאמיר רעכענען אפילו אויב ניינציג פראצענט דערפון איז געגאנגען אין די מיסט, איז דאך אבער נאכאלץ געבליבן הונדערט טויזנט קונטרסים, וואס זענען אנגעקומען צו הונדערט טויזנט אידן, און דאס האט זיי אויפגעלעבט, דאס האט זיי געברענגט א חיות און א חיזוק אז עס לוינט זיך יא אנצוגיין ווייטער אין לעבן, טראץ די אלע שוועריקייטן; נו, האט זיך נישט געלוינט דאס געשעפט?"
דער רבי האט געזאגט א משל פון א קעניג וואס זיין זון איז זייער קראנק געווארן און די דאקטורים האבן געהויבן הענט און אים נישט געקענט אויסהיילן. דער קעניג האט געלאזט רופן גאר א גרויסער דאקטער און זיך געבעטן צו אים אז ער זאל אויסהיילן דעם בן מלך. דער דאקטער האט באטראכט דעם קראנקן און געזאגט צום קעניג אז ס'איז דא א וועג אויסצוהיילן דאס קינד, אבער עס איז אזוי שווער און טייער אז עס לוינט זיך אפילו נישט צו טון. דער קעניג איז אבער גרייט געווען אויסצוהיילן דאס קינד אויף אלע קאסטן, און דעריבער האט ער געבעטן פונעם דאקטער אז ער זאל אויסזאגן די טייערע רפואה.
דער דאקטער האט ערקלערט פאר'ן קעניג אז עס איז פארהאן גאר א טייערע מעדעצין וואס האט דעם כח אויסצוהיילן דעם בן מלך, דער מעדעצין איז אזוי טייער אז אפילו בלויז א קליין פלעשל דערפון קאסט אם שווערע געלטער. דאס קינד איז אבער שוין אזוי קראנק אז ער קען אפילו נישט עפענען דאס מויל אריינצושלינגען די מעדעצין. און דעריבער איז די איינציגסטע עצה אנצופולן פילע גרויסע פעסער מיט דעם גאר טייערן מעדעצין, און די אלע פעסער זאלן מען ארויפגיסן אויפ'ן קראנקען, קודם וועט דאס אים כאטש אביסל שטארקן דעם גוף. דאס רוב פון די טייערע מעדעצין וועט טאקע גיין לאיבוד, אויב אבער וועט אינצווישן אריינפאלן עטליכע טראפן דערפון אינעם מויל פונעם קראנקן, דאן וועט דאס קינד זיכער האבן א גאנצע רפואה.
דער קעניג האט מיט פרייד זיך איינגעהאנדלט פילע גרויסע פעסער פון די טייערע רפואה, מען האט עס ארויפגעגאסן לויט די אנווייזונגען פונעם דאקטער, און דאס קינד איז טאקע געווארן געזונט און שטארק דעם רבינ'ס עצות און לימודים זענען גאר טייערע מעדעצינען, זיי האבן דעם כח אויסצוהיילן יעדן מענטש און אים שטעלן אויפ'ן ריכטיגן וועג, אבער נישט יעדער איז וויליג צו עפענען דאס מויל אריינצונעמען די מעדעצין. דעריבער דארף מען גיסן אזויפיל דערפון, ביז עס וועט זיך אריינכאפן אביסל אויך אין מויל, און דאן וועט מען מיט דעם זיך קענען ארויסדרייען פון אלע צרות און פראבלעמען.
יעצט ווען מיר פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, לאמיר געדענקען: ווער עס האט אונז אהינגעברענגט? ווער האט אהינגעשלעפט די פילע צענדליגע טויזנטער אידן? וואס געבט אונז חיות די גאנצע יאר? און לאמיר דאס אויך פארגינען פאר נאך אידן.
מוהרא"ש איז ליידער אוועקגענומען געווארן פון אונז, זיינע ספרים און קונטרסים זענען אבער נאך געבליבן, און די קונטרסים האבן דעם כח צוריק צו ברענגען אלע אידן צום אייבערשטן, ארויסצוהעלפן יעדן אידן זיך צו קענען שטארקן ברוחניות ובגשמיות. די ספרים און קונטרסים ווערן ווייטער געדרוקט אין די צענדליגע טויזנטער, און פארפלייצן ווייטער די גאנצע וועלט. וואויל איז דעם וואס נעמט א חלק און לייגט צו א פלייצע צו קענען ווייטער דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע ספרים און קונטרסים!