יא איר האט גוט געליינט. איר קענט אנשטעלן אייער עמעזאן אקאונט, אז בשעתן קויפן ביי זיי, וועלן זיי אראפגעבן א קליינע פראצענט פון אייער איינקויף פארן "קרן הדפסה".
וויאזוי ארבעט דאס? עמעזאן האט לעצטענס איינגעפירט ביי זייער וועבסייט, אז מען קען אויסוועלן א "טשעריטי" וואס זיי וועלן אוועקגעבן א האלבע פראצענט פון די איינקויף פרייז פאר יענעם ארגאניזאציע.
די גאנצע זאך קאסט "גארנישט" פארן קאסטומער וואס קויפט איין, די פרייזן פון די פראדוקטן אויף עמעזאן בלייבן די זעלבע. נאר עמעזאן נעמט אראפ א קליינע פראצענט פון זייער אייגענע ריווח, און גיבט דאס פארן ארגאניזאציע וואס דער קאסטומער האט אויסגעוועלט.
אויף די נאכפראגע פון אנשי שלומינו וואס קויפן איין אויף עמעזאן און ווילן נישט אז זייער געלט זאל גיין פאר עפעס א "טשעריטי", נאר ווילן געבן זייער געלט פאר אמת'ע צדקה, בפרט ווילן אנשי שלומינו שטיצן דעם "קרן הדפסה" היכל הקודש, וואס איז פון די גרעסטע צדקות וואס איז שייך, דהיינו דרוקן די הייליגע ספרים, און זיי פארשפרייטן אויף די גאנצע וועלט.
דערפאר איז א שמחה צו מעלדן אלע אונזערע ליינער, אז דער "קרן הדפסה" איז פולקאם רעגיסטרירט ביי עמעזאן אלץ א "טשעריטי", און מען קען שוין אויסוועלן ביי עמעזאן סמייל "קרן הדפסה ברסלב".
 
די גאנצע זאך איז זייער גרינג:
1.גיי צו עמעזאן דורך https://smile.amazon.com
2. קלויב אויס Keren Hadfusa of Breslev
 
און פון דא און ווייטער, יעדעס מאל וואס דו קויפסט ביי עמעזאן דורך Amazon Smile, נעמסטו אויטאמאטיש א חלק אין די הייליגע ארבעט פון דרוקן און פארשפרייטן דעם הייליגן רבי'נס ספרים און עצות פאר אידישע קינדער אויף די גאנצע וועלט, און מיט דעם דערנענטערן אידישע קינדער צום באשעפער.