שאלה אין קורצן ענין
#1615 - ווי אזוי בארואיג איך מיין ווייב פון די פחד פאר א שמחה?
רפואה, קינדער, סגולות, פחדים, מקוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זיך זייער געפרייט צו טרעפן דעם ראש ישיבה שליט"א, די ווערטער וואס דער ראש ישיבה האט מיר געזאגט קלינגט מיר נאך אין די אויערן, "זיי דיך מחזק! אויף יעדן גייט איבער שוועריקייטן".


יעצט צום שאלה, היות מיר גרייטן זיך צו א שמחה מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף בשעה טובה ומצלחת, וויל איך פרעגן צי איז ריכטיג צו נעמען אן "עפידוראל", אדער דארף מען חושש זיין צו וואס געוויסע זאגן אז עס איז דא קליינע פראצענט אז מען קען אפעקטירט ווערן דערפון. איך וויל באטאנען אז זי וויל עס נעמען.


צווייטנס, וואס קען איך טון איר צו בארואיגן פון די פחד וואס זי האט פון די לידה?


דריטנס, אויב ביי מוהרא''ש איז אויך געווען אן ענין אז דער מאן זאל גיין אין מקוה ווען מען הויבט זיך אן גרייטן? פארשטייט זיך אויף א פאל ווען מען קען איר איבערלאזן.


איך וועל זיך פרייען צו באקומען א תשובה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת קדושים, א' דראש חודש אייר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דער דאקטער איז מציע צו נעמען עפידורעל - קען זי נעמען, זי דארף נישט חושש זיין.


זאג מיט דיין ווייב שמות הצדיקים, דאס וועט אוועקנעמען די פחדים פון די לידה. מיר האבן אלץ געהערט פון מוהרא"ש א סגולה פאר א גרינגע לידה, צו זאגן שמות הצדיקים און בעטן דעם אייבערשטן אז בזכות די הייליגע נעמען פון די צדיקים זאל אלעס אריבערגיין בנקל ובנחת.


בנוגע אויב דער מאן זאל גיין אין מקוה זיך טובל'ן ווען עס הויבט זיך אן די ווייען וכו'; ביי אונז פירט מען זיך צו גיין אין מקוה יעדן אינדערפרי און ווען עס הויבט אן די ווייען לערנט דער מאן לקוטי מוהר"ן חלק ב' סימן ב', די תורה וואס איז מסוגל אויף א גרינגע לידה, און מען זאגט די תפילה פון לקוטי תפילות, און מען זאגט מזמור לתודה ביז מען הערט די מזל טוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1614 - דער וועכנטליכער קונטרס "בית נצחי", מעג מען אריינטראגן אין בית הכבוד?
הלכה, בית נצחי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם "בית נצחי", דער וועכנטליכער קונטרס אין וואס איז אריינגעדרוקט די טעגליכע שיעורים פון בבלי, ירושלמי, און תוספתא, אויב מען דארף עס לייגן אין שמות נאכ'ן נוצן, און אויך אויב מען מעג אריינגיין מיט דעם אין בית הכבוד ווען מען האט עס אין טאש.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אחרי ב', מברכים החודש, כ"ח ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף דאס לייגן אין גניזה ווייל דאס איז געדרוקט געווארן צו לערנען.


בנוגע אריינגיין אין בית הכסא; מען מעג אריינגיין אין בית הכסא ווען מען האלט אין טאש די קונטרס בית נצחי. דער משנה ברורה זאגט קלאר (אורח חיים סימן מג, סעיף קטן כה): "ושאר ספרים וכתבים שיש בהן שמות, אם הם בכיס שרי להכניסן", מען מעג אריינגיין אין בית הכסא מיט כתבי קודש ווען עס איז אין טאש, און אפילו לויט די שיטה וואס זענען מחמיר צו האבן צוויי כיסויים, קען מען מצרף זיין די שיטה וואס לערנט אז א דעקל פון א ספר איז אויך אזוי ווי א כיסוי, האסטו שוין צוויי כיסויים.


א פרייליכן שבת.


 

#1613 - איך בין א מלמד אין אן אנדערע מוסד, מעג איך רעדן אסאך פונעם אייבערשטן?
חינוך הילדים, אמונה, פחדים, מלמדים, זעלבס זיכערקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין ברוך ה' געווארן א מלמד פאר דריי יעריגע קינדער, האב איך געוואלט פרעגן ווי אזוי זיך צו פירן.


איך פיל ווי איך וויל א גאנצן צייט נאר רעדן צו די קינדער פונעם אייבערשטן, מעשיות פון תפילה, מעשיות פון צדיקים; איך האב אבער מורא אז אויב גייט איך רעדן צו סאך, וועלן מענטשן ווערן זייער אויפגערעגט אויף מיר, מען וועט מיר חושד זיין אז איך וויל דא פארקויפן ברסלב פאר די קינדער. אויך מיין ווייב האט מיר געווארנט אז איך זאל נישט איבערציען די שטריק, ווייל מ'וועט מיר ארויסווארפן ווייל איך רעד פון ברסלב.


האב איך געוואלט פרעגן אויב איך זאל טאקע אכטונג געבן נישט צו רעדן צו סאך צו די קינדער פונעם אייבערשטן אדער נישט? און אויב יא, וואס איז די גדר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אחרי ב', מברכים החודש, כ"ח ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו ביסט א מלמד פאר תינוקות של בית רבן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש איכה, פתיחתא ב): "מָאן אִינוּן נְטוּרֵי קַרְתָּא", ווער זענען די וואס היטן אפ די שטאט פון שלעכטס? "אֵלּוּ סוֹפְרִים, וּמְשַׁנִּים, שֶׁהֵם הוֹגִים וּמְשַׁנִּים וּמְשַׁמְרִין אֶת הַתּוֹרָה בַּיוֹם וּבַלַּיְלָה", די מלמדים וואס לערנען תורה מיט קינדער, זיי היטן אפ די שטאט פון אלעם שלעכטס.


א שאד אז מלמדים זענען אזוי צעקלאפט ביי זיך, זיי זענען זיך אליינס נישט מחשיב; די וועלט שטייט דאך אויף די מלמדים וואס לערנען תורה מיט תינוקות של בית רבן! די הייליגע חכמים זאגן (שבת קיט:): "אין העולם מתקיים אלא בשביל הבל תינוקות של בית רבן", די וועלט שטייט אויף די תורה פון די קינדער, האט דער הייליגער רב פפא געפרעגט דעם הייליגן אמורא אביי, די וועלט שטייט נישט אויף אונזער תורה?! "דידי ודידך מאי", וואס איז מיט אונזער תורה און דיין תורה? זאגט אים אביי: "אינו דומה הבל שיש בו חטא להבל שאין בו חטא", עס איז נישט קיין פארגלייך תורה פון קינדער וואס ווייסן נאכנישט פון קיין עבירות; דאס איז אלעס אויפ'ן חשבון פונעם מלמד וואס זיצט מיט קינדער און לערנט, דאווענט און לייגט אריין אמונה אין זיי.


לייג אריין אין די קינדער אמונה פשוטה, רעד צו זיי פון גלייבן אינעם אייבערשטן, בעטן דעם אייבערשטן און דאנקען דעם אייבערשטן - אן קיין גדר; האב נישט מורא פון קיינעם, דו רעד צו זיי פון אייבערשטן, דארפסט נישט רעדן צו זיי פון ברסלב, אבער פון אמונה זאלסטו רעדן אן קיין שום פחד.


א פרייליכן שבת.


 

#1612 - מעג איך גיין צום ציון הקדוש פון מוהרא"ש, אין חודש ניסן?
שידוכים, יבנאל, מוהרא"ש, קברי צדיקים, סגולות, חודש ניסן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט מוז איך זיך באדאנקען פאר די שיעורים, און פאר די געוואלדיגע ספעציעלע ניגונים וואס זענען מעורר די טיפענישן פון הארץ.


איך וויל יעצט פארן צו מוהרא"ש'ס ציון אין יבנאל אויסצוזאגן גאנץ תהלים פאר א סגולה צו טרעפן א שידוך. מיין שאלה איז נאר אויב מען מעג גיין אום חודש ניסן. פאר מיר קומט יעצט אויס גרינגער ווייל ס'איז בין הזמנים, איך ווייס נאר נישט אויב ס'איז אויסגעהאלטן צו גיין אויף קברים אין חודש ניסן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 


בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אחרי ב', מברכים החודש, כ"ח ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קענסט גיין חודש ניסן צום ציון פון מוהרא"ש אויסזאגן תהילים צו טרעפן א שידוך.


בעצם די זאך פון נישט גיין חודש ניסן צו קברים איז נישט קיין קלארע הלכה, עס איז א מנהג און עס איז דא אין דעם אסאך צו רעדן לכאן ולכאן, אבער צו א ציון פון א צדיק קען מען גיין.


מוהרא"ש זאגט אין די צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיז מַיין עֵדוּת אַז יֶעדֶע וָוארְט וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעשְׁרִיבְּן פַאר מַיין מַצֵבָה אִיז אֱמֶת. דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֵוייסְט אוּן קֶען מַיין צוּבְּרָאכְן הַארְץ וֶועלְכֶע אִיז צוּבְּרָאכְן אוֹיף טוֹיזְנְטֶער שְׁטִיקְלֶעךְ כְּחֶרֶס הַנִּשְׁבָּר. אוּן אִיךְ הָאף אַז מִיט דֶעם וָואס מֶען וֶועט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן מֶען וֶועט דָארְט דַאוֶוענֶען אוּן לֶערְנֶען אוּן רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, דוּרְךְ דֶעם וֶועל אִיךְ הָאבְּן אַ תִּיקוּן פַאר מַיין נֶפֶשׁ רוּחַ אוּן נְשָׁמָה.


אַזוֹי וִוי בַּיי מַיין לֶעבְּן זֶענֶען אַסַאךְ מֶענְטְשְׁן נִתְעוֹרֵר גֶעוָוארְן צוּ תְּשׁוּבָה טוּן דוּרְךְ מִיר, אַזוֹי וֶועט זַיין אוֹיךְ נָאךְ מַיין הִסְתַּלְקוּת. וֶוען מֶען וֶועט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר, וֶועט מֶען נִתְעוֹרֵר וֶוערְן צוּ תְּשׁוּבָה טוּן.


אוֹיךְ וֶועט מֶען מִיטְן אֵייבֶּערְשְׁטְנְ'ס הִילְף קֶענֶען פּוֹעְלְ'ן בַּיי מַיין קֵבֶר אַלֶע עֶרְלֵיי יְשׁוּעוֹת. וֶוען מֶען וֶועט קוּמֶען מִתְפַּלֵל זַיין בַּיי מַיין קֵבֶר, וֶועל אִיךְ זַיין אַ מֵלִיץ יוֹשֶׁר אוּן אִיךְ וֶועל נִישְׁט רוּעֶן בִּיז אִיךְ וֶועל זֶען צוּ בְּרֶענְגֶען דִי יְשׁוּעָה פַאר דֶעם וָואס אִיז גֶעקוּמֶען אוֹיף מַיין קֵבֶר.


אוּן סְפֶּעצִיעֶל אַ בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ, אוֹיבּ וֶועלְן זֵיי קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן דָארְט אוֹיסְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים אָן קַיין הֶפְסֵק, זָאג אִיךְ זֵיי צוּ אַז זֵיי וֶועלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר רִיכְטִיגֶע בַּאשֶׁערְטֶע שִׁידוּךְ, אוּן אִיךְ בִּין זֵייעֶר שְׁטַארְק מִיט דֶעם".


א פרייליכן שבת.


 


 

#1611 - ווי אזוי מאך איך א סיום הש"ס, ווען איך האב נאר געזאגט די ווערטער?
שלום בית, בושה, סיום הש"ס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ברוך ה' זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס, און איך ווייס נישט וואס צו טון וועגן דעם סיום. איך שעם זיך צו מאכן די סיום און זאגן פאר מיין ווייב איבער דעם, איר בעטן אז איך וויל מאכן א סיום אינדערהיים מיט די קינדער, ווייל איך האב דאך נאר געזאגט די ווערטער, מיין ווייב ווייסט דערפון, און זי ווייסט אויך פון איר באבע וואס זאגט אז עס איז גארנישט ווערד.


רופן מיינע עלטערן שעם איך זיך נאך מער, ווייל זיי גייען פאר יעדן אז איך האב געזאגט ש"ס און איך בין געווארן א ברסלב'ער פון היכל הקודש, וואס קען מיר דער ראש ישיבה עצה'נען אויף דעם?


יישר כח פאר'ן מיר געבן אזויפיל מוט און חיות צו אלעס אין די וועלט.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי ב', כ"ה ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו האסט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ששה סדרי תלמוד בבלי; יעצט ביסטו רייך, יעצט האסטו שוין עפעס אין די האנט אוועקגעלייגט פאר דיין נצחיות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קכ.): "'וּבְבֵיתִי אֵין לֶחֶם וְאֵין שִׂמְלָה' – זֶה שֶׁאֵין בְּיָדִי לֹא מִקְרָא וְלֹא מִשְׁנָה וְלֹא תַּלְמוּד", איינער וואס לערנט נישט איז ארעם, דער וואס לערנט איז רייך.


דערצייל פאר דיין ווייב די גוטע נייעס אז דו האסט מסיים געווען גאנץ ש"ס, זי וועט זיך זייער פרייען; נישטא נאך אזא שמחה פאר א פרוי ווען זי הערט אז איר מאן לערנט, איר מאן מאכט סיומים, איר מאן האט מסיים געווען ש"ס; זי וועט דיר ארויפקוקן און דיר מחשיב זיין.


אז זי וויל מאכן א שיינע סיום פאר די קינדער - מה טוב ומה נעים, און אז זי וויל נאכנישט מאכן קיין סיום, זי שעמט זיך מיט היכל הקודש - דארף דאס דיר נישט שטערן, וועסטו אוועקלייגן און מאכן דעם סיום ביי די גרויסע סעודה וואס די הייליגע חכמים זאגן (בבא בתרא עה.): "עתיד הקדוש ברוך הוא לעשות סעודה לצדיקים מבשרו של לויתן", דער אייבערשטער וועט מאכן א גרויסע סעודה פון די לויתן לעתיד לבוא פאר די צדיקים, וועסטו דעמאלט מאכן דיין סיום און זאגן דעם הדרן, דעמאלט וועט קיינער נישט לאכן פון דיר, דעמאלט וועט מען זען דאס גרויסקייט פון יעדע ווארט תורה וואס מען האט זוכה געווען צו לערנען אפילו אן פארשטיין. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ודע שלעתיד מזכירין את האדם כל מה שלמד, אף אם שכח", זאלסט וויסן אז לעתיד לבוא טוט מען דערמאנען פאר'ן מענטש אלע תורה וואס ער האט געלערנט און פארגעסן, "גם בני אדם השומעים התורה של הצדיק האמת ואינם מבינים אותה, לעתיד בעולם הבא יבינו", אזוי אויך אלע וואס הערן תורה פון צדיק און זיי פארשטייען נישט, לעתיד לבוא, אויף יענע וועלט - וועלן זיי דאס פארשטיין, "כי עיקר התורה היא להנשמות", ווייל די עיקר תורה איז פאר די נשמות, "שבעולם הבא יהיו הנשמות בקיאים ומשיגים היטב את התורה שלמד ושמע האדם בעולם הזה", אויף יענע וועלט וועלן די נשמות גוט פארשטיין די תורה וואס זיי האבן געהערט בזה העולם, "אשרי המבלה ימיו בתורה ועבודה הרבה", וואויל איז דעם וואס פארברענגט זיינע טעג מיט תורה און עבודת השם יתברך.


זיי פרייליך מיט דיין ש"ס; דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו ביסט אנגעקומען צו דעם און הויב שוין אן נאכאמאל, א צווייטע מאל ש"ס, און א דריטע מאל; אזוי זאלסטו טון א גאנץ לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1610 - לעבן א פאלשע לעבן, נאר צו קענען שיקן די קינדער אין מוסדות?
חינוך הילדים, קינדער, מוסדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין קינד דערנענטערט זיך יעצט צו די עלטער וואס זי דארף שוין אנהויבן גיין אין מוסדות, און מיר דארפן טרעפן פאר איר א גוטע מוסד.


ביי אונז אין שטאט איז נישטא קיין גרויסע אויסוואל, נאר דא צוויי מוסדות, איינס איז א בעסערע מוסד, ווי רוב פון מיין גאטונג שיקט דארט, אבער זיי וועלן זיך זייער שטארק וועמען אריינצונעמען. ווידער איז דא א צווייטע מוסד וואס נעמט יא אן כמעט יעדן איינעם, דאס מיינט אז דארט זענען דא גוטע ערליכע משפחות, אבער אויך משפחות וואס איך וואלט נישט געוואלט מיינע קינדער זאלן זיך חבר'ן מיט זיי.


מיין שאלה איז אויב איך זאל זיך איבערשטרענגען מיט אלע כוחות אז מען זאל אננעמען מיין קינד אין די בעסערע מוסד, אדער ענדערש שיקן אין די אנדערע מוסד וואו מ'נעמט מיר גערן אן.


שיקן אין די בעסערע מוסד מיינט אויך אז זיי וועלן פארלאנגען אז איך און מיין ווייב זאלן טוישן געוויסע זאכן אין לעבן, זיך צושטעלן צו זייערע תקנות, צום ביישפיל צו האבן נאר א כשר'ע טעלעפאן, וואס איך האב סיי ווי לעצטנס באקומען, איך פארשטיי זייער גוט די תקנה, אבער עס גייט נאך ווייטער, עס מיינט זיי וועלן מיר אנהויבן נאכקוקן אויב איך גיי ארום מיט א הוט און רעקל, וואו איך דאווען, און אז מיין ווייב דארף האבן א קורצערע שייטל, און נאך.


איז דאס די ריכטיגע וועג אין לעבן? צו לעבן א פאלשע לעבן נאר אז מען זאל אננעמען מיינע קינדער אין מוסדות?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי ב', כ"ו ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי זאלסטו גיין צו די בעסערע מוסד, זיך בעטן ביי זיי און זיך אונטערנעמען אלעס וואס זיי פארלאנגען - אז זיי זאלן אננעמען דיינע קינדער; עס איז ניטאמאל קיין שאלה, עלטערן דארפן געבן פאר זייערע קינדער דאס בעסטע חינוך וואס איז נאר פארהאן, זיי געבן דאס שענסטע לעבן; אלעס אין דער וועלט דארפן עלטערן טון פאר זייערע קינדער.


בנוגע וואס דו שרייבסט וועגן לעבן א פאלשע לעבן וכו'; איך וויל פארשטיין פארוואס דו רופסט דאס אן א פאלשע לעבן? עכטע לעבן איז נאר דער וואס לעבט מיט אייבערשטן, דער איד וואס גייט דאווענען שחרית, מנחה, מעריב - דער לעבט אן עכטע לעבן, דער איד וואס היט תורה און מצוות, ער היט שבת - דער לעבט אן עכטע לעבן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות יח): "צדיקים במיתתן קרויים חיים", צדיקים אפילו נאכן אוועקגיין פון די וועלט - לעבן זיי, און רשעים ווען זיי לעבן - זענען זיי אויך טויט; לעבן איז נאר תורה, תפילה און מעשים טובים, אנדערע זאכן - איז אלעס פאלש, און אז דו וועסט טון גוטע זאכן פאר דיינע קינדער איז דאס נישט געפאפט.


ווי אזוי מען גייט אנגעטון, אזוי אדער אזוי - דאס איז נישט לעבן; איינער וויל געפעלן די סארט מענטשן - גייט ער אזוי, א צווייטער וויל געפעלן אנדערע סארט מענטשן - גייט ער אזוי, דאס מיינט נישט עכט לעבן, נאר דער וואס טראכט פונעם אייבערשטן, ער טוט זיך אן פאר'ן אייבערשטנ'ס וועגן - דער לעבט עכט. און אויך דער וואס טוט אנדערש ווי זיין ווילן כדי זיינע קינדער זאלן באקומען א גוטע חינוך - דאס איז עכט, די עכטע לעבן איז טון דאס בעסטע פאר די קינדער.


געב פאר דיינע קינדער דאס בעסטע און שענסטע, און אז מען וויל דיר נישט אננעמען אין די בעסערע מוסד - זאלסטו גיין צו די אנדערע מוסד, און דארט זאלסטו אויך כשר'ן דיין טעלעפאן, און דיין ווייב זאל גיין מער איידל; מאך יענע מוסד פאר די בעסערע מוסד.


בעט דעם אייבערשטן פאר דיינע קינדער; עלטערן דארפן אזויפיל בעטן פאר זייערע דורות זיי זאלן זיין ערליך און הייליג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1609 - וועלכע סארט שליסל חלה מאכט מען אויף שבת נאך פסח?
שבת קודש, חינוך הילדים, אמונה, פרנסה, מנהגים, פסח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר מיין לעבן און פאר די שיעורים.


איך האב געוואלט פרעגן וועלכע סארט שליסל חלה מען מאכט אין ברסלב פאר שבת נאך פסח?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי ב', כ"ז ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער מנהג איז, דער ערשטער שבת נאך פסח מאכט מען אויף די חלה א שליסל, מען מאכט מיט די טייג א שליסל אויבן אויף די חלה צו ווייזן און געדענקען אז די שליסל פון פרנסה ליגט אינעם אייבערשטנ'ס האנט.


אזוי זאגן די הייליגע חכמים (תענית ב.): "מַפְתֵּחַ שֶׁל פַּרְנָסָה הִיא בְּיַד הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", די שליסל פון פרנסה איז אינעם באשעפער'ס האנט; א שאד צו זארגן פאר פרנסה, א שאד זיך איבערארבעטן, דער אייבערשטער איז דער זן ומפרנס לכל. מען דארף טון פאר פרנסה, די הייליגע חכמים זאגן (ספרי דברים טו, קנח) אויפ'ן פסוק (מלשון הכתוב דברים טו, יח): "'וּבֵרַכְתִּיךָ בְּכָל אֲשֶׁר תַּעֲשֶׂה', יָכוֹל יְהִי יוֹשֵׁב וּבָטֵל, תַּלְמוּד לוֹמַר בְּכָל אֲשֶׁר תַּעֲשֶׂה"; אבער דאס מיינט נישט אז מען זאל זארגן און זיך איבערארבעטן.


מאך א שיינע גרויסע שליסל אויף די לענג פון די חלה, געב א שטיקל שליסל פאר יעדן אין די משפחה און דערצייל זיי: "דער שליסל פון פרנסה, פון הצלחה - ליגט אין דעם אייבערשטנ'ס האנט".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1608 - דאס לעבן איז מיר שוין נישט ווערד, ווי אזוי גייט מען ווייטער?
התחזקות, שלום בית, רפואה, תפילה והתבודדות, צרות, נסיונות, גט, תכלית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך גיי זיך גט'ן און דערנאך גיי איך זיך איינשרייבן אין א משוגעים הויז, איך האב שוין נישט קיין כח מער צו לעבן. קיינער דארף מיר נישט דא אויף דער וועלט, און אויך דער אייבערשטער האט מיר נישט ליב, אזוי ווי קיינער האט מיר נישט ליב און אויך מיין ווייב דארף מיר נישט, איך האב שוין נישט קיין כח צו ווארטן אויף איינעם וואס וועט מיך יא ליב האבן.


איך בין אזוי דעפרעסט, איך האב שוין אפילו נישט קיין כח צו מקיים זיין תורה ומצוות. איך מיין אז די בעסטע פאר מיר וועט זיין זיך צו גט'ן און גיין אין משוגעים הויז, דארט וועט מען מיר צושטעלן צו עסן און שלאפן, און אויך א ספר צו לערנען, און מער פון דעם דארף איך נישט. איך דארף מער נישט אז איינער זאל מיך ליב האבן.


איך ווייס נישט פארוואס דער אייבערשטער נעמט מיר נישט צו די נשמה, פארוואס לאזט ער מיר דא לעבן און ליידן אויף דער וועלט? מיט אזעלכע עלטערן, מיט אזא יוגנט, און אזא ווייב, וואס איז די לעבן נאך ווערד? איך בעט נאר איין תפלה צום אייבערשטן, ער זאל מיך אוועקנעמען פון דער וועלט ווי שנעלער, טוב מותי מחיי.


איך ווייס אז דער ראש ישיבה שליט"א האט נישט ליב ווען מען שרייבט אזוי, אבער איך האב אפילו נישט דעם קאפ אויפ'ן פלאץ צו קענען געהעריג אראפשרייבן מיינע געפילן. אפשר וועט דער אייבערשטער יא רחמנות האבן אויף מיר, אדער אפשר בין איך פשוט א כפוי טובה, אפשר בין איך דער גרעסטער רשע אויף דער וועלט, אז מען לאזט מיר שוין אפילו נישט תשובה טון?


איך בין זייער צעבראכן און צעמישט, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן, אויסקלארן, און מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי ב', כ"ה ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואס האט פאסירט מיט דיר? פארוואס האסטו זיך אזוי פיינט? אז עס האט זיך נישט אויסגעארבעט דו מיט דיין ווייב - מיינט נישט אז די וועלט איז געענדיגט; אז דו האסט געהאט א שווערע יוגנט - איז די וועלט נאכנישט געענדיגט; ווי עס זעט אויס גייסטו יעצט אריבער א שווערע נסיון, און אויב דו וועסט זיך דערהאלטן - וועסטו דאס אלעס אריבערגיין, עס וועט דיר נאך ליכטיג ווערן.


דו יאגסט זיך צום טויט? דו ווייסט בכלל וואס איז דאס טויט? וואס ווייסטו וואס ווארט אפ דעם מענטש אויבן אין הימל אז דו שרייבסט "טוב מותי" - די טויט איז מיר בעסער! דו ווייסט בכלל וואס טוט זיך אין יענע וועלט אז דו זאגסט "טוב מותי"?! אז מען וועט צאמנעמען אלע צרות פון די וועלט - קומט דאס נישט אן צו איין ברי פון די גיהנום און צו די עונשים קשים ומרים וואס די נשמה גייט אריבער.


דאווען נישט די נישט גוטע תפילה - אז דער אייבערשטער זאל דיר אוועקנעמען פון די וועלט; דאווען א גוטע תפילה, דאווען אז דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט פטור ווערן פון שלעכטס און פון שלעכטע מחשבות.


אז דו שפירסט ווי דיין מח קען נישט דערהייבן אזויפיל - זאלסטו זיך ווענדן צו א דאקטער ער זאל דיר העלפן מיט גוטע מעדעצין; דאס וועט דיר העלפן דו זאלסט זיך קענען שטארקן און צוריק אנגיין מיט דיין סדר היום.


נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן, די עצה פון התבודדות; גיי אין א שטילע פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, דארט זאלסטו זיך אויסרעדן דיין הארץ צום אייבערשטן, אים דערציילן דיין גאנצע הארץ, אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר מיום הולדך, פון דיין געבורט, אלעס וואס דו ביסט אריבער; שמועס אויס יעדע זאך בפרטי פרטיות, דערצייל אים וועגן דיינע עלטערן, דערצייל אים וועגן דיין ווייב, דערצייל אים וועגן דיינע אייגענע מחשבות און בלבולים, בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיר העלפן.


ווער עס פאלגט די עצה פון רבי'ן, ער מאכט התבודדות, ער דערציילט זיינע ווייטאגן פאר'ן אייבערשטן, ער שמועסט אויס זיין הארץ צום אייבערשטן - דער קען אריבערגיין אלע שווערע צייטן, מען ווערט נישט אויס, מען באקומט שטארקע נערווען צו קענען אסאך פארנעמען, אויך ווערט מען אן ערליכער איד און א צדיק, מען לעבט מיט'ן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1607 - איך האב מורא אז איך דארף באצאלן געלט פאר מענטשן, וואס טו איך?
חובות, תשובה, הפצה, בין אדם לחבירו, הדפסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל שרייבן איבער א נושא וואס פייניגט מיך שוין פאר אסאך יארן. די נושא איז אז איך האב מורא אז איך בין שולדיג געלט פאר מענטשן, נישט ווייל איך האב געבארגט, נאר ווייל איך האב מורא אז איך האב איינעם עפעס שאדן געמאכט.


די זאך איז אז עס זעט אויס פונדרויסן ווי אזא נארישע זאך, אבער מיר פייניגט עס אזוי שטארק. מיין עיקר פראבלעם איז אז איך שעם זיך זייער שטארק צו פרעגן א דיין אויב איך דארף באצאלן, אדער פרעגן יענעם מענטש צי ער איז מיך מוחל.


איך פיל אז איך לעב פאר גארנישט, ווייל איך גיי סיי ווי דארפן מגולגל ווערן, יעדעס מאל ווען איך טראכט דערפון ווער איך אזוי דעפרעסט. איך פיל אז איך דארף א דיין זאל זיך אראפזעצן מיט מיר און מיך אויסהערן אלע מיינע בויך ווייטאג, איך ווייס אבער נישט וויפיל עס גייט העלפן ווייל איך גיי זיך האלטן אין איין דערמאנען אלטע זאכן איך פיל אז עס איז אין לדבר סוף.


איך ווייס נישט וואס צו טון, אפשר קען דער ראש ישיבה מיך העלפן ווייל איך פיל ווי איך האלט עס שוין נישט אויס.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א שאד אז דו גייסט ארום מיט צער און ווייטאג; פארוואס זאלסטו זיך אויפעסן ווען עס איז דא פאר דיר א וועג פון תשובה, א וועג ארויס פון די זאך?


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ביצה כט.): "גָּזַל וְאֵינוֹ יוֹדֵעַ לְמִי גָּזַל, יַעֲשֶׂה מֵהֶן צָרְכֵי רַבִּים", ווען א מענטש האט גע'גנב'עט פון מענטשן און ווייסט נישט פון וועם ער האט גע'גנב'עט - זאל ער טון צרכי רבים; מוהרא"ש זאגט וואס דער הייליגער רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות ברכת השחר הלכה ה, אות לו): עס איז נישטא א גרעסערע צרכי רבים ווי דרוקן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים וואס זענען מחי' ומחזק די גאנצע וועלט און עס ברענגט צוריק צענדליגער טויזנטער אידישע קינדער צום אייבערשטן.


דעריבער בעט איך דיר זייער, א שאד זיך צו פייניגן; דרוק די הייליגע ספרים, קונטרסים און גליונות, דאס איז ריכטיגע צרכי רבים און ווען עס קומען צוריק די מחשבות זאלסטו זיך זאגן: 'איך פאלג רבי נתן, איך פאלג מוהרא"ש, מער פון דעם אינטערעסירט מיר נישט'; אויבן אין הימל וועט דאס דיר העלפן, דאס וועט דיר ברענגען צו דיין תיקון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1606 - וואס זענען די מנהגים אין ברסלב אין די ספירה טעג?
הלכה, תהלים, חסידות ברסלב, מחלוקת, שלום, מנהגים, מדות טובות, מוהרנ"ת ז"ל, בין אדם לחבירו, ספירה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איז דא עפעס ספעציעלע מנהגים אין ברסלב אין די ספירה טעג? עפעס וואס מ'טוט יא אדער מ'טוט נישט אין די טעג פון ספירה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס עס שטייט אין שלחן ערוך - אזוי פירן זיך ברסלב'ער חסידים.


בנוסף לזה, דער הייליגער רבי נתן פלעגט זיך פירן אין די טעג פון ספירה צו זאגן צוויי מאל א טאג דעם יום תהלים, ווייל דער רבי האט אונז מגלה געווען דאס גרויסקייט פון זאגן תהלים (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה",  תהילים איז מסוגל צו תשובה און צו טרעפן די שער, די טיר וואו אנצוקומען, ווייל עס איז דא פופציג טויערן פאר תשובה; דאס קען מען יעצט זוכה זיין אין די ספירה טעג.


נאך א זאך וואס מוהרא"ש האט אונז אין די ספירה טעג זייער מחזק געווען, מיר זאלן זייער אכטונג געבן זיך ליב האבן איינער מיט'ן צווייטן. נישט האבן צוטון מיט מחלוקות, ווייל די תלמידי רבי עקיבא זענען נסתלק געווארן אין די ספירה טעג נאר צוליב דעם וואס זיי האבן נישט נוהג כבוד געווען זה לזה (יבמות סב:); איז יעצט א צייט דאס צו מתקן זיין, זיך ליב האבן איינער מיט'ן צווייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1605 - וואס קען איך זיך פארנעמען צו האבן פרנסה בריווח?
קדושה, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, מאוויס, פרנסה, תשובה, סגולות, תיקון הכללי, קבלה טובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס קען איך זיך פארנעמען צו האבן פרנסה בריווח?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעם זיך פאר צו מתקן זיין אות ברית קודש, ווייל דער זוהר הקדוש זאגט (פנחס, רמד:): "מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִרוּרִין דְּנַהֲמָא, עֲנִיּוּתָא רָדִיף אֲבַּתְרֵיהּ", ווער עס ווארפט אראפ ברעקלעך פון ברויט וועט זיין אן ארעמאן, "כָּל שֶׁכֵּן מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִירוּרִין דְּמוֹחָא", איז דאך זיכער אז אויב מען איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן פארלירט מען דאס מזל און מען ווערט אן ארעמאן.


הדבר הראשון, ווארף אוועק אלע כלי משחיתים וואס מען קען קוקן אויף דעם גילוי עריות; אז מען קוקט עבירות, מען קוקט ניאוף רחמנא לצלן - פארלירט מען די מזל, מען פארלירט די פרנסה; וויפיל מען וועט נאכלויפן די געלט - וועט מען נישט האבן קיין שפע, און אז מען פאררעכט די אויגן, מען היט די אויגן, מען צעברעכט די אויגן - קומט שפע אין צייט. מוהרא"ש זאגט אויפ'ן פסוק (תהלים קמה, טו): "עֵינֵי כֹל אֵלֶיךָ יְשַׂבֵּרוּ, וְאַתָּה נוֹתֵן לָהֶם אֶת אָכְלָם בְּעִתּוֹ", 'יְשַׂבֵּרוּ' – קען מען ליינען מיט א שׁין 'יְשַׁבֵּרוּ', א לשון פון צעברעכן, דעמאלט "וְאַתָּה נוֹתֵן לָהֶם אֶת אָכְלָם בְּעִתּוֹ" – געבט דער אייבערשטער עסן און שפע אין צייט (אן אינטערעסאנטע זאך האב איך געזען ביי תלמידי היכל הקודש, ווען זיי גייען אין גאס און זיי האבן א נסיון צו קוקן אויף פריצות, זאגן זיי צו זיך דעם פסוק "עֵינֵי כֹל אֵלֶיךָ יְשַׂבֵּרוּ" און זיי בעטן גלייך א תפילה צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, בזכות וואס איך צעברעך מיינע אויגן, איך קוק נישט, העלף מיר איך זאל האבן פרנסה בריווח").


שנית זאלסטו זאגן יעדן טאג די צען קאפיטלעך תהלים, די תיקון הכללי [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ]; אז מען זאגט די צען קאפיטלעך תהלים פאררעכט מען וואס מען האט פוגם געווען און מען איז זוכה צו פרנסה בנקל (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כט); זיי זיך קובע צו זאגן די תיקון הכללי גלייך נאכן דאווענען.


ועל כולם זאלסטו אויפהייבן דיינע הענט צום אייבערשטן, אים בעטן ברחמים ותחנונים אויף דיין אייגענע שפראך, אויף דיין מאמע לשון, ווערטער פון הארץ: "הייליגער באשעפער העלף מיר, געב מיר שפע, הייליגער באשעפער העלף מיר, איך וויל פאררעכטן אות ברית קודש, איך וויל אלעס פאררעכטן, זיי מיר מוחל, איך גיי שוין זיין ערליך", אזוי זאלסטו זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן, גיס זיך אויס דיין הארץ, זאג אים ווי ענג דו ביסט, זאג אים דיין בודזשעט; וויפיל דו דארפסט, וויפיל דו מאכסט און וויפיל עס פעלט דיר - וועסטו זען גרויסע ניסים.


עס איז דא אסאך שיינע סגולות פון מוהרא"ש אויף פרנסה, דאס איז ממש די ערשטע צוויי טריט; אז דו וועסט טון די ערשטע שריט - וועסטו שוין זען ווי עס וועט זיך איבערדרייען, עס וועט זיין שפע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1604 - ווי אזוי באקומט מען א גוטע שלום בית?
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיינע שיעורים און בריוו, ספעציעל איבער דעם ענין פון שלום בית.


דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט און זאגט אז די ווייב דארף זיין נומער איינס ביים מענטש, ווי אזוי קען איך מאכן ביי מיר אז זי זאל זיין מיר די ערשטע זאך אין לעבן, און ווי אזוי קען איך איר מאכן שפירן טאקע ווי זי איז ביי מיר נומער איינס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, אלעס וואס איך זאג ביי די שיעורים - איז די ווערטער וואס איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, וואס האט אונז געלערנט דעם הייליגן רבינ'ס וועג.


שלום בית איז ביים רבי'ן געווען א יסוד אין לעבן, רבי נתן זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסד): "הִזְהִיר לְכַבֵּד וּלְיַקֵּר אֶת אִשְׁתּוֹ", דער רבי האט אונז זייער געווארענט מיר זאלן מכבד זיין און האלטן טייער די ווייב, "הֲלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם, צַעַר הָעִבּוּר וְהַלֵּדָה וְהַגִּדּוּל, כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם", ווייל די ווייבער ליידן אין לעבן זייער אסאך צער, זיי האבן גרויסע יסורים פון די קינדער, צער העיבור, צער הלידה און צער גידול בנים.


רבי נתן שרייבט (שם, סימן רסג): "סִפֵּר לִי אֶחָד שֶׁהָיָה מֵשִׂיחַ עִמּוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה מֵעִנְיַן בְּנֵי הַנְּעוּרִים, שֶׁשָּׁכִיחַ מְאֹד שֶׁנַּעֲשֶׂה קִלְקוּל בֵּינֵיהֶם וּבֵין נְשׁוֹתֵיהֶם, וְנִפְרָדִים זֶה מִזֶּה אֵיזֶה זְמַן, וְלִפְעָמִים נַעֲשֶׂה מִזֶּה פֵּרוּד לְגַמְרֵי חַס וְשָׁלוֹם", איינער האט מיר דערציילט, ער האט געהאט א שמועס מיט'ן רבי'ן איבער דעם וואס מען זעט אינגעלייט צעטיילן זיך פאר א שטיק צייט און אסאך מאל ווערט נאכדעם א גט חס ושלום, "שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר", דאס איז מעשה שטן, "שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אז מען איז אן א ווייב כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד, לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", ווייל דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


קוק אין די תורה ווי אזוי די הייליגע חכמים האבן זיך געפירט אין שטוב. די הייליגע חכמים דערציילן (יבמות סג.): "רֶבִּי חִיָיא הַוָה קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ דְבִיתְהוּ", רבי חייא'ס ווייב פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין, "כִּי הַוָה מְשַׁכַּח מִידִי, צִיֵּיר לֵיהּ בְּסוּדְרֵיהּ וּמַיְיתֵי נִיהֲלֵהּ", ווען ער פלעגט זען א גוטע זאך וואס זיין ווייב האט ליב, פלעגט ער איר דאס אהיים ברענגען, ער האט דאס שיין איינגעפאקט פאר איר, האט רב געפרעגט רבי חייא: איך פארשטיי נישט, פארוואס ברענגסטו איר אייביג גוטע זאכן, זי איז דאך דיר מצער?! האט אים רב חייא געזאגט: "דַּיֵּינוּ שֶׁמְגַדְלוֹת בָּנֵינוּ, וּמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", מיר איז גענוג אז זי ראטעוועט מיך פון עבירות און זי ציט אויף די קינדער; דאס איז געווען ביי די הייליגע צדיקים עבודת השם יתברך, זיך זארגן פאר די ווייב, איר פרייליך מאכן - אפילו זי האט זיך אויפגעפירט נישט שיין.


דו פרעגסט וואס מען טוט איר צו מאכן גוט שפירן? חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין פד:) "מַאי דִּכְתִיב (תהלים קיב, ה): 'טוֹב אִישׁ חוֹנֵן וּמַלְוֶה יְכַלְכֵּל דְּבָרָיו בְּמִשְׁפָּט', לְעוֹלָם יֹאכַל אָדָם וְיִשְׁתֶּה פָּחוֹת מִמַה שֶׁיֵשׁ לוֹ, וְיִלְבַּשׁ וְיִתְכַּסֶּה בַּמֶה שֶׁיֵשׁ לוֹ, וִיכַבֵּד אִשְׁתּוֹ וּבָנָיו יוֹתֵר מִמַה שֶׁיֵשׁ לוֹ", א מענטש זאל ניצן זיין געלט צו קויפן פאר זיך צו עסן ווייניגער וויפיל ער האט, און פאר זיין ווייב און קינדער זאל ער געבן מער וויפיל ער האט; ווער עס פירט זיך אזוי איז אן ערליכער איד, זאלסטו שטענדיג איר געבן אירע געברויכן בסבר פנים יפות, מיט א שמחה, מיט א שמייכל.


אזוי אויך שרייבט דער הייליגער צדיק רבי חיים ויטאל זכותו יגן עלינו (שער המצוות, פרשת עקב): "רָאִיתִי לְמוֹרִי זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה שֶׁלֹא הָיָה חוֹשֵׁשׁ בְּעַצְמוֹ לְהִתְכַבֵּד בְּמַלְבּוּשִׁים נָאִים יוֹתֵר מִדֵּי", איך האב געזען ביי מיין רבי דער הייליגער אריז"ל, ווען עס איז געקומען צו קויפן בגדים פאר זיך האט ער נישט געקויפט קיין טייערע קליידער, "גַּם בְּמַאֲכָלוֹ הָיָה אוֹכֵל דָּבָר מוּעָט מְּאֹד", אויך ביי עסן, ווען עס האט זיך גערעדט פאר זיך, האט ער נישט געגעסן קיין סאך, ער פלעגט עסן זייער ווייניג, "אֲבָל בְּמַלְבּוּשֵׁי אִשְׁתּוֹ הָיָה זָהִיר מְּאֹד לְכַבְּדָהּ וּלְהַלְבִּישָׁהּ", אבער ווען עס איז געקומען צו זיין ווייב האט ער זייער אכטונג געגעבן איר צו מכבד זיין מיט שיינע קליידער, "וְהָיָה מַפִּיק כָּל רְצוֹנָהּ אַף אִם לֹא הָיְתָה יָדוֹ מַשֶּׂגֶת כָּל כָּךְ", ער האט איר צופרידן געשטעלט דאס מערסטע וואס מען קען, אפילו ער האט נישט געהאט קיין געלט דאס צו קענען טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1603 - וואס מיינט אז מען איז זיך אינגאנצן מבטל?
התחזקות, תשובה, נסיונות, עבודת השם, פירושים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט נאכזאגן א דיבור פון הייליגן רבי'ן, "ווען עס איז גאר ביטער, איז מען זיך אינגאנצן מבטל", האב איך געוואלט פרעגן וואו דאס שטייט, און וואס מיינט דאס אז מען איז זיך אינגאנצן מבטל, ווי אזוי טוט מען דאס?


יישר כח פאר אייערע הערליכע שמועסן.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן, סימן רעט) פעם אחת אמר לי בזו הלשון, אמאל האט מיר דער הייליגער רבי געזאגט דעם לשון: "אין אז עס איז שוין גאר שלעכט, איז מען זיך גאר מבטל", האב איך געפרעגט דעם רבי'ן: "איך מבטלין עצמו", ווי אזוי איז מען זיך מבטל צום אייבערשטן? האט דער רבי מיר געענטפערט: "מען פארמאכט דאס מויל און די אויגן, איז בטול".


זאגט רבי נתן: "מזה מובן עצה", דאס איז די עצה ווען דער יצר הרע איז זיך מתגבר אויפ'ן מענטש, ער פארדרייט אים דעם קאפ מיט שלעכטע מחשבות, ער מאכט בלבולים און עס איז זייער שווער אים צו באזיגן, זאל מען זיך מבטל זיין צום אייבערשטן, "כי כל האדם יכול לבטל עצמו לגמרי לפעמים", דאס קען יעדער איינער טון, יעדער קען צוקומען צו ביטול צום אייבערשטן, "דהינו לסתום פיו ועיניו ולסלק דעתו לגמרי, כאלו אין לו שום דעת ומחשבה כלל", זיך פארמאכן די מויל און די אויגן כאילו מען האט נישט קעען אייגענע שכל "רק יבטל עצמו להשם יתברך לגמרי", און זיך מבטל זיין אינגאנצן צום אייבערשטן.


נאך אן עצה ווי אזוי מען קען אנטלויפן פון שלעכטס, מען זאל שרייען צום אייבערשטן. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קכט): "וְאֲפִלּוּ כְּשֶׁנּוֹפְלִין לִפְעָמִים לְתוֹךְ רֶפֶשׁ וָטִיט, שֶׁקָּשֶׁה לוֹ מְאֹד לָצֵאת מִשָּׁם", אפילו מען פאלט אריין אין א בלאטע וואס עס איז שווער ארויס צו גיין דערפון, "צוֹעֲקִין, וְצוֹעֲקִין, וְצוֹעֲקִין!" וְאָמַר בִּלְשׁוֹן אַשְׁכְּנַז בְּזוֹ הַלָּשׁוֹן (רבי נתן ברענגט אראפ דעם לשון אין אידיש אזוי ווי דער רבי האט דאס געזאגט): "אוּן אֲפִלּוּ אַז מֶען פַאלְט אִין אַ בְּלָאטֶע אַרַיין, שְׁרַייט מֶען, אוּן מֶע שְׁרַייט, אוּן מֶע שְׁרַייט"; דאס איז די עצה ווי אזוי מען קען ארויסקריכן פון עבירות, מען זאל שרייען צום אייבערשטן נאכאמאל און נאכמאל און נאכאמאל: "הֶעלְף מִיר טַאטֶע, נֶעם מִיר אַרוֹיס פוּן מַיין בְּלָאטֶע, נֶעם מִיר אַרוֹיס פוּן מַיינֶע עֲבֵירוֹת".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1602 - ווי אזוי קען איך גיין קיין ברסלב, אן מצער זיין מיין פאמיליע?
חיזוק פאר מיידלעך, כיבוד אב ואם, חיזוק פאר פרויען, חסידות ברסלב, משפחה, חברים, ראש ישיבה, התנגדות, לשון הרע, שבועות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך בין אנגעקומען צו די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א וואס זענען מיר אזוי שטארק מחי' און העלפן מיר אזוי שטארק אין לעבן.


איך קום פון א ליטווישע משפחה, ביי אונז אין די משפחה האט מען נישט ליב ברסלב, מען רעדט אויף ברסלב, אבער מיר ציעט עס זייער שטארק, עס געבט מיר א סיפוק און חיות אין לעבן, ווען איך טרעף זיך מיט פרויען פון ברסלב ווער איך אזוי שטארק איבערגענומען פון די גוטע אטמאספער, ווי יעדער איז פרייליך און פאזיטיוו, ווי מען זאגט יעדע מינוט "יישר כח אייבערשטער", און איך וויל אזוי שטארק זיין א חלק פון די ברסלבע קהלה.


ווי אזוי געב איך זיך אבער אן עצה מיט מיין פאמיליע? ווי אזוי האלט זיך צוריק נישט צוריק צו ענטפערן ווען מען האלט מיר פאר וועגן ברסלב? יעדעס מאל איך וויל גיין צו עפעס א מסיבה אדער צוזאמקום אין ברסלב, דארף איך טרעפן עפעס א תירוץ פאר מיינע עלטערן וואו איך גיי און פארוואס איך גיי, יעדעס מאל בין איך נאכאמאל מסופק אויב איך זאל זיי בכלל זאגן אז איך גיי צו א ברסלב'ע פלאץ אדער טרעפן עפעס א תירוץ וואו איך גיי, ווי לאנג קען איך דאס אויסבאהאלטן און זיך נישט ארויסשטעלן אפן אז איך האב ליב ברסלב און איך וויל גיין צו ברסלב?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב צו אייך א פראגע, פארוואס דארפן בכלל אייער משפחה וויסן אז איר נעמט אייער חיות פון הייליגן רבי'ן? פארוואס דארף צוגיין דאס התקרבות מיט מחלוקות? פארוואס אוועקגיין פון שטוב? צי דען קען מען נישט זאגן "שכוח אייבערשטער" אין שטוב? מען מוז זיך צעקריגן מיט משפחה, אוועקגיין פון שטוב - צו קענען זאגן "שכוח אייבערשטער"? מען קען דאך זיין מקורב, בלייבן אין שטוב, אויסהערן שיעורים, לערנען דעם רבינ'ס ספרים - אן גיין און קומען וכו'.


איר דארפט פארשטיין, קודם, וואס איז דאס ברסלב? ברסלב איז שכל, עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן. דער רבי לערנט אונז אמונה, דער רבי געבט אונז חיזוק צו קענען אריבערגיין שווערע זמנים אין לעבן; אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים, מען הערט די שיינע דיבורים פון רבי'ן, שיעורים פון אנשי שלומינו ווי זיי לערנען און דערציילן פון רבי'ן - ווערט דער לעבן אזוי זיס, מען האט כח אריבערצוגיין די שווערע נסיונות, מען הויבט אן שפירן דעם אייבערשטן, מען הויבט אן שמועסן מיט'ן אייבערשטן, ממש א לעבן פון גן עדן.


עלטערן ווערן דערשראקן ווען פלוצלונג יעדן טאג וויל זייער טאכטער גיין דא, גיין דארט; מען ווערט דערשראקן ווען דאס קינד וויל כסדר ארויסגיין. די עלטערן ווייסן נישט פינקטליך וואס איז דאס ברסלב, און אסאך מאל הערט מען לשון הרע, דעריבער איז נישט כדאי זיך צו שפאַרן ארויס צו גיין דא, ארויסגיין דארט; מען קען האבן גוטע חבר'טעס דורך רעדן אויפ'ן טעלעפאן, ענדערש בלייבט מען אין שטוב העלפן די עלטערן.


איך בין אפאר יאר געווען מקורב צום רבי'ן אן דעם וואס איינער זאל בכלל וויסן, איך האב זיך מתבודד געווען און געלערנט מיינע שיעורים כסדרן, אויך האב איך געהאט שטילערהייט שיחות מיט ערליכע חברים, קיינער האט נישט גע'חלומ'ט בכלל אז איך בין ברסלב. שפעטער ווען איך בין געפארן קיין אומאן אויף ראש השנה, דעמאלט איז ארויסגעקומען דער סוד, מיין משפחה האט זיך דערוויסט אז איך צי זיך קיין ברסלב. נאך ראש השנה, נאכן צוריקקומען פון אומאן בין איך ווייטער געבליבן אלע זמנים וואס מען קומט זיך צאם מיט משפחה, איך בין נישט אוועקגעלאפן יעדע שני וחמישי.


מוהרא"ש האט מיר דאס געלערנט. איך האב אמאל געפרעגט מוהרא"ש פאר יום טוב שבועות: "איך קום אריין קיין בארא פארק צו מיינע עלטערן אויף שבועות, מיין טאטע דאווענט ביי מיין זיידע (שליט"א) [זכרונו לברכה], חברים זאגן מיר אז איך מוז קומען דאווענען אין היכל הקודש, ווייל שבועות דאווענט מען מיט אנשי שלומינו, דאס ראטעוועט פון עולם התוהו, אדער זאל איך בלייבן דאווענען אין קארלסבורג מיט מיין משפחה און נישט מאכן מחלוקות?" מוהרא"ש זאגט מיר: "קודם געב אכטונג נישט צו זיין בזה העולם אין עולם התוהו"; דאס איז געווען דער וועג פון מוהרא"ש, נישט צו מאכן קיין מחלוקות, בלייבן מיט די משפחה און דארט לעבן מיט די עצות פון רבי'ן.


למעשה האב איך אויסגעארבעט א וועג צו קענען דאווענען ביי מוהרא"ש. דעמאלט האט מוהרא"ש געדאווענט ותיקין, איך האב זיך געמאכט א חשבון אז איך גיי ותיקין צו מוהרא"ש און ווען מען ענדיגט דאווענען וועל איך גיין צו מיין זיידע, אזוי האב איך געטון אפאר יאר, איך האב געדאווענט ביי מוהרא"ש און נאכדעם בין איך געזיצן מיט'ן טלית ביי מיין זיידעס מנין פאר כמה שעות, איך האב זיך מתבודד געווען אונטערן טלית אן דעם וואס מען זאל וויסן אז איך בין אנדערש פון די משפחה.


באזונדער ווען עס רעדט זיך פון פרויען און מיידלעך וואס ווילן לעבן מיט די עצות פון רבי'ן, ביי זיי איז דאך אסאך גרינגער עס זאל נישט ווערן קיין מחלוקות. ביי מענער, דארט קלאפט עס אויס ביים פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, ביי פרויען איז דאס נישט שייך, פרויען פארן נישט קיין אומאן ראש השנה, קען מען דאך בלייבן מיט די משפחה, מיט די עלטערן און שלום על ישראל.


וואס איז די זאך פון גיין צו ברסלב'ע מענטשן וואס זענען פאזעטיוו און זאגן א גאנצן צייט "שכוח אייבערשטער"? צי דען קען מען נישט בלייבן אין שטוב און דאנקען דעם אייבערשטן? מען מוז שטיין נעבן ברסלב'ער מענטשן צו קענען זאגן "שכוח אייבערשטער"?!


געדענקט, ברסלב איז נישט אוועקגיין פון משפחה, ברסלב איז נאר די זאך: דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך און זיך פרייען מיט גוטע זאכן וואס מען טוט; דאס קען מען טון ווען מען איז אויסגעמישט מיט די משפחה, און אזוי קען מען גאר מקרב זיין די גאנצע משפחה, אלע זאלן מקורב ווערן.

#1601 - וואס טו איך אז מיין אינגל האט א נישט ערליכער חבר?
חינוך הילדים, קדושה, מנוולים, קינדער, חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין אינגל דרייט זיך מיט א חבר וואס טוט מיט אים נישט איידעלע זאכן, דער חבר האט נישט קיין נארמאלע שטוב און ער מוטשעט אלץ מיין אינגל ער זאל קומען שפילן צו זיין הויז, אויסער וואס זיי שפילן זיך יעדן טאג אויפ'ן וועג אהיים פון חדר.


איך ווייס נישט ווי אזוי זיי צו צעטיילן אן דעם וואס איך זאל באליידיגן און טשעפען דעם חבר. איך האב שוין געזאגט פאר'ן מלמד דערוועגן, אבער וואס נאך קען איך און איך דארף טון וועגן דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער וויכטיג צו רעדן כסדר צו די קינדער זיי זאלן זיין אפגעהיטן באות ברית קודש. מען דארף אויסלערנען די קינדער די הלכות פון נישט אנרירן דעם אות ברית קודש, מען דארף זיי זאגן אז אויב א קינד אין חדר, א שכן, אדער אפילו א ברודער - וויל זיך באהאלטן, זיך אויסטון די קליידער, זיך אנרירן איינער דעם צווייטן רחמנא לצלן - זאל מען זיך נישט לאזן, מען זאל אוועקלויפן און דערציילן פאר טאטע מאמע.


מען דארף רעדן פון דעם צו די קינדער, זיי באקוועם מאכן אז זיי זאלן נישט מורא האבן צו דערציילן, ווייל נאר אז מען רעדט צו זיי - ווייסן זיי פון וואס זיך אכטונג צו געבן, און אז מען רעדט נישט צו די קינדער וועלן זיי פאלן קרבנות פאר מניוולים.


איך ווייס נישט פארוואס מענטשן זענען אזוי נאריש און פאר'עקשנ'ט נישט צו רעדן פון דעם, אדער אפשר איז מען פשוט דערשראקן צו רעדן צו קינדער איבער זיך היטן פון מניוולים; פארוואס זאל מען נישט רעדן צו די קינדער? אז מען רעדט נישט וועלן די קינדער פאלן קרבנות פאר מניוולים, זיי וועלן אנקומען צו רוצחים, נאכדעם וועט מען זיך רייסן די האר פון קאפ, מען וועט זיך נישט וויסן וואו זיך אהין צו טון.


מען זעט אזויפיל פאלן אוועק פון אידישקייט, מען ווערט אריינגעדרייט אין דראגס, על פי רוב זענען זיי קרבנות פון מניוולים; זיי ענדיגן די לעבן מיט דראגס, ביז זיי שטארבן השם ישמרינו.


דערפאר ליגט א חיוב אויף עלטערן צו מחנך זיין די קינדער זיי זאלן זיין ערליך און הייליג. עלטערן קענען זיך נישט פארלאזן אז מען וועט שוין רעדן צו די קינדער אין חדר, ווייל ווייניג תלמוד תורה'ס רעדן צו די קינדער פון יראת שמים, ליידער רעדט מען פון אלעס - אויסער פון יראת שמים; מען רעדט פון א נייע אידישקייט, מען רעדט פון תאוות אכילה; אנשטאט רעדן פון וויכטיגע זאכן, זיי זאלן קענען בלייבן ערליך, הייליג, זיי זאלן קענען חתונה האבן - רעדט מען אז די עסן פאסט נישט פאר אונזער קהלה צו עסן, און די טרינק פאסט נישט פאר אונזערע קרייז, הבל הבלים; אדער אז ביי אונז גייט מען מיט א גארטל א גאנצן טאג, וכדומה.


רעד צו דיין קינד, אויך רעד צו זיין חבר; זאג זיי: "איר קענט זיין חברים, אבער מען מוז שפילן מיט יראת שמים, מען מוז זיין ערליך, אז נישט באקומט מען אן עונש, דער אייבערשטער באשטראפט אויב מען איז נישט ערליך".


דער אייבערשטער זאל היטן אויף אידישע קינדער.


 

#1600 - ווי אזוי זעט מען זיך ארויס פון שלעכטע מאוויס?
לימוד התורה, מאוויס, חברים, בחור, משניות, דראגס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א יונגער בחור, אין די לעצטע פאר חדשים האב איך אנגעהויבן מיטצוהאלטן די חבורת היכל הקודש ביי אונז אין שטאט, און איך בין זייער מחזק דארט, און איך האב אפילו אנגעהויבן לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות.


איין טאג האב איך זיך געוואלט קויפן א גרויסע סמארטפאון, אבער פונקט דעמאלט האב איך געהערט פון א צווייטער בחור פון אונזער חבורת היכל הקודש אז ער האט צעבראכן זיין טעלעפאן, און דאס האט מיר מחזק געווען, אויב ער קען, קען איך אויך, און איך עס האב ברוך ה' נישט געקויפט.


אבער פון איין זאך קען איך זיך נאכנישט אפרייסן, איך קוק נאך ליידער שלעכטע מאוויס. איך וויל זייער שטארק אויפהערן מיט די זאכן און איך דארף חיזוק אויף דעם, אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר ביטע העלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אכצן פרקים משניות - דאס איז די בעסטע מעדעצין פאר ווער עס איז אריינגעפאלן אין מאוויס, ווייל דאס זאגן אכצן פרקים משניות בכל יום - רייניגט דעם מענטש, עס וואשט אויס די נשמה. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ - יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד"; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג כך וכך, וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס; מוהרא"ש האט מקובל פון אנשי שלומינו אז ווען די רבי האט געזאגט די שיחה האט ער געמיינט מיט דעם דאס לערנען אכצן פרקים משניות.


אז דו ביסט נעבעך אזוי צוגעקלעבט צו מאוויס השם ישמרינו - זאלסטו זאגן בכל יום אכצן פרקים משניות, כסדרן דיקא - וועסטו זען וואונדער ווי דער אייבערשטער וועט דיר העלפן, דו וועסט ארויסגיין פון די "גלות המאוויס".


רבי נתן פארציילט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "ווען דער רבי האט געזאגט דעם שיחה, האב איך געפרעגט דעם רבי'ן צי תורה קען העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן? האט דער רבי געשריגן אויף מיר און געזאגט: 'דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס'"; אפילו אז א מענטש ליגט נעבעך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב ער וועט לערנען יעדן טאג 'כך וכך' וועט ער ווערן אן ערליכער איד.


וויסן זאלסטו, מאוויס איז די ערגסטע זאך פאר'ן מענטש, עס הרג'עט די מח אזוי ווי דראגס; פינקט אזוי ווי דראגס פארברענט דעם מח - אזוי אויך מאוויס, עס פארברענט דעם מח; אפגערעדט אז עס פארשטעלט דאס שפירן דעם אייבערשטן, מען קען מער נישט דאווענען, מען קען מער נישט פארשטיין לערנען, אלעס ווערט אזוי ווי פארוואלקנט, מען פארלירט דעם טעם פון לעבן, מען פארלירט די אינטערעסע אין וויכטיגע זאכן.


איך בעט דיר זייער, ווארף אוועק אלע מאוויס, קוק מער נישט די זאכן; דו ביסט א יונגער בחור, א שאד פאר דיר, א שאד פאר דיין עתיד; עס וועט דיר נישט לאזן לעבן מיט א ווייב, עס וועט דיר נישט לאזן זיין א טאטע פאר קינדער; אזויפיל אינגעלייט און ווייבלעך גט'ן זיך נאר צוליב דעם.


הלואי זאלסטו אננעמען דעם בריוו, וועט דיר זיין גוט בזה ובבא.

#1599 - וואס זאג איך פאר די קינדער ווען זיי באקומען קטניות אום פסח?
חינוך הילדים, שמחה, פסח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים וואס זענען מיר זייער מחזק און פירן מיר אויפ'ן ריכטיגן וועג.


מיינע קינדער זענען ביי מיר אויף עטליכע טעג פון פסח, די אנדערע טעג זענען זיי ביי זייער מאמע. איין טאג זאגט מיר א קינד אז די מאמע איז נישט מקפיד אויף קטניות, זי געבט זיי צו עסן קטניות אום פסח. האב איך געוואלט פרעגן וואס איז די ריכטיגע זאך זיי צו זאגן וועגן דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג', ב' דחול המועד, י"ח ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיינע קינדער דערציילן דיר אז זייער מאמע געבט זיי צו עסן קטניות אום פסח - זאלסטו זיי זאגן זיי זאלן פרובירן נישט צו עסן קטניות.


איך ווייס נישט ווי שטארק זיי זענען, זיי זענען נאך קליינע קינדער; דו לערן זיי אויס אלעס ווי אזוי א איד דארף זיך פירן. געב זיי צו פארשטיין אז אשכנזי'שע אידן וואס גייען נאך דעם רמ"א - עסן נישט קיין קטניות, זאג זיי אז זיי זאלן פרובירן צו עסן מצה, פיש און פלייש, און נישט עסן רייז, קארן, באנדלעך וכו'.


דער עיקר זאלסטו אריינלייגן אין זיי א חיות אין מצוות; טאנץ מיט זיי, זינג מיט זיי און שמועס מיט זיי, און אויך פארלאנג פון זיי דאווענען, לערנען און יראת שמים - וועסטו זען אסאך נחת פון זיי.

#1598 - ווי אזוי שטארק איך זיך, ווען איך וויל שוין חתונה האבן?
שידוכים, חיזוק פאר מיידלעך, כיבוד אב ואם, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א איז אונז מחזק, וויפיל איך וועל פרובירן זיך צו באדאנקען וועט עס קיינמאל נישט זיין גענוג.


עס גייט דורך א יאר נאך א יאר און איך ווארט שוין אזוי שטארק צו טרעפן מיין שידוך, איך וויל שוין אזוי שטארק חתונה האבן, אבער ווען איך רעד צו מיינע עלטערן איבער דעם ווייסן זיי נישט וואס איך וויל, איך ווער א חוזק אין שטוב, זיי פארשטייען נישט פארוואס איך וויל נישט ווארטן נאך לענגער און הנאה האבן פונעם לעבן אלס מיידל.


איך דארף חיזוק, צייט גייט נאר מער און מער פאראויס, ווי אזוי קען איך זיך שטארקן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי א', י"א ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז מען מאכט חוזק פון אייך אין שטוב ווען איר רעדט פון חתונה האבן, מען קען נישט פארשטיין פארוואס איר ווילט חתונה האבן - זאלט איר נישט רעדן מער אין שטוב פון דעם; רעדט נאר צו אייער טאטע - דער הייליגער באשעפער.


דער באשעפער לאכט נישט אויס ווען מען בעט אים אז מען וויל חתונה האבן, דער באשעפער כביכול וויינט מיט, ער שפירט די צער וואס מען גייט אריבער און מען זעט דערנאך א ישועה.


א כשר'ן פרייליכן יום טוב.

#1597 - מעג א כלה רעדן מיט'ן חתן?
מנהגים, כלה, חתן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים און בריוו, איך בין זיך זייער מחי' און מחזק דערמיט, איך בין דורכגעגאנגען שוועריקייטן אין לעבן און די אמונה וואס איך קויף איין אין היכל הקודש העלפט מיר זייער שטארק אנצוגיין מיט שטארקייט.


איך האב געוואלט פרעגן אויב איך מעג רעדן מיט מיין חתן. ביי אונזער ביידע משפחות איז אנגענומען אז חתן כלה רעדן צווישן זיך, און פאר מיר איז דאס זייער וויכטיג, אבער איינער פון מיין משפחה רעדט צו מיר זייער דערקעגן, אז דאס איז נישט אויסגעהאלטן צו טון, דעריבער בין איך צעמישט אויב איך מעג רעדן און זיך טרעפן מיט אים אדער נישט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי א', י"ג ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב אייך שוין געשריבן איינמאל, מוהרא"ש האט געהאלטן אז חתן כלה קענען רעדן אויפ'ן טעלעפאן און אויך זיך טרעפן. ביי אנדערע פלעצער מאכט מען פון דעם א איסור, ממש ווי דאס ערגסטע זאך, אבער מוהרא"ש האט קלאר געזאגט אז מען קען רעדן און זיך טרעפן.


יעצט בעט איר איך זאל נאכאמאל שרייבן וועגן דעם; איך האב נישט וואס מוסף צו זיין, איך קען נאר זאגן אז ביי אונז אין די קהילה פירט מען זיך אזוי.


א כשר'ן פרייליכן יום טוב.

#1596 - מעג איך בעטן מיין שווער נישט צו הערן ראדיא ביי מיר אין שטוב?
שווער און שוויגער, פסח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין שווער לעבט אליין שוין פאר צענדליגע יארן, מיר זענען אים זייער מכבד און מיר העלפן אים ארויס מיט אלעס וואס ער דארף, און שוין אסאך יארן וואס ער קומט צו אונז אויף יום טוב פסח, און ער האט זייער הנאה דא צו זיין.


דער פראבלעם איז אבער אז ער איז צוגעוואוינט צו הערן אסאך ראדיא במשך דעם טאג, און ווען ער ביי אונז אויף יום טוב, וועט ער אויך אנצינדען און הערן ראדיא פאר יום טוב, חול המועד, און נאך יום טוב, און דאס שטערט מיר זייער, ספעציעל זייט איך בין מקורב געווארן צו היכל הקודש, עקל איך זיך זייער פון דעם.


מעג איך אים בעטן אויף א שיינע וועג אז ער קען קומען צו אונז אבער נאר אן די ראדיא? איך ווייס אז עס וועט אים זיין זייער שווער, אבער איך וואלט זיך יא גע'עקשנ'ט דערויף, מעג איך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי א', י' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חס ושלום, זאג אים נישט קיין ווארט.


א כשר'ן פרייליכן יום טוב.

#1595 - דארף מען יא אכטונג געבן אויף קליידער, אדער נישט?
קליידער, פירושים, סיפורי מעשיות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט אין די מעשה פונעם בעל תפלה (סיפורי מעשיות, מעשה י"ב) "און אויף קליידער האבן זיי גארנישט געקוקט, ווי מ'גייט גייט מען", מיר ווייסן דאך אז דער רבי האט יא זייער מקפיד געווען אז מען זאל גיין נאר מיט ריינע און גאנצע קליידער, נישט גיין צעריסן און שמוציג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי א', ט' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש איז מסביר (נהרי אפרסמון שם) אז דאס איז וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ק): "'וַתִּתְפְּשֵׂהוּ בְּבִגְדוֹ', שֶׁהַבַּעַל דָּבָר וְהַסִּטְרָא אַחֲרָא תּוֹפֶסֶת אֶת הָאָדָם בְּבִגְדוֹ, דְּהַיְנוּ שֶׁמַּטְרִיד אוֹתוֹ בְּטִרְדַת בְּגָדָיו וּמַלְבּוּשָׁיו", דער יצר הרע פארנארט דעם מענטש מיט זיינע קליידער, ער מאכט אים פארנומען מיט די קליידער, "כִּי טִרְדַּת הִצְטָרְכוּת מַלְבּוּשִׁים וּבְגָדִים שֶׁל אָדָם הֵם מְבַלְבְּלִין מְאֹד אֶת הָאָדָם וּמוֹנְעִים אוֹתוֹ עַל יְדֵי זֶה מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דאס נעמט אוועק דעם מענטש פון לערנען, דאווענען און דינען דעם אייבערשטן, מען ווערט פארנומען מיט די קליידער. "וְזֶהוּ 'וַתִּתְפְּשֵׂהוּ בְּבִגְדוֹ'", דאס איז וואס שטייט ביי יוסף הצדיק, דער יצר הרע האט אים געוואלט כאפן אין זיין נעץ דורך זיינע קליידער, "אַךְ מִי שֶׁהוּא בַּעַל נֶפֶשׁ וְלִבּוֹ חָזָק בַּה', אֵינוֹ מַשְׁגִּיחַ גַּם עַל זֶה, אַף עַל פִּי שֶׁאֵין לוֹ בֶּגֶד לִלְבּשׁ, אַף עַל פִּי כֵן אֵינוֹ מַטְרִיד עַצְמוֹ בָּזֶה וְאֵינוֹ רוֹצֶה לְהַנִּיחַ עַצְמוֹ לְבַלְבֵּל בָּזֶה", אבער ווער עס וויל דינען דעם אייבערשטן - דער קוקט נישט אויף די זאכן, אפילו ער זאל נישט האבן קיין קליידער - ווערט ער נישט אפגעשוואכט פון דינען דעם אייבערשטן, דאס שטייט ביי יוסף הצדיק (בראשית לט, טו-טז): "וַיַּנַּח בִּגְדוֹ אֶצְלָהּ וַיָּנָס", וְכוּ', ער האט איבערגעלאזט די קליידער, ער האט נישט געקוקט אויף דעם, ער האט געדינט דעם אייבערשטן.


מען דארף גיין אנגעטון זויבער ריין, אויך דארף מען אכטונג געבן נישט גיין מיט צעריסענע קליידער, אבער נישט אריינטון דעם קאפ אין וויאזוי צו גיין אנגעטון, מיט וואס פאר א קליידער, נאר זיך אריינטון אין תפילה, אין שירות ותשבחות צום אייבערשטן; נאר דאס איז דער תכלית.


א כשר'ן פרייליכן יום טוב.

#1594 - מעג איך זיך אביסל אונטערשניידן די בארד?
שלום בית, מוהרא"ש, בארד און פאות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איידער איך בין מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, פלעג איך אונטערשניידן מיין בארד. נישט חס ושלום אפשניידן, נאר אביסל שיין געמאכט עס זאל נישט ווערן צו לאנג. פון ווען איך בין געווארן מקורב האב איך אויפגעהערט, מיין בארד וואקסט אבער צו לאנג און עס איז מיר זייער שווער זיך איינצוהאלטן, ווייל איך טראכט אז אונטערשניידן איז דאך נישט אפשניידן, איך בעט אבער דעם אייבערשטן איך זאל זיך קענען איינהאלטן, און אזוי שטופ איך א טאג נאך א טאג.


וואס קען איך אבער טון אז מיין ווייב זאגט מיר אז מיין בארד איז צו צעשלאכעט און אז עס ווערט צו לאנג, און דאס איז מיר זייער שווער. אפשר מעג איך יא אביסל אונטערשניידן? איז דאס אויך אן איסור אדער איז דאס גרינגער? אפשר דאס וואס דער רבי זאגט וועגן ליגן מיט די פיס צום טיר מיט בארד און פיאות מיינט נישט אז מען טאר נישט אונטערשניידן די פיאות אדער די בארד אביסל וויבאלד עס איז נאכאלץ דא א בארד?


איך ווייס נישט וואס צו טון, איך וויל אבער טון וואס דער אייבערשטער וויל. אפשר קען מיר דער ראש ישיבה אביסל אויסקלארן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מצורע, ו' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שנייד נישט דיין בארד, אויך נישט למחצה לשליש ולרביע, אפילו א משהו; די בארד איז די רערן וואס ברענגען די שפע פונעם אייבערשטן צום מענטש. דער זוהר הקדוש באטיטלט די בארד: "צינורות דקדושה", עס ברענגט אלע הייליגקייטן, גוטס און נאנטקייט צום אייבערשטן.


אז דיין ווייב שטערט דיין בארד - קענסטו דאס אריינדרייען, איינקניפן. מוהרא"ש האט אזוי געטון, נאך די חתונה האט זיין ווייב געוואלט זיין בארד זאל זיין איינגעקניפט, אויך די פאות. שפעטער, נאכדעם וואס מוהרא"ש האט אסאך געבעטן דעם אייבערשטן אז ער וויל גיין מיט שיינע געקרייזלטע פאות, מיט די בארד ארויסגעלאזט - האט זי מסכים געווען דערצו. דו קענסט אזוי טון, איינדרייען אדער איינקניפן, אבער נישט שניידן אפילו א ברעקל.


ליידער זענען מיר אויסגעמישט צווישן אומות העולם, מען ווערט אזוי פאר'גוי'אישט מען הויבט אן ליב האבן די אויסזען פונעם גוי, מען הויבט אן ליב האבן א טשופ מיט א געגאלטן פנים, ביז אידישע טייערע הייליגע קינדער הויבן דאס אן נאכטון.


קוק א שארפע לשון וואס רבי נתן שרייבט וועגן שניידן די בארד (לקוטי הלכות גילוח הלכה ג', אות ב): "עִקַּר הַדַּת יִשְֹרָאֵל וְעִקַּר הַיַּהֲדוּת תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", די בארד און פאות איז אן עיקר פון א איד און פון דאס גאנצע אידישקייט, "וּבָהֶם נִכָּר הַיְּהוּדִי כִּי הוּא מִזֶּרַע בָּרֵךְ ה', מִזֶּרַע יִשְֹרָאֵל", און מען דערקענט א איד דורך זיין בארד און פאות אז ער איז א אידיש קינד. "וּמִי שֶׁרוּחַ אַחֶרֶת עִמּוֹ, חַס וְשָׁלוֹם, וְרוֹצֶה לִכְפֹּר, חַס וְשָׁלוֹם, בֶּאֱלֹקֵי יִשְֹרָאֵל", און ווער עס וויל לייקענען אינעם אייבערשטן, "תְּחִלַּת הַכְּפִירָה הוּא, שֶׁמַּשְׁלִיךְ חַס וְשָׁלוֹם מֵעָלָיו הַזָּקָן וְהַפֵּאוֹת", דאס ערשטע זאך נעמט ער אראפ זיין בארד און פאות, "כִּי בֶּאֱמֶת כָּל דַּת יִשְֹרָאֵל הַקָּדוֹשׁ הוּא תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", ווייל דאס גאנצע אידישקייט איז אנגעהאנגען אין די בארד און פיאות; קוק אריין דארט זיינע הייליגע ווערטער מער באריכות.


וואויל איז דעם וואס האט ליב ווי אזוי די תורה זאגט, ער האט ליב ווי אזוי צדיקים לערנען אונז, און וואויל איז דעם וואס אפילו ער האט נאכנישט ליב ווי אזוי די תורה זאגט - דאך טוט ער רצון השם, ער ווייסט אז וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט און אזוי דארף מען טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1593 - ווי אזוי בארואיג איך זיך, נאך שווערע בזיונות וואס איך האב געליטן פון הפצה?
סיפורי צדיקים, חסידות ברסלב, הפצה, בזיונות, חב"ד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


פאר איך הייב אן וויל איך איבערבעטן דעם ראש ישיבה אויב איך בין צופיל מאריך במקום שאמרו לקצר. אין אמת'ן האב איך אסאך געטראכט צי איך זאל שרייבן מיין שאלה יעצט, ווייל איך וויל חלילה נישט שטערן פון די עבודת הקודש מיט וואס דער ראש ישיבה איז פארנומען וואס איז אסאך וויכטיגער פון מיינע נארישקייטן, נאכדערצו אין די יעצטיגע ערב פסח זמנים. אויב אבער דער ראש ישיבה וועט מיר קענען ענטפערן וועל איך זיך זייער פרייען.


דער ראש ישיבה האלט אודאי מיט אז עס גייט ארום א בילד ווי א איד, וואס ענדלט אין מיר, גייט נאך געלט ביי די הייזער אין קרוינהייטס, און עס איז צוגעשריבן "זייט געווארנט, ער איז א מיסיאנער וואס פארטיילט ביכער פון מוחמד". און זייט עס איז פארשפרייט געווארן האב איך באקומען אפאר טעלעפאן רופן פון מענטשן, צי עס איז טאקע איך אדער נישט.


וועל איך דערציילן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א דברים כהוויתן, איך בין געווען אין קרוינהייטס און איך האב געהאט ביי זיך ברסלב'ע ספרים, האב איך געקלערט אז ס'איז דאך ממש א שאד נישט מזכה צו זיין אידישע קינדער דערמיט, האב איך אריינגעקלאפט אין א הויז, געבעטן צדקה, און געוואלט געבן א ספר, נעמט זיך די פרוי שרייען אויף מיר, "דו ביזט נישט וועלקאם ביי אונז, נעם דיין גארביטש און גיי פון דא! אלע זענען שוין אנגעזאגט געווארן צו שטיין ווייט פון דיר, און נישט עפענען פאר דיר דעם טיר!"


כאטש וואס איך האב זיך אביסל דערשראקן, האב איך אבער געטון דאס וואס דער ראש ישיבה לערנט אויס, איך האב געשמייכלט, זיך אנטשולדיגט, און געגאנגען ווייטער צו אן אנדערע הויז. אבער ווי נאר איך בין אנגעקומען צום קומענדיגן הויז, איז מיר גוט געווארן, דער איד עפנט אויף די טיר, און אנשטאט צו אויסהערן וואס איך האב צו זאגן, נעמט ער ארויס זיין טעלעפאן, ער מישט און מישט, און ער ווייזט מיר א בילד פרעגנדיג, "איז דאס דו?", "קען זיין" - האב איך אים געענטפערט, "אהא, ווייל די געגנט איז אנגעווארנט געווארן נישט צו עפענען די טיר פאר דיר, ווייל דו גייסט נאך געלט פאר 'מיסיאנערן'!"


דא האב איך שוין געשפירט אז עס איז נישט אזוי פשוט ווי איך האב געמיינט, מען איז מיר חושד דא מיט אזעלכע שרעקליכע זאכן, און נאכדעם האב איך אנגעהויבן הערן אז זיי האבן עס פארשפרייט אויף אסאך פלעצער, און דאס האט מיר זייער וויי געטון און פארשעמט.


כאטש איך האב זיך ברוך ה' בארואיגט נאך א טאג צוויי, בין איך אבער דאך נאר א בשר ודם און איך וואלט געוואלט בעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר מחזק זיין אויף דעם.


אויך האב איך געוואלט וויסן אויב איך זאל רופן דעם איד צו דין תורה פאר'ן מיך מבזה זיין און ארומשיקן דעם בילד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת מצורע, שבת הגדול, ז' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו ביסט נישט דער ערשטער מפיץ וואס מען פארשעמט, און דו ביסט נישט דער איינציגסטער מפיץ אויף וועם מען שרייט די מיאוסע ווערטער "מיסיאנערן". דאס איז ליידער מעשים בכל יום וואס מען פארטרייבט די העלדישע מפיצים וואס גייען מיט מסירות נפש - מיט די מיאוסע ווערטער.


מיינע טייערע קינדער דערציילן מיר אלץ וואס מען זאגט ביי הפצה; פון איין זייט נעמט מען אזוי שיין, אזוי ווארעם, מענטשן דערקוויקן זיך מיט די חיזוק, פון די אנדערע זייט זענען דא וואס פארשעמען און אויך וואס שרייען די שרעקליכע ווארט מישינעריס.


דער חידוש איז אז אין קראונהייטס, דארט וואוינען חסידי חב"ד, ביי זיי איז דאך די זעלבע ווי ביי אונז, זיי זענען דאך עוסק אין יפוצו מעיינותיך חוצה, זיי טוען דאס זעלבע פון ברסלב; ביידע חסידות'ער האבן אלץ עוסק געווען אין הפצה, פארשפרייטן תורה וחסידות, דער חידוש איז אז דארט זאל מען שרייען די מיאוסע ווארט מישינעריס.


ברסלב און חב"ד האבן זיך אלץ זייער ליב געהאט, עס איז דא אזויפיל מעשיות ווי ברסלב אין חב"ד זענען געווען אזוי נאנט, זיך אלץ ליב געהאט; מן הסתם דער וואס האט געשריגן אויף דיר און געמאכט די גאנצע מעשה איז א דערביטערטער מענטש, און היינט איז א שנעלע וועלט, אין איין מינוט קען מען פארשעמען א צווייטן מסוף העולם ועד סופו.


פאר ברסלב'ע חסידים איז בזיונות א הון רב, מען קומט אפ אזויפיל שלעכטס דורך בזיונות. דעריבער בעט איך דיר זייער זאלסט זיך נישט צעברעכן, דו גיי ווייטער מיט די הייליגע ספרים, שטעל זיך נישט אפ פאר קיינעם, און ווען דו כאפסט א בזיון זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל דיר מוחל זיין אויף אלעס; בזיונות לייטערט אויס דעם מענטש, עס איז שטערקער פון תעניתים און סיגופים - די גרויסע עבודות פון צדיקים, מען דארף נאר אבער האבן אסאך כח צו קענען פארנעמען בזיונות, אויב מען דערהאלט זיך - ווערט מען אינגאנצן אויסגעלייטערט.


הער א מעשה וואס מוהרא"ש דערציילט, אין שטאט פרימישלאן האט געוואוינט א צדיק מיט'ן נאמען רבי מענדעלע פרימישלאנער זכותו יגן עלינו, ער איז געווען א תלמיד פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו. דארט אין שטאט האט אויך געוואוינט א שניידער וואס פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין און פארשעמען יעדן טאג אן אויפהער. רבי מענדעלע האט מקבל געווען די בזיונות באהבה.


איינמאל איז דער בעל שם טוב אנגעקומען אין פרימישלאן, זיין תלמיד רבי מענדעלע האט אים אויפגענומען מיט פרייד, און געמאכט פאר אים א גרויסע סעודה. פאר די סעודה האט רבי מענדעלע געבעטן פונעם שניידער: "יעצט איינמאל בעט איך דיר זאלסט מיר נישט פארשעמען פאר מיין רבי'ן, און אויב דו וועסט מיר דאס נישט צוליב טון, וועל איך מוזן צושפארן די טיר, און דיר נישט אריינלאזן".


דער שניידער האט זיך ארומגעדרייט און געזוכט א וועג אריין, ביז ער האט געטראפן איין קליין פענסטערל וואס איז געבליבן אפן, און ער האט אנגעהויבן אריינצושרייען מיט קולות אויף רבי מענדעלע, אלע מיני בזיונות, און רבי מענדעלע איז געווארן זייער פארשעמט דערפון.


ווען דער בעל שם טוב האט געפרעגט וואס דאס מיינט, האט ער דערציילט: "דאס איז דער שניידער פון שטאט, וואס פארשעמט מיר יעדן טאג. איך בין עס אייביג מקבל באהבה. אבער היינט האב איך אים געבעטן ער זאל מיר נישט פארשעמען פאר מיין רבי'ן, אבער ער האט דוקא יא געוואלט מיר פארשעמען".


האט דער בעל שם טוב געזאגט: "הלוואי וואלט איך געהאט אזא מענטש וואס זאל מיר פארשעמען יעדן טאג, אזוי ווי דו האסט זוכה געווען", ווייל די גרויסקייט פון איינעם וואס ליידט בזיונות, קען מען גארנישט אפשאצן.


דער רבי האט אונז געלערנט: "ענדערש זיין פון די נרדפים, ווי איידער זיין פון די רודפים". ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת פח:): "הַנֶּעֱלָבִים וְאֵינָם עוֹלְבִים", די וואס ווערן פארשעמט און זיי פארשעמען נישט צוריק, "שׁוֹמְעִין חֶרְפָּתָם וְאֵינָן מְשִׁיבִין", זיי הערן ווי מען שענדט זיי און ענטפערן נישט, "עוֹשִׂים מֵאַהֲבָה וּשְׂמֵחִים בְּיִסּוּרִים", זיי דינען דעם אייבערשטן מיט ליבשאפט און פרייען זיך מיט אלעס וואס דער אייבערשטער שטראפט זיי, אויף זיי זאגט דער פסוק (שופטים ה, לא): "וְאוֹהֲבָיו כְּצֵאת הַשֶּׁמֶשׁ בִּגְבוּרָתוֹ", לעתיד לבוא ווען משיח וועט קומען וועלן זיי שיינען דריי הונדערט און דריי און פערציג מאל שטערקער ווי די זון שיינט יעצט.


א פרייליכן ליכטיגן שבת.

#1592 - וואס זענען די מנהגים ביי די חומרא פון געבראקטס אום פסח
שמחה, מנהגים, פסח, חומרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אזוי ווי דא אין ארץ ישראל איז דא צו באקומען מילך אויף פסח מיט א הכשר פון בד"ץ עדה החרדית אז עס איז נישט אריין אין דעם קיין טראפ וואסער, איז א פראבלעם צו בראקן מיט דעם?


אויך וויל איך פרעגן וועגן "מצה בריי", מצה וואס ווערט געפרעגלט מיט נאך זאכן; ווען מען געבט אכטונג אז עס זאל נאר האבן אייער, אדער די ספעציעלע מילך, אן קיין טראפ וואסער, איז עס א פראבלעם פון געבראקטס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מצורע, ה' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ביי אונז איז מען זייער מקפיד נישט צו בראקן אום פסח, דער רבי האט אויך געהאט די חומרא. מוהרא"ש זאגט, די עיקר חומרא פון בראקן איז אז מען זאל נישט אריינלייגן מצה אין זופ אדער אין וואסער וכו', אבער שמירן פוטער אדער אוואקאדא וכו', אדער לייגן מצה אין זאכן וואס האבן נישט קיין וואסער - דאס איז נישט בראקן, דאס קען מען טון; מען קען דאס נישט אסר'ן.


מוהרא"ש זאגט, אפילו מיר זענען אויף דעם אויך מקפיד אבער פאר אנדערע קען מען נישט זאגן דאס נישט צו טון.


דאס ווייסטו אז דער רבי האט נישט געוואלט מיר זאלן זיך אריינטון די קאפ אין חומרות, נאר טון די מצוה מיט שמחה, זיך פרייען אז מען טוט דעם רצון פונעם אייבערשטן. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "גַּם מֵחָכְמוֹת שֶׁיֵּשׁ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בְּעַצְמוֹ צָרִיךְ לְהַרְחִיק מְאֹד", מען דארף זיך זייער היטן פון חכמות, "כִּי כָל אֵלּוּ הַחָכְמוֹת שֶׁל הָעוֹלָם שֶׁיֵּשׁ לְהַנִּכְנָסִין וּמַתְחִילִין קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֵינָם חָכְמוֹת כְּלָל, וְהֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּשְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים", די אלע חכמות וואס מען האט ווען מען הויבט אן דינען דעם אייבערשטן - דאס זענען בכלל נישט קיין חכמות, דאס זענען בלויז דמיונות, שטותים און קאפ דרייעניש, "וְאֵלּוּ הַחָכְמוֹת מַפִּילִין מְאֹד אֶת הָאָדָם מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", דאס מאכט אז דער מענטש זאל אפלאזן זיין עבודת השם, "דְּהַיְנוּ מַה שֶׁחוֹשֵׁב וְחוֹקֵר וּמְדַקְדֵּק בְּיוֹתֵר, אִם הוּא יוֹצֵא כָּרָאוּי בַּמֶּה שֶׁעוֹשֶׂה", דאס וואס מען טראכט צי מען איז יוצא די מצוה וואס מען טוט - צי נישט; מען איז מדקדק און מען האלט אין איין אריינטראכטן: 'אפשר בין איך נישט יוצא, אפשר בין איך יא יוצא', דאס אלעס ברענגט דערצו אז דער מענטש זאל אלעס אפלאזן רחמנא לצלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן טון די מצוות מיט שמחה, אריינלייגן אלע חומרות אין שמחה; זוכן אלע וועגן ווי אזוי צו זיין פרייליך.

#1591 - ווי אויז באקומט מען א רואיגקייט, אין א שרעקעדיגע צייט?
אמונה, ספרי ברסלב, פחדים, נייעס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אייך זייער שטארק מקנא, איך זע יעדעס מאל ווען עס איז פארהאן א שרעקעדיגע נייעס אויף די וועלט, קומט דער ראש ישיבה מיט אזא רואיגקייט און איז מסביר אז אלעס איז פון אייבערשטן. לעצטע וואך איז געווען א טעראר אטאקע אין צענטער פון בני ברק, ווען איך האב געהערט פון דעם איז מיר געווארן ביטער אז איך האב ממש נישט געקענט אנגיין, די קומענדיגע טאג הער איך אויפ'ן שיעור ווי דער ראש ישיבה רעדט מיט אזא רואיגקייט אז אלעס איז פונעם אייבערשטן און מען דארף פשוט מתפלל זיין, און אזוי ווייטער, דאס איז געווען ממש מעדיצין פאר מיר.


אפשר קען מיר דער ראש ישיבה ביטע זאגן ווי אזוי איך קען אויך באקומען אזא אמונה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מצורע, ה' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים און אין די הייליגע ספרים פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


די ספרים האבן אין זיך א כח אז מען איז זוכה דורכדעם צו אמונה ישרה דקדושה. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב סימן ח, אות ח): "כָּל הַמִּתְקָרְבִים לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, זוֹכִין לֶאֱמוּנָה יְשָׁרָה דִּקְדֻשָּׁה", אלע וואס ווערן מקורב צום צדיק באקומען א שטארק לויטערע אמונה. אזוי ווי מען זעט ביים בארג סיני, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קמו.), די אידן האבן זוכה געווען צו אזא הייליגקייט, עס איז געווען "פסקה זוהמתן" - נאר ווייל זיי האבן געהאט דעם צדיק משה רבינו. ווייל ווען מען איז מקורב צום צדיק איז מען זוכה ארויסצוגיין פון אלע דמיונות און פאלשע זאכן, מען באקומט א לויטערע אמונה, מען ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער, נישטא פון וואס מורא צו האבן, נישטא פון וואס צו ווערן דערשראקן; קיינער קען נישט חרוב מאכן די וועלט, קיינער קען נישט טון - נישט קיין גרויסע זאך און נישט קיין קליינע זאך, נאר דער אייבערשטער אליינס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.