שאלה אין קורצן ענין
#1690 - בין איך מחויב אריינצונעמען מיין שווער און שוויגער אויף שבת?
כיבוד אב ואם, הכנסת אורחים, שווער און שוויגער, משפחה, עלטערע יארן, זומער

תוכן השאלה‎

מיין שווער און שוויגער האבן אפגעמאכט צו קומען צו אונז אין אונזער קליינע פארשטופטע באנגעלאו אויף שבת, מיט מיין מאנ'ס הסכמה.


דער פראבלעם איז אז איך בין זייער זייער נישט באקוועם מיט די גאנצע זאך, איך פיל ווי סיי מיין שווער און סיי מיין שוויגער וועלן זיין אין מיין נאז א גאנץ שבת און זונטאג, עס נעמט אוועק מיין גאנצע פריוואטקייט, איך גיי דארפן שלאפן אין די קאך מיט א פורהאנג, איך וועל זיך נישט קענען דרייען באקוועמעהייט אין מיינע אייגענע ד' אמות, איך גיי שפירן ווי א פרעמדער גאסט אין מיין אייגענע שטוב, איך גיי זיין ווי א שטיקל מיסט, בלויז ווייל מיין מאן וויל געבן פאר זיינע עלטערן א שבת וואקאציע.


בין איך מחויב נאכאלץ צו מסכים זיין צו דעם, נאר ווייל מיין מאן וויל אזוי? ווען זיינע עלטערן זענען נעבן מיר, בין איך שוין גארנישט ווערד; איך בין א מענטש וואס דארף מיין רואיגקייט, מיין "ספעיס", און דא זאל איך זיך אריינלייגן אין א מצב ווי איך שפיר ווי איך האב נישט קיין לופט צו אטעמען? איך בין נישט באקוועם מיט זיי בכלל, און א קליינע באנגעלאו נאך אויך, וואס דארף איך טון? איך מעג אראפשטעלן קלאר אז איך בין נישט מסכים? איז עס גערעכט? איך טראכט אז מיין מאן קען מיך בכלל נישט פארשטיין. איך בין צעמישט אויב איך דארף זיך מוסר נפש זיין פאר דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר זענט נישט מחויב דאס צו טון, איר דארפט דאס נישט טון; די שאלה איז, וואס וועט זיין אין אפאר יאר ארום ווען איר וועט זיין די אלטע באבע און אייער מאן - דער זיידע, און איר וועט זוכן זומער א פלאץ וואו צו זיין; איר וועט זיך זיכער מחי' זיין אויב אייער קינד וועט זיך צאמקוועטשן פאר א שבת, אייך ארייננעמען און אייך מאכן באקוועם.


על פי הלכה קענט איר זאגן: "מיר האבן נישט קיין פלאץ", "עס האט נישט קיין פשט צו שלאפן אין קאך מיט א פירהאנג וכו' וכו'", אבער וואס טוט מען נישט פאר עלטערן... דאס לעבן איז דאך נאר אינטערעסאנט אז מען קען מחי' זיין די עלטערן; אפגערעדט אז דאס איז די גרעסטע חינוך, מען ווייזט פאר די קינדער ווי אזוי מען איז מכבד עלטערן, דאן וואקסן די קינדער אויף אזוי הייליג און אזוי געזונט; זיי וועלן אייך אויך מכבד זיין.


איך בין אזוי אויפגעוואקסן אלע מיינע יארן. מיינע עלטערן האבן אריינגענומען מיין באבע, מרת רחל לאה טייטלבוים עליה השלום, זי פלעגט איינשטיין א האלבע זומער ביי מיינע עלטערן; מיינע עלטערן האבן נישט געהאט א פלאץ, זיי האבן געהאט א פשוט'ע באנגעלאו, זיי האבן אוועקגעגעבן זייער שלאף שטוב פאר איר, און זיי האבן זיך אריינגעקוועטשט אינאיינעם מיט די קינדער. עס זענען געווען צוויי שלאף שטובער, די בעסטע שטוב האט מען איר געגעבן, און מיין טאטע שליט"א און מאמע תחי' האבן זיך אריינגעקוועטשט מיט די קינדער אין די צווייטע שטוב. עס איז געווען אזוי פרייליך אין שטוב, מען האט געשפירט די שכינה אין שטוב; עס איז אונז קינדער ניטאמאל איינגעפאלן אז דאס איז עפעס א זאך וואס אנדערע טוען נישט, מיר האבן געמיינט אז אלע טוען אזוי, מיר האבן געמיינט אז ביי אלע משפחות זענען די עלטערן דער עיקר פון די לעבן.


די שאלה איז, פארוואס דארף דאס זיין מסירות נפש? פארוואס זאל מען דאס נישט וועלן טון מיט שמחה?! עס וואלט ווען געדארפט זיין די גרעסטע שמחה אז די עלטערן קומען.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט ליב האבן די מצוה פון כיבוד אב ואם, איר זאלט לעבן מיט די מצוה - וועט איר זיך בכלל נישט דארפן מוסר נפש זיין, איר וועט הנאה האבן פון מכבד זיין די עלטערן, איר וועט האבן א זיסע לעבן.

#1689 - מעג א מאמע מיטנעמען דאס קליין אינגל ביים שווימען?
צניעות, חינוך הילדים, שווימען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן א קליין אינגל פון דריי יאר אלט, און מיין ווייב וויל אים מיטנעמען ווען זי גייט שווימען, ווייל עס קומען דארט קאזינס אין זיין עלטער, ער האט כמעט נישט קיין אינגלעך קאזינס אין זיין עלטער נאר מיידלעך און ער שפילט מיט זיי, און ווען מיין ווייב נעמט אים מיט ביים שווימען קען ער דארט שפילן מיט די קאזינס, און ער האט הנאה. אויב אבער וועל איך אים מיטנעמען מיט מיר, וועט ער נישט האבן צופיל מיט וועמען צו שפילן דארט. מיר ווילן אבער וויסן אויב עס איז אויסגעהאלטן פאר מיין ווייב אים מיטצונעמען מיט זיך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זיכער נישט כדאי צו נעמען א אינגל פון דריי יאר אלט ביים ים וואו פרויען שווימען; קענסט אים נעמען ווען די מענער גייען שווימען, אבער נישט ווען די פרויען גייען שווימען.


ביי אונז איז מען מקפיד אפילו אויף גאר קליינע אינגלעך זיי זאלן אויסוואקסן הייליג און ריין; אפילו קינדער וואס קענען נאכנישט רעדן - זעען אויך, און אויב זיי זעען א נישט גוטע בילד מאכט דאס אויך א פלעק אויף זייער הייליגע נשמה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1688 - פארוואס זאל מיין ווייב נישט טארן אנטון א שייטל?
צניעות, קדושה, קליידער, מורה דרך, משפחה, מנהגים, שמירת עינים, שייטל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים, עס העלפט מיר גאר גאר אסאך, כאטש איך בין נישט אפיציעל א ברסלב'ער, דאך הער הערן די שיעורים כסדר, און איך שעפ פון זיי גאר אסאך עצות און חיזוק, און עס האט מיר שוין אסאך צוריק געהאלטן פון עבירות. דאס שרייב איך פשוט אז איר זאלט וויסן אז אייערע שיעורים טוען אויף באהאלטענערהייט אפילו ביי אזעלכע וואס זענען נישט אפיציעל דערקלערט ברסלב.


וויבאלד ממש יעדע נושא אין אידישקייט וואס איר רעדט דערוועגן, הער איך אין דעם אזא געוואלדיגע קלארע דעת תורה וואס איך הער נישט פון קיינעם, עס קלארט מיר אויס אזויפיל בלבולים וואס דרייט זיך מיר אין קאפ, דערפאר וויל איך פרעגן איבער אן ענין וואס שטערט מיר שוין גאר א לאנגע צייט, און דאס איז בנוגע דאס וואס איך וויל זייער אז מיין ווייב זאל גיין מיט א הוילע שייטל.


אין מיין סביבה בכלל, און אין מיין משפחה בפרט, איז זייער שטארק די צוגאנג אז די פרויען מען מוז גיין אזוי ווי די מאמע, עס איז ממש ווי די עשרת הדברות, און עס איז ווי א לעבל אויף די משפחה, "אונז" גייען אזוי, און גיין אנדערש פילט זיך ווי די גרעסטע עבירה אין די תורה, און אין די זעלבע צייט ביי די שכינים ידידים און אנדערע, וואס "זיי" גייען מיט א הוילע שייטל אדער ווייניגער צוגעדעקט, איז עס כשר וישר, און זיי זענען טאקע יראים ושלימים, אבער ווייל זייער באבע איז מיט פופציג יאר צוריק אזוי געגאנגען האבן זיי א גרינגערע תורה, און אלץ איז אין בעסטן ארדענונג, און איך וואס מיין באבע האט דעמאלט געוואלט זיין פרומער און זיך צודעקן איז דאס שוין געווארן א חיוב גמור אויף אלע דורות ווייטער, און אויב מ'טוישט איז מען שוין "אפגעפארן" אדער געפאלן? איך פארשטיי נישט ווי אזוי דאס ארבעט, עס זעט נישט אויס ריכטיג אין מיינע אויגן. פארוואס דארף איך זיך מער פלאגן מיט שמירת עינים ווייל מיין באבע האט אזוי געטון?


מען רעדט דאך פון א זאך וואס די גדולי ישראל נאכ'ן קריג האבן בפירוש נישט אויסגעשלאסן. און ווען איך וואלט נישט געקומען אין קאנטאקט מיט אזעלכע וואס גייען אויפגעדעקט וואלט עס נישט געצויגן אזוי שטארק, עס וואלט געווען גרינג מסיח דעת זיין דערפון, אבער למעשה האלט איך אין איין באמערקן, אפילו מיט'ן פרובירן צו האבן שמירת עינים באמערקט איך עס, עס מאכט מיר שווערע נסיונות.


איך ווייס נישט וואס צו זאגן פאר זיך אליין, איך פרעג זיך אליין פארוואס קומט זיך מיר נישט די הנאה פון מיין ווייב? פארוואס זאל מיין ווייב נישט גיין אנגעטון אויף א וועג אז איך זאל נישט דארפן קוקן אויף אנדערע? מה פשעי אז יענער קען האבן די הנאה און נאך זיין אפילו א חסידישער היימישער יונגערמאן און ביי מיר וועט דאס זיין די ערגסטע עבירה און איך בין א פאדארבענער מענטש פאר'ן עס נאר וועלן.


ווען עס וואלט זיך גערעדט פון אן איסור גמור וואס איך זע ביי יענעם, כאטש עס קען אויך מאכן קנאה ותאוה, ווייס איך כאטש וואס צו זאגן צו זיך אז דאס איז אן איסור און נעבעך אויף יענעם וואס פירט זיך נישט ערליך, אדער אפילו ווען עס רעדט זיך פון א חומרא מיט א קלארע מסורה, ווי למשל נישט צו לאזן די אייגענע האר, כאטש וואס עס איז יא דא געוויסע חסידישע וואס לאזן נאך פון דעם, און ממילא קען זיין א רייץ זיך נישט צו שערן, קען איך זיך אבער שטארקן אויף דעם, ווייל איך ווייס אז מיר גייען נאך די מסורה וואס ערליכע אידן האבן געהייסן און זיי האבן געוואוסט וואס איז גוט פאר אונז, איך ווייס פארוואס איך טו דאס, איך טו עס פאר'ן אייבערשטן, נישט פאר מיין מאמע, שוויגער, און אזוי ווייטער, אבער ביי די נושא וואס הערשט אזא צעמישטקייט אין די גאנצע זאך, עס ווענדט זיך נאר מיט די וועג פון "אונזער משפחה" אבער בעצם איז עס נישט קיין שום איסור, הייסט עס אז איך טו עס נאר ווייל איך אין מיינע אומשטענדן בין מער באגרעניצט, ווייס איך נישט ווי אזוי זיך מחזק צו זיין.


איך שטעל זיך פאר אז פאר אסאך מענטשן מאכט זיי נישט אויס אזוי שטארק אזוי צו אזוי, אבער ביי מיר איז אנדערש, עס ציט מיר יא שטארק די סארט שיינקייט פון א הוילע שייטל, עס מאכט מיר אסאך צער גאר אפט און איך קען נישט אויסגראדן מיינע מחשבות. איך האב שוין גאר אסאך מאל פרובירט צו מסיח דעת זיין פון דעם אבער אלץ קומט עס צוריק און עס שטערט מיר שטארק. איך קען נישט זען וועם אנדערש צו רעדן וועגן דעם. איך האב פרובירט צו זוכן אין פריערדיגע בריוו צו באקומען א קלארקייט איבער די נושא פון גיין מיט א הוילע שייטל, אבער איך האב נישט געטראפן וועגן דעם.


איך בעט אנטשולדיגונג פאר'ן אייך מטריח זיין, און איך האף צום אייבערשטן איר זאלט זיין דער גוטער שליח און איך זאל באמת גענצליך באפרייט ווערן פון דעם גלות הנפש.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת דברים, ז' אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישטא קיין כלל ביי דעם. איך ווייס פעלער ביי אנשי שלומינו וואס זענען געקומען צו מוהרא"ש פרעגן אויב זיי קענען זיך אנטון אנדערש פון זייער משפחה, א טייל האט מוהרא"ש מדריך געווען אויף יא; מוהרא"ש האט זיי פונקטליך מדריך געווען ווי אזוי זיי זאלן דאס טון, ווי לאנג די שייטל זאל זיין וכו'. אזוי אויך זענען געווען משפחות וואס האבן זיך געוואלט אויסטון די צודעק פונעם שייטל און מוהרא"ש האט זיי מדריך געווען אז זיי קענען דאס טון. און אויך ווייס איך קלארע מעשיות וואס מוהרא"ש האט גע'עצה'ט נישט אויסטון די טיכל, גארנישט משנה זיין, נאר בלייבן מיט די לבוש אזוי ווי די מאמע גייט; דעריבער איז ראטזאם איר זאלט אריבער גיין צו אייער מורה דרך, אדער דיין וועם איר פרעגט אייערע שאלות, און ער וועט אייך מדריך זיין ווי אזוי איר זאלט זיך פירן.


דאס וויכטיגסטע זאך אין לעבן איז האבן א מורה דרך, אן ערליכער איד - וועמען מען פרעגט ביי יעדע טריט און שריט ווי אזוי זיך צו פירן. מען קען גיין מיט א טיכל, מען קען גיין מיט א שייטל; אויב מען לעבט אן א מורה דרך, מען האט נישט קיין וועג ווייזער א דיין אדער רב וכדומה וועם מען פרעגט און מען פאלגט - איז מען א הפקר מענטש און די קינדער וועלן זיך נישט האלטן אויף די אידישע וועג, און אז מען האט א מורה דרך, מאן און ווייב ביידע אינאיינעם האבן אן ערליכער איד וועם מען פרעגט - דאן איז גוט פאר זיי און גוט פאר זייערע דורות.


דעריבער זאלט איר פרעגן אייער רב, אייער דיין - וואס איר זאלט טון, ווי אזוי איר זאלט זיך פירן.


איין קליינע באמערקונג, דאס וואס דו שרייבסט: "פארוואס זאל מיין ווייב נישט גיין אנגעטון אויף א וועג אז איך זאל נישט דארפן קוקן אויף אנדערע? און פארוואס דארף איך מיך מער פלאגן מיט שמירת עיניים ווייל מיין באבע האט זיך אנגעטון א טיכל נאכן קריג?"


וויסן זאלסטו, ווי אזוי דיין ווייב וועט נאר גיין אנגעטון - וועסטו דארפן ארבעטן אויף שמירת עיניים, ווייל די אינגעלייט וואס זייערע ווייבער גייען אנגעטון מיט א שייטל - דארפן אויך ארבעטן אויף שמירת עיניים, די האבן אויך שווערע ביטערע נסיונות. פאר דיר דאכט זיך יעצט אז אויב דיין ווייב וואלט ווען געהאט א שייטל וואלט דיר געווען גרינגער, עס איז נישט אזוי; עס וועט דיר נישט קיין סאך העלפן אויף שמירת עיניים ווי אזוי דיין ווייב וועט זיך אנטון, אז דו ווילסט האבן ריינע אויגן - דארפסטו היטן דיינע אויגן, מוהרא"ש ברענגט א מאמר החכם: "אין חוצץ בפני התאוה כעצימת העינים" (עיין ספר חסידים, סוף סימן י), די בעסטע עצה צו באזיגן די תאוה איז אז מען זאל פארמאכן די אויגן.


דעריבער בעט איך דיר זייער, היט דיינע אויגן, אזוי וועסטו זיין צופרידן מיט דיין ווייב, מיט דיין לעבן; דו וועסט ווערן א גרויסער צדיק. די הייליגע חכמים זאגן (ירושלמי ברכות א, ה) דער אייבערשטער זאגט: "אִי יְהַבְתְּ לִי לִיבָּא וְעֵינָא, אֲנָא יָדַע דְּאַתְּ לִי", אז דו געבסט מיר דיין הארץ מיט דיינע אויגן - ווייס איך אז דו ביסט מיינער; ווייל חס ושלום אויב מען איז מפקיר די אויגן, מען קוקט עבירות - ווערט מען א חסר דעה, מען ווערט משוגע. אזוי ווי עס שטייט (דברים כח, לד): "וְהָיִיתָ מְשֻׁגָּע מִמַּרְאֵה עֵינֶיךָ אֲשֶׁר תִּרְאֶה", מוהרא"ש טייטשט, דאס מיינט מען אז דער וואס היט נישט די אויגן - ווערט משוגע רחמנא לצלן, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לו; עיין קיצור לקוטי מוהר"ן חלק א' סימן ס, אות ה): "רוב משוגעים ווערן משוגע פון תאות ניאוף".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1687 - דארף מען גיין שבת אינדערפרי מיט'ן שטריימל אין שול?
שבת קודש, שמחה, בגדי שבת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב נישט די ווערטער אויסצודרוקן מיין הכרת הטוב צום ראש ישיבה שליט"א וואס באלייכט די אויגן פון טויזנטער אידן מיט די שיין פון הייליגן רבי'ן, און איך האב אויך די זכי' נהנה זיין פון דעם גרויסן אור.


איך ווייס וויפיל דער ראש ישיבה רעדט אזוי סאך איבער אויסגעבן געלט פאר נארישקייטן ביי חתונות, אבער ביי אונזער קהלה האבן אסאך בחורים זיך איינגעקויפט שיינע און טייערע שטריימלעך לויט די היינטיגע מאדעס און איך צווישן זיי.


שבת אינדערפרי קומט מיר אן גאר שווער צו גיין מיט די שטריימל אין שול, ווייל עס ווערט קאליע אום זומער פון די שטארקע זון דא אין ארץ ישראל, און אום ווינטער פון די רעגן. מיין טאטע און מיינע עלטערע ברידער שרייען כסדר אויף מיר אז דאס איז נישט אויסגעהאלטן, נאר די ליידיגייער גייען אזוי, איך שפיר ווי זיי רייסן מיר אראפ.


פון איין זייט וויל איך זיך בייגן צו זיי און יא גיין מיט'ן שטריימל שבת צופרי, אבער פון די אנדערע זייט לאזט מיר נישט מיין הארץ קאליע מאכן מיין שיינע שטריימל. ביטע אויב דער ראש ישיבה קען מיר א עצה געבן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת דברים, ז' אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די זאך פון טראגן א שטריימל האט דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו מתקן געווען ווען ער האט געזען וואס די פריצים טוען מיט אידישע קינדער, זיי פלעגן נעמען א איד און חוזק מאכן, אים אנטון א הויט פון א חי' און געהייסן טאנצן, די פריצים זענען געזיצן אין קרעטשמע גע'שיכור'ט און געהוליעט, און דער צעבראכענער גלות איד האט געדארפט טאנצן ווען אלע לאכן פון אים; האט דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו געמאכט פון דעם א שיינע לבוש פאר שבת קודש.


גיי שבת מיט'ן שטריימל אין שול, אפילו עס ווערט אויסגענוצט; יעדע בגד וואס מען טוט אן ווערט אויסגענוצט, פאר דעם צוועק קויפט מען דאס, עס זאל זיך אויסנוצן; וואס דארפסטו דעם שטריימל אויב דו גייסט נישט מיט דעם, סתם צו האבן א שיינע שטריימל זאלן ליגן אין שטריימל האלטער?


דער עיקר זאלסטו זיך פרייען שבת. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "צָרִיךְ לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת", שבת דארף מען זיין זייער פרייליך; זינג און טאנץ מיט דיינע קינדער. ווען קינדער זעען א פרייליכע שטוב שבת - ווילן זיי בלייבן ערליכע אידן; דאס איז דער עיקר, דאס איז וויכטיגער פון אלעמען, וויכטיגער פון א שיינע שטריימל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1686 - אז איך זאג פאר א בחור צו זאגן משניות, בין איך אין שאול תחתית?
קדושה, חסידות ברסלב, הפצה, בחור, ישיבה, התנגדות, משניות, לצנות, וויכוחים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך לערן אין א ברסלב'ע ישיבה, און איך האב יעצט ברוך ה' זוכה געווען מקרב צו זיין נאך א בחור צו די עצות פון הייליגן רבי'ן, איך האב גערעדט צו אים איבער דעם סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, און ער האט אנהויבן זאגן משניות יעדן טאג, ער האט אנגעהויבן ממש צו לעבן.


ווען דער משגיח האט עס אבער באמערקט איז ער געווארן זייער בייז, ער האט אים צורופן און אנגעהויבן זאגן אז דאס הייסט נישט געלערנט, אלע משפיעי אנ"ש זאגן אז נישט דאס האט דער רבי געמיינט, און אזוי ווייטער פרובירט ער אויף אלע וועגן אפצורעדן דעם בחור.


ער איז אבער נאכנישט צופרידן מיט דעם, יעצט הייבט ער אן רעדן אויף מיר, ער זאגט אויף מיר, "ער איז א נעבעך, ער ליגט אין שאול תחתית, ער ליגט אין ביטערע עבירות, און עס איז אים שווער צו זיין אליין שלעפט ער מיט נאך בחורים מיט אים דורך דעם וואס ער רעדט זיי איין צו זאגן משניות, אין אויך דיר וויל ער מיטשלעפן, געב אכטונג פון אים, דו ביסט נאך אין אנהויב, ביסט נאכנישט אריינגעפאלן אזוי טיף אין תהום ווי ער, ראטעווע זיך יעצט פאר עס איז צו שפעט". די ווערטער האט דער משגיח אים געזאגט אויף מיר.


איך קען עס ממש נישט פארשטיין און עס טוט מיר זייער וויי. אז איך זאג משניות, בין איך אין שאול תחתית?! אז איך זאג פאר א צווייטן בחור צו זאגן משניות, שלעפ איך אים אריין אין תהום?! וואו איז געהערט געווארקן אזוינס? זעט אויס אז איך דארף גיין נאך מער הפצה.


איך וועל זיך פרייען צו באקומען אביסל חיזוק אויף הפצה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת דברים, ז' אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האב נישט מורא פון קיינעם, דו רעד צו וואס מער בחורים פון סדר דרך הלימוד; די זקנים אין ברסלב וואס רעדן קעגן דעם סדר דרך הלימוד פון רבי'ן - פון זיי זאלסטו זיך גאר ווייניג צוטון מאכן, אויף זיי זאגן חכמינו זכרונם לברכה (קנים ג, ו): "זִקְנֵי עַם הָאָרֶץ, כָּל זְמַן שֶׁמַּזְקִינִין, דַּעְתָּן מִטָּרֶפֶת עֲלֵיהֶן", ווי עלטער זיי ווערן - ווערן זיי מער נאריש, ווידער "זִקְנֵי תוֹרָה אֵינָן כֵן", די וואס לערנען, ווי עלטער זיי ווערן - "דַּעְתָּן מִתְיַשֶּׁבֶת עֲלֵיהֶן", ווערן זיי מער באזעסן.


טענה נישט מיט קיינעם און זיכער נישט מיט די וואס פאררופן זיך ברסלב'ער און זיי שפעטן פון רבינ'ס סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו). מוהרא"ש זאגט, רבי לוי יצחק בענדער זכרונו לברכה האט געזאגט פאר א בחור וואס איז געקומען פרעגן וואס צו טון מיט די לצים וואס שפעטן אויפ'ן סדר דרך הלימוד, האט ער געזאגט פאר דעם בחור: "דו טענה נישט מיט קיינעם, ווען איינער קומט שפעטן, זאג אים 'איך ווייס גארנישט, איך ווייס נאר איין זאך, דער ברסלב'ער רבי האט מיר געזאגט איך זאל זאגן די ווערטער פון די תורה, מער פון דעם ווייס איך נישט, איך טענה נישט, איך פאלג, איך טו וואס מיין רבי - דער ברסלב'ער רבי - האט מיר געלערנט'".


קוק ווערטער פון רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן עו): "טוֹב לִלְמֹד בִּמְהִירוּת וְלִבְלִי לְדַקְדֵּק הַרְבֵּה בְּלִמּוּדוֹ רַק לִלְמֹד בִּפְשִׁיטוּת בִּזְרִיזוּת, וְלִבְלִי לְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ הַרְבֵּה בִּשְׁעַת לִמּוּדוֹ מֵעִנְיָן לְעִנְיָן, רַק יִרְאֶה לְהָבִין הַדָּבָר בִּפְשִׁיטוּת בִּמְקוֹמוֹ", עס איז גוט מען זאל זיך צוגעוואוינען צו לערנען שנעל און נישט מדקדק זיין צופיל בשעת מען לערנט, נאר זען צו פארשטיין דעם פשטות הפשט, "וְאִם לִפְעָמִים אֵינוֹ יָכוֹל לְהָבִין דָּבָר אֶחָד, אַל יַעֲמֹד הַרְבֵּה שָׁם וְיַנִּיחַ אוֹתוֹ הָעִנְיָן וְיִלְמַד יוֹתֵר לְהַלָּן", און אויב מען פארשטייט נישט זאל מען נישט פארברענגען אסאך צייט אויף דעם ענין, ענדערש זאל מען גיין ווייטער, "וְעַל פִּי הָרֹב יֵדַע אַחַר כָּךְ מִמֵּילָא מַה שֶּׁלֹּא הָיָה מֵבִין בִּתְחִלָּה, כְּשֶׁיִּלְמַד כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת לְהַלָּן יוֹתֵר", און אז מען לערנט אסאך וועט מען שפעטער פארשטיין וואס מען האט פריער נישט אזוי גוט פארשטאנען.


נאכדעם ברענגט רבי נתן אז דער רבי האט געזאגט: "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", אפילו מען פארשטייט גארנישט זאל מען זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, מען זאל נאר זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ, מַה בְּכָךְ?" און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל, און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'לִגְּמוֹר, וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר 'גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה'", ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן, אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל, וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.


רבי נתן זאגט דארט ווייטער: "וְדִבֵּר הַרְבֵּה מְאֹד בְּעִנְיָן זֶה, וְאִי אֶפְשָׁר לְבָאֵר דְּבָרִים אֵלּוּ בִּכְתָב הֵיטֵב, אֲבָל בֶּאֱמֶת הוּא דֶּרֶךְ עֵצָה טוֹבָה מְאֹד בְּעִנְיַן הַלִּמּוּד, כִּי עַל יְדֵי זֶה יְכוֹלִים לִזְכּוֹת לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, לִגְמֹר כַּמָּה וְכַמָּה סְפָרִים, וְגַם יִזְכֶּה לְהָבִין הַדְּבָרִים יוֹתֵר, מֵאֲשֶׁר הָיָה לוֹמֵד בְּדִקְדּוּק גָּדוֹל, כִּי זֶה מְבַלְבֵּל מְאֹד מִן הַלִּמּוּד", דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין, ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין; ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, "וְכַמָּה בְּנֵי אָדָם פָּסְקוּ מִלִּמּוּדָם לְגַמְרֵי עַל יְדֵי רִבּוּי הַדִּקְדּוּקִים שֶׁלָּהֶם, וּמְאוּמָה לֹא נִשְׁאַר בְּיָדָם", זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו'.


"אֲבָל כְּשֶׁיַּרְגִּיל עַצְמוֹ לִלְמֹד בִּמְהִירוּת כַּנִּזְכָּר לְעֵיל, בְּלִי דִּקְדּוּקִים הַרְבֵּה, הַתּוֹרָה תִּתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, גְּמָרָא וּפוֹסְקִים כֻּלָּם, וְתַנַ"ךְ וּמִדְרָשִׁים וְסִפְרֵי הַזוֹהַר וְקַבָּלָה, וּשְׁאָר סְפָרִים כֻּלָּם", אבער אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט ער זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך, און ער וועט לערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים, און זוהר הקדוש, "וּכְבָר מְבֹאָר שִׂיחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁטּוֹב לָאָדָם שֶׁיַּעֲבֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", אזוי ווי דער רבי האט געוואלט אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה, עיין שם.


אזוי זאלסטו טון, טענה נישט מיט קיינעם; די אלע וואס טענה'ן - ביים סוף לאזן זיי אלעס אפ, זיי קילן זיך אפ. רבי נתן האט געזאגט: "די אלע וואס האבן זיך גע'טענה'ט - האבן זיך נישט דערהאלטן".


רעד צו נאך און נאך בחורים זיי זאלן לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, האב נישט מורא פון קיינעם. עס איז א רחמנות אויף בחורים, זיי גייען אראפ פון זין, זיי ווייסן נישט וואס צו טון; פון איין זייט ברענט אין זיי תאוות ניאוף, זיי פאלן נעבעך אין פגם הברית רחמנא לצלן, און פון די אנדערע זייט יאגט מען זיי אין ישיבה זיי זאלן לערנען; זיי האבן נישט קיין מח, זיי האבן נישט קיין כח, ווייל די עבירה פון פגם הברית רייסט אויס דעם מח, מען קען זיך מער נישט קאנצעטרירן, נאר דער דרך הלימוד וועט זיי העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1685 - פארוואס נעמט איר זיך אן פאר די עלטערן קעגן די קינדער?
כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם האב איך געוואלט זיך באדאנקען פאר אלע שיעורים און חיזוק, דאס אז איך האב שלום בית איז נאר בזכות דעם ראש ישיבה, איך און מיין ווייב מיט די קינדער לעבן מיט'ן אייבערשטען; דאס אז איך מאך אויף א אידיש ספר יעדן טאג, איך בין מעביר סדרה מיט רש"י, ח"י פרקים משניות, עטליכע דפים גמרא, איז נאר בזכות דעם ראש ישיבה; אלס בחור פלעג איך לערנען גאנצע נעכט אבער נאך מיין חתונה האב איך ממש נישט אויפגעמאכט קיין ספר; און אזוי ווייטער קען איך אויסרעכענען פילע זאכן וואס מיין לעבן איז גוט געווארן בזכות די שיעורים.


און יעצט צו מיין שאלה, איך הער דעם ראש ישיבה'ס שארפע שיעורים איבער כיבוד אב ואם, און איך טראכט צו זיך אז אויב דער ראש ישיבה וואלט מיטגעמאכט מיט זיין טאטע דאס וואס איך האב מיטגעמאכט אינדערהיים, וואלט דער ראש ישיבה ענדערש מער מחזק געווען די בחורים וואס ליידן פון זייערע עלטערן, דער ראש ישיבה וואלט אנשטאט דעם געגעבן די שארפע שיעורים פאר די טאטעס.


יארן לאנג פלעג איך זיצן כמעט ביי יעדע שבת'דיגע סעודה אין מיין שלאפצימער אין דארט וויינען, ווייל מיינע עלטערן פלעגן מיך רצח'נען, שלאגן, און פארשעמען. איך פלעג זיך עפעס אמפערן מיט מיין ברודער, און זיי האבן נאר מיך אנגע'הרג'ט די ביינער און זיי האבן אים פשוט מער ליב געהאט פון איך.


איך פלעג האבן א באזונדערע הנאה אויסצוטון מיין קאפל, ווייל איך האב נישט געוואלט האבן שייכות מיט עפעס וואס האט שייכות מיט מיינע עלטערן.


היינט פיר איך זיך אויף מיט דרך ארץ צו מיינע עלטערן, נאר א דאנק דעם ראש ישיבה'ס חיזוק אויף דעם, אבער בעצם פיל איך אפשר וואלט איך זיי געדארפט פארהאלטן אז איך בין געבליבען א בעל מום בנפש ביז'ן היינטיגן טאג און איך לייד פון דעם צוליב זייער אכזריות, אזוי ווי מהרא"ש האט מסביר געווען ביים הספד אויף לייבי קלעצקי ע"ה אז ווען מען צעברעכט און רצח'ט א קינד בלייבט ער א בעל מום בנפש און אפגע'שחט'ן פאר זיין גאנץ לעבן. אויך פלעג איך זוכן צו באקומען ליבשאפט פון אנדערע קינדער אויף נישט געזונטע וועגן, ווייל איך האב נישט באקומען קיין שום ליבשאפט אינדערהיים.


דאס אז איך בין היינט נאך ביים זינען, דאס וואס איך בין נאך היינט ביים אייבערשטן, איז נאר ווייל דער אייבערשטער האט אויף מיר רחמנות געהאט און מיר געשיקט א קארטל מיט די נומער פונעם "קול ברסלב" טעלעפאן ליין, און איך האב אנגעהויבן הערן שיעורים פונעם ראש ישיבה, וואס נאר דאס האט מיר געשטעלט אויף די פיס.


חז"ל זאגן אין מסכת קידושין אז א טאטע וואס טוט פארשידענע זאכן צום קינד, איז עובר אויף לפני עור לא תתן מכשול, ווייל דער טאטע מיט זיין אכזריות און שלעכטע מידות צווינגט דאס קינד צו זיין א מחוצף קעגן אים.


פארוואס איז דאס קינד אן אויסוואורף ווען ער פרובירט צוריק צו ענטפערן זיינע עלטערן? אפשר ביי דעם גייט אן הבא להרגך השכם להרגו?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פנחס, כ' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט פארוואס איז דאס קינד אן אויסוואורף ווען ער ענטפערט צוריק זיין טאטע? ווייל די תורה זאגט (שמות כ, יא): "כַּבֵּד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶּךָ", די תורה זאגט (ויקרא יט, ג): "אִישׁ אִמּוֹ וְאָבִיו תִּירָאוּ", מען דארף מורא האבן פון טאטע און מאמע; מען טאר זיי נישט ענטפערן, מען דארף מורא האבן פון זיי.


אז מען האט א טאטע מאמע וואס שרייען און פייניגן - האבן די קינדער נישט קיין רעכט צו מזלזל זיין אין זיי; מען טאר נישט ענטפערן פאר א טאטע, זאל דער טאטע שרייען, שלאגן און שפייען אויפ'ן קינד - טאר מען נישט פארשעמען דעם טאטן, מען דארף שווייגן און דאס אננעמען.


ווייסטו בכלל אז עס איז דא שלחן ערוך אויף הלכות כיבוד אב ואם? לאמיר לערנען אינאיינעם הלכות כיבוד אב ואם, דער הייליגער שלחן ערוך פרעגט (יורע דעה סימן רמ, סעיף ג): "עד היכן מוראם?" ביז וויפיל דארפן קינדער ליידן פון עלטערן, זיי נישט ענטפערן און נישט פארשעמען? זאגט דער מחבר: "היה הבן לבוש חמודות" אפילו ווען דער קינד גייט אנגעטון שיינע קליידער, "ויושב בראש הקהל" און ער איז גאר דער ראש הקהל, "ובאו אביו ואמו וקרעו בגדיו" און זיין טאטע אדער מאמע קומט און צערייסט אים זיינע שיינע קליידער, "והיכוהו על ראשו" זיי שלאגן אים אין קאפ, "וירקו בפניו" זיי שפייען אויף אים, "לא יכלים אותם" טאר מען זיי נישט פארשעמען, "אלא ישתוק" מען דארף שווייגן, "ויירא מן מלך מלכי המלכים שציוהו בכך" און מורא האבן פונעם אייבערשטן וואס האט אונז געהייסן מורא האבן פון זיי; דער אייבערשטער הייסט אונז מורא האבן אפילו ווען די עלטערן פייניגן, אפילו ווען די עלטערן זענען נישט קיין געזונטע; קינדער טארן נישט רעדן קעגן עלטערן, זאל זיין וואס זאל זיין.


קיינער בארעכטיגט נישט די עלטערן וואס זענען אכזרים צו די קינדער, און אויב קינדער האבן עלטערן וואס פירן זיך אויף מיט אכזריות, וואס געווענליך מאכט זיך דאס ביי עלטערן וואס זענען נישט געזונט גייסטיש, ביי דעם זאגט אונז די הייליגע תורה פינקטליך וואס צו טון און ווי אזוי זיך צו פירן, דער מחבר זאגט (שם, סעיף י): "מי שנטרפה דעת אביו או אמו" אויב די עלטערן זענען נעבעך בארירט געווארן, "משתדל לנהוג עמהם" דארפן די קינדער פרובירן זיי מכבד זיין, "כפי דעתם" לויט זייער וועג, "עד שירוחם עליהם" ביז דער אייבערשטער וועט זיך מרחם זיין אויף זיי, "ואם אי אפשר לו לעמוד" און אויב איז נישט מעגליך צו זיין מיט זיי, "מפני שנשתגעו ביותר" ווייל זיי זענען זייער שטארק נישט ביים זינען, "ילך לו ויניחם" זאלן די קינדער אוועקגיין פון זיי, "ויצוה לאחרים לנהגם כראוי" און די קינדער זאלן בעטן אנדערע זאלן זיי באדינען.


וואויל איז דעם וואס פירט זיך אויף מיט דרך ארץ צו די עלטערן, וועט ער עסן די פירות, די גוטע שכר - אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1684 - מעג מען טרינקען סאדע וואס האט נאר אן אה-יו (ou) הכשר?
כשרות, עסן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מעג מען טרינקען סאדע וואס האט נאר אן אה-יו (ou) הכשר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פנחס, כ' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דא האסטו א בריוו פון מוהרא"ש, וואו ער זאגט מען זאל נאר טרינקען און נאר עסן מיט גוטע הכשרים:


בְּעֶזְרַת הַשֵׁם יִתְבָּרַךְ, יוֹם ה' לְסֵדֶר וַיְחִי, עַשָׂרָה בְּטֵבֵת ה'תשע"ב


שָׁלוֹם וּבְרָכָה אֶל הָאַבְרֵךְ ... נֵרוֹ יָאִיר


אִיךְ הָאבּ דֶערְהַאלְטְן דַיין לַאנְגֶען בִּיטֶערְן בְּרִיוו.


אִיךְ מוּז מְקַצֵר זַיין, וָוארוּם אִיךְ פַאסְט זֵייעֶר שְׁוֶוער וְכוּ'.


בְּעִנְיָן מַאֲכָלוֹת אַסוּרוֹת וְכוּ', דַארְף מֶען זֵייעֶר זֵייעֶר אַכְטוּנְג גֶעבְּן הַיינְטִיגֶע צַייטְן נִישְׁט קוֹיפְן קַיין שׁוּם מַאֲכָל וָואס עֶס הָאט אוֹיף דֶעם אַ חֲשַׁש דְחֲשַׁשׁ וְכוּ', אַ סָפֵק אוּן אַ סָפֵק סְפֵיקָא וְכוּ' פוּן עֶפֶּעס אַן אִיסוּר פוּן מַאֲכָלוֹת אֲסוּרוֹת, הַיינְטִיגֶע צַייטְן אִיז נִישְׁטָא קַיין תֵּירוּץ צוּ קוֹיפְן אַ מַאֲכָל אַבִּי וָואס וְכוּ' אֲפִילוּ מִיט אַן הֶכְשֵׁר פוּן "אָהּ יוּ" OU וָואס דָאס אִיז בַּאוואוּסְט נָאר אַן הֶכְשֵׁר בְּדִיעֶבֶד דְבְּדִיעֶבֶד וְכוּ', אוּן אוֹיכֶעט נָאר פַּארֶעוֶוע זַאכְן וָואס סְ'וֶוערְט נִישְׁט אַרַיינְגֶעמִישְׁט אִין דֶעם קַיין שׁוּם חָלָב עַכּוּ"ם אָדֶער חָלִילָה וְחַס בָּשָׂר טְרֵיפוֹת, אָבֶּער אַזוֹי טָאר מֶען דָאס נִישְׁט נִיצְן, "אָהּ יוּ" OU אִיז אַן הֶכְשֵׁר בְּדִיעֶבֶד שֶׁבְּדִיעֶבֶד אוֹיכֶעט נָאר אוֹיף אַזֶעלְכֶע זַאכְן וָואס מֶען וֵוייסְט זִיכֶער אַז סְ'וֶוערְט אִין דֶעם גָארְנִישְׁט אַרַיינְגֶעמִישְׁט וְכוּ' וְכוּ'.


הַיינְט קֶען מֶען בַּאקוּמֶען אַלֶע מַאֲכָלִים מִיט דִי בֶּעסְטֶע הֶכְשֵׁרִים פוּן עֶרְלִיכֶע רַבָּנִים יִרְאֵי הַשֵׁם.


אַוַדַאי אוּן אַוַדַאי אִין אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל דַארְף מֶען אַכְטוּנְג גֶעבְּן מֶער אוּן מֶער, וַוייל דָארְטְן זֶענֶען זֵיי אִינְטֶערֶעסִירְט מַכְשִׁיל צוּ זַיין אִידְן מִיט מַאֲכָלוֹת אֲסוּרוֹת, וָוארוּם דֶער רַמְבַּ"ם בְּרֶענְגְט (אִגֶרֶת תֵּימָן) דָאס וֶוען אַ מֶענְטְשׁ עֶסְט טְרֵיפוֹת אוּן נְבֵילוֹת אִיז אִים שׁוֹין שְׁוֶוער מְקַבֵּל צוּ זַיין דִי אֱמוּנָה, אִיבֶּערְדֶעם אִיז גַאנְץ אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל פַארְפְלֵייצְט מִיט נְבֵילוֹת אוּן טְרֵיפוֹת פְּשׁוּטוֹ כְּמַשְׁמָעוֹ, בְּשַׂר הַשְׁפַנִים וְהַחֲזִירִים וְכוּ' וְכוּ', אוּן אַלֶעס בְּהֶכְשֵׁר פוּן דִי 'רַבַּנוּתּ' וְכוּ', אוּן דָאס אִיז נִישְׁט קַיין גוּזְמָא, וֶוער סְ'וואוֹינְט אִין יַבְנְאֵל אוּן זֶעט וָואס דָארְטְן טוּט זִיךְ אָפּ מִיט דִי רַע-הַמְקוֹמִי (מִיטְ'ן 'שְׁטְרָאף' פוּן שְׁטֶעטְל), וָואסֶערֶע הֶכְשֵׁרִים עֶר גֶעבְּט אוֹיף טְרֵיפוֹת אוּן נְבֵילוֹת, אִיז שׁוֹין נִישְׁט קַיין וואוּנְדֶער, אִיבֶּערְדֶעם אִיז נִישְׁטָא קַיין תֵּירוּץ הַיינְטִיגֶע צַייטְן צוּ קוֹיפְן אַ מַאֲכָל אָן אַן הֶכְשֵׁר פוּן אַן עֶרְלִיכְן רָב, סְ'אִיז דָא!


דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי זָאגְט (סֵפֶר הַמִדוֹת, אוֹת אַכִילָה, חֵלֶק ב', סִימָן י') מִי שֶׁנִזְהָר מִמַאֲכָלוֹת אֲסוּרוֹת, הוּא נִצוֹל מִחַיוֹת רָעוֹת; אִיבֶּערְדֶעם דַארְף מֶען זֵייעֶר זֵייעֶר אַכְטוּנְג גֶעבְּן נִישְׁט עֶסְן קַיין שׁוּם מַאֲכָל וָואס עֶס אִיז דָא אִין דֶעם אַ פִּקְפּוּק וְכוּ', אֲפִילוּ סָאדֶע אִיז נִישְׁט גְלַייךְ צוּ קוֹיפְן נָאר מִיט אַן הֵיימִישְׁן הֶכְשֵׁר! מֶען טָאר זִיךְ נִישְׁט פַארְלָאזְן אוֹיפְ'ן "אָהּ יוּ" OU, דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי זָאגְט (סֵפֶר הַמִדוֹת, אוֹת דַעַת, סִימָן כ"ב) מִי שֶׁיִשְׁמוֹר אֶת עַצְמוֹ מִבִּשׁוּלֵי עַכּוּ"ם וּמִנֶסֶךְ, זוֹכֶה לְחָכְמָה וּמֵבִין בְּכָל סֵפֶר; דֶערְפַאר זֶעט מֶען עֶס אִיז דָא לֵיידֶער אַזוֹיפִיל קִינְדֶער וָואס דֶער קָאפּ אִיז פַארְשְׁטָאפְּט, אַלֶעס וַוייל דִי עֶלְטֶערְן זֶענֶען נִישְׁט נִזְהָר גֶעוֶוען מִיט מַאֲכָלוֹת אֲסוּרוֹת, אוּן מֶען הָאט אַרַיינְגֶעבְּרֶענְגְט אִין שְׁטוּבּ עֶסְנְוַוארְג אָן קַיין שׁוּם הֶכְשֵׁר וְכוּ', לֵיידֶער גֵייעֶן אַרוֹיס אַזוֹיפִיל אִידִישֶׁע קִינְדֶערְלֶעךְ לְתַּרְבוּת רָעָה, אַלֶעס וַוייל דִי עֶלְטֶערְן זֶענֶען נִישְׁט נִזְהָר וָואס זֵיי בְּרֶענְגֶען אַרַיין אִין שְׁטוּבּ, מַאֲכָלוֹת אַסוּרוֹת זֶענֶען מְטַמְטֵם אֶת הַלֵב, אִיבֶּערְדֶעם בֶּעט אִיךְ דִיר זֵייעֶר שְׁטַארְק פוּן הַיינְט אָן זָאלְסְטוּ זֵייעֶר אַכְטוּנְג גֶעבְּן, וּבִּפְרַט פְלֵיישׁ זָאלְסְטוּ נִישְׁט קוֹיפְן, נָאר מִיט אַן הֵיימִישְׁן הֶכְשֵׁר, מִיט הֵיימִישֶׁע רַבָּנִים וָואס מֶען קֶען זֵיי, מְפוּרְסָם בְּיִרְאַת הַשֵׁם, אוּן סְ'אִיז הַיינְט דָא אַזֶעלְכֶע, אִיז פַארְוָואס דַארְף מֶען גֵיין קוֹיפְן פְלֵיישׁ פוּן אַ פְּלַאץ וָואס מֶען אִיז נִישְׁט זִיכֶער? אִיבֶּערְדֶעם בֶּעט אִיךְ דִיר זֵייעֶר, דוּ זָאלְסְט זֵייעֶר אַכְטוּנְג גֶעבְּן פוּן הַיינְט אָן נִישְׁט עֶסְן קַיין שׁוּם מַאֲכָלִים וָואס זֵיי הָאבְּן נִישְׁט קַיין הֶכְשֵׁר, אַז דוּ וֶועסְט מִיר פָאלְגְן וֶועסְטוּ נִישְׁט חֲרָטָה הָאבְּן.


זָאלְסְט הָאבְּן אַ לֶעכְטִיגְן טָאג מִיט אַ פְרֵיילִיכְן תָּמִיד.


 


נאך א בריוו פון מוהרא"ש אויף דעם ענין:


בְּעֶזְרַת הַשֵׁם יִתְבָּרַךְ, יוֹם ג' לְסֵדֶר וַיֵּשֶׁב, כ' כִּסְלֵיו ה'תשע"ג.


שָׁלוֹם וּבְרָכָה אֶל ... נֵרוֹ יָאִיר


אִיךְ הָאבּ דֶערְהַאלְטְן דַיין בְּרִיוו.


אִיךְ בֶּעט דִיר זֵייעֶר לָאז זִיךְ נִישְׁט פַארְפִירְן פוּן קֵיינֶעם נִישְׁט, הַיינְט קֶען מֶען קוֹיפְן אַלֶע כָּשֶׁרֶ'ע פְּרָאדוּקְטְן מִיט דִי בֶּעסְטֶע הֶכְשֵׁר, פַארְוָואס דַארְף מֶען קוֹיפְן מִיט אַ מְפוּקְפָּקְ'דִיגֶע הֶכְשֵׁר? מִיט אַן אָהּ-יוּ, אֲפִילוּ סָאדֶע אִיז אוֹיךְ נִישְׁט גְלַייךְ צוּ טְרִינְקְן מִיט זֵייעֶר הֶכְשֵׁר וֶוען עֶס אִיז דָא אַזֶעלְכֶע גוּטֶע הֶכְשֵׁרִים פוּן הֵיימִישֶׁע עֶרְלִיכֶע רַבָּנִים.


אִיךְ פַארְשְׁטֵיי נִישְׁט וִויפִיל מָאל אִיךְ דַארְף רֶעדְן פוּן דֶעם אוּן שְׁרַייבְּן פוּן דֶעם וְכוּ', וָואס מַאכְט מֶען דַוְקָא לְהַכְעִיס? צוּ דֶערְצֶערֶענֶען אַנְדֶערֶע מֶענְטְשְׁן? דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט אוּנְז אוֹיסְגֶעלֶערְנְט (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן, חֵלֶק א', סִימָן ס"ב) אַז מֶען דַארְף אַכְטוּנְג גֶעבְּן פוּן יֶעדְן מַאֲכָל וָואס עֶס הָאט אִין זִיךְ אַ סְפֶק סְפֵיקָא פוּן אַן אִיסוּר, וָואס דָאס הֵייסְט אַ מַאֲכָל שֶׁלֹא נִתְבָּרֵר, פְּרָאסְט אוּן פָּשׁוּט, סְ'אִיז נָאכְנִישְׁט נִתְבָּרֵר גֶעוָוארְן אוֹיבּ סְ'אִיז אִינְגַאנְצְן כָּשֵׁר, דָאס הֵייסְט בִּירוּר הַמַּאֲכָלִים וְכוּ', דֶעמָאלְט וֶוען אַ אִיד גִיט אַכְטוּנְג וָואס עֶר עֶסְט אוּן וָואס עֶר טְרִינְקְט זָאל הָאבְּן אַן הֵיימִישְׁן הֶכְשֵׁר פוּן עֶרְלִיכֶע רַבָּנִים יִרְאֵי הַשֵׁם דֶעמָאלְט אִיז עֶר זוֹכֶה אַז פוּן זַיין עֶסְן וֶוערְט אַ יִחוּד קֻדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא וּשְׁכִינְתֵּה, אִיךְ פַארְשְׁטֵיי נִישְׁט פַארְוָואס אִיךְ דַארְף פוּן דֶעם אַזוֹיפִיל רֶעדְן, הַיינְטִיגֶע צַייטְן קֶען מֶען גְרִינְג נִכְשָׁל וֶוערְן מִיט טְרֵיפוֹת אוּן נְבֵילוֹת פְּשׁוּטוֹ כְּמַשְׁמָעוֹ, נָאר וֶועגְן קַאלְטְקֵייט וְכוּ' וָואס דֶער מֶענְטְשׁ אִיז קַאלְט וִוי אַייז צוּ אַ מִצְוָה, וָואס דָאס אִיז קְלִיפַּת עֲמָלֵק, וָואס עֶס שְׁטֵייט בַּיי אִים (דְבָרִים כ"ה, י"ח) "אֲשֶׁר קָרְךָ בַּדֶרֶךְ" עֶר קִילְט אָפּ פוּן אִידִישְׁקֵייט, וִוי דִי חֲזַ"ל זָאגְן (מִדְרָשׁ אַגָדָה) וֶוען אִידְן זֶענֶען דוּרְכְגֶעגַאנְגֶען דֶעם יַם סוּף הָאבְּן אַלֶע אוּמוֹת הָעוֹלָם אָנְגֶעהוֹיבְּן זִיךְ צוּ שְׁרֶעקְן פוּן דִי אִידְן, בִּיז סְ'אִיז גֶעקוּמֶען עֲמָלֵק אוּן עֶר הָאט אַלֶעמֶען אָפְּגֶעקִילְט, אוּן זֵיי גְלַייכְן אִים צוּ, צוּ יֶענֶער עַזוּת פָּנִים, סְ'אִיז גֶעוֶוען אַן הֵייסֶע בָּאד אוּן אַלֶע הָאבְּן נִישְׁט גֶעקֶענְט אַרַיינְגֵיין אוּן דֶער עַזוּת פָּנִים הָאט אַרֵיינְגֶעטַאנְצְט אִין דִי קָאכֶעדִיגֶע בָּאד אוּן בַּאוִויזְן פַאר יֶעדְן אֵיינֶעם אַז מֶען קֶען יָא אָפְּקִילְן, זֶעט מֶען פוּן דֶעם אַז דֶער גַאנְצֶער קְלִיפָּה פוּן עֲמָלֵק'ן אִיז אָפְּקִילְן אַ אִיד פוּן וַוארִימְקֵייט, אֲפִילוּ אַזַא קְלֵיינֶע זַאךְ וֶוען מֶען קֶען קוֹיפְן סָאדֶע מִיט כָּשֵׁרֶ'ע הֶכְשֵׁרִים, וָואס דַארְף מֶען קוֹיפְן סָאדֶע מִיט מְפוּקְפָּקְ'דִיגֶע הֶכְשֵׁרִים? עֶס אַזַי בַּאוואוּסְט דָאס גֶעטְרַאנְק "קָאקָא קָאלֶע" אוּן "פֶּעפְּסִי קָאלֶע" הָאט נִישְׁט אִין אַמֶערִיקֶע קַיין שׁוּם הֶכְשֵׁר נָאר אָהּ-יוּ, נָאר אִין אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל הָאט דָאס אַן הֶכְשֵׁר פוּן בַּדַ"ץ עֵדָה הַחֲרֵדִית אוּן פוּן הֲרַב לָאנְדָא, אָבֶּער דָא אִין אַמֶערִיקֶע הָאט דָאס קַיין שׁוּם הֶכְשֵׁר נִישְׁט נָאר פוּן אָהּ יָא, אִיז וָואס דַארְף מֶען דָאס טְרִינְקְן? מֶען קֶען זִיךְ נִישְׁט בַּאגֶענִיגְן מִיט אַנְדֶערֶע עֶרְלֵיי סָאדֶע? וָואס הָאבְּן יָא אַ גוּטְן עֶרְלִיכְן הֶכְשֵׁר? וְכוּ', אִיךְ גֶעבּ נָאר דָאס אַ בֵּיישְׁפִּיל וִוי דֶער סַמֶ"ךְ מֶ"ם אַרְבֶּעט אוֹיף אַ מֶענְטְשׁ אַבִּי אִים אָפְּצוּקִילְן פוּן אִידִישְׁקֵייט, עֶס אִיז בַּאוואוּסְט אַז דֶער סַמֶ"ךְ מֶ"ם עֶר אִיז דֶער שַׂר פוּן עֲמָלֵק'ן, אִיךְ הָאף צוּם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים אַז דוּ וֶועסְט דָאס אֵיינְמָאל פַאר אַלֶעמָאל אַרַיינְלֵייגְן אִין הַארְץ אוּן דוּ וֶועסְט אוֹיפְהֶערְן מִיט דִי קַאלְטְקֵייט אִין אִידִישְׁקֵייט, דָאס אִיז קְלִיפַּת עֲמָלֵק וָואס סְ'קִילְט אָפּ דֶעם מֶענְטְשׁ פוּן אִידִישְׁקֵייט.


אַדְרַבָּה מֶען דַארְף שְׁטֶענְדִיג רֶעדְן פוּן בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים וָואס דָאס אִיז אַלֵיין אַ מִלְחָמָה אַקֶעגְן עֲמָלֵק, וִוי דִי חֲזַ"ל זָאגְן (בְּרָכוֹת נ"ח.) "לְךָ הֲוָיָ"ה הַמַמְלָכָה" זוּ מִלְחֶמֶת עֲמָלֵק; מִיט דֶעם וָואס מֶען אִיז מְגַלֶה פַאר יֶעדְן אֵיינֶעם אַז עֶס אִיז דָא אַ בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, מִיט דֶעם אַלֵיין אִיז מֶען מַכְנִיעַ עֲמָלֵק'ן וָואס עֶר מַאכְט לֵיצָנוּת פוּן אִידִישְׁקֵייט, אוּן עֶר מַאכְט קַאלְט דֶעם אִיד, דִי חֲזַ"ל זָאגְן (מִדְרָשׁ שְׁמוּאֵל, י"ב) "לֵץ תַּכֶּה" זֶה עֲמָלֵק; דֶער גַאנְצֶער עֲמָלֵק אִיז גֶעוֶוען נָאר לֵיצָנוּת, אָפְּשְׁפֶּעטְן פוּן אִידִישְׁקֵייט, אוּן פוּן אִידִישֶׁע מִנְהָגִים, אוּן דֶעם עֲמָלֵק מוּזְן מִיר אוֹיסְרַייסְן אֵיינְמָאל פַאר אַלֶעמָאל פוּן זִיךְ, אִיךְ הָאף צוּם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים אַז אִיךְ וֶועל נִישְׁט דַארְפְן מֶער פוּן דֶעם רֶעדְן, אוּן מִכָּל שֶׁכֵּן שְׁרַייבְּן.


זָאלְסְט וִויסְן דֶעם הֵיילִיגְן רֶבִּינְ'ס וֶועג אִיז נָאר תְּמִימוּת וּפְּשִׁיטוּת אָן קַיין שׁוּם חָכְמוֹת, רֶעדְן צוּם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים אַזוֹי וִוי מֶען רֶעדְט זִיךְ אוֹיס צוּ אַן אֱמֶת'ן גוּטְן פְרַיינְד, אַזוֹי וִוי דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט אַמָאל גֶעזָאגְט (שִׂיחוֹת הָרַ"ן, סִימָן קנ"ד) אַז דֶער עִיקָר וָואס עֶר אִיז גֶעקוּמֶען צוּ זַיין גְרוֹיסֶע מַדְרֵיגָה אִיז נָאר גֶעוֶוען וַוייל עֶר הָאט זִיךְ גֶעפִירְט וִוי אַ פְּרָאסְטִיק, דָאס הֵייסְט עֶר הָאט זִיךְ גֶעפִירְט בִּתְּמִימוּת וּפְּשִׁיטוּת, גֶערֶעדְט זֵייעֶר אַסַאךְ צוּם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים אוֹיף אִידִישׁ, אוּן גֶעזָאגְט אַסַאךְ תְּהִלִים, אוּן עֶר הָאט בְּפֵירוּשׁ גֶעזָאגְט וֶוען אִיךְ זָאל וִויסְן אִין דֶער יוּגְנְט צוּ וָואס מֶען קֶען קוּמֶען דוּרְךְ הִתְבּוֹדְדוּת דָאס הֵייסְט רֶעדְן צוּם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים אוֹיף פְּרָאסְט אִידִישׁ, וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעטוּן אַ גַאנְץ יָאר וָואלְט אִיךְ גֶעטוּן אִין אֵיין טָאג, אוּן עֶר הָאט זֵייעֶר גֶעבֶּענְקְט נָאךְ דִי עֲבוֹדָה פוּן תְּמִימוּת וּפְּשִׁיטוּת, אַסַאךְ צוּ רֶעדְן צוּם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים אוֹיף אִידִישׁ, אַזוֹי וִוי אַ פְּרָאסְטֶער פָּשׁוּטֶ'ער מֶענְטְשׁ.


זָאלְסְט הָאבְּן אַ לֶעכְטִיגְן טָאג אוּן אַ פְרֵיילִיכְן תָּמִיד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1683 - אז דער אייבערשטער דארף נישט די ערשטע מצוה, דארף ער דען מיין תפלין?
שידוכים, התחזקות, תפילה והתבודדות, צרות, קשיות, תשובה, בחור, תפלין, לצנות, מקובלים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואו איז דער באשעפער? חיזוק ארבעט שוין נישט פאר מיר, עס האט נאר געארבעט ביז די 28 יאר, יעצט ווען ווער איך שוין באלד 30 יאר ארבעט מער נישט קיין חיזוק.


איך מיין עס איז דערנאך, איך זוך אפשר א חלקה אין די ברסלב'ע בית החיים, די "עכטע בית החיים״, אפשר דארטן איז דא מער חיזוק פאר מיר.


איך בין אזוי אליין, איך ווייס נישט צי עס איז דא נאך איינער וואס איז אזוי אליין ווי מיר, ממש גארנישט ווייניגער ווי אין א שטרענגע פארמאכטע תפיסה. איך וויל מזכה זיין די ראש ישיבה מיט די מצוה פון פדיון שבוים, אויב עס איז בכלל שייך.


איך האב מורא אז צוליב מיין פארמאכטקייט און דאס נישט האלטן פון זיך ווייל איך האב קיינמאל געהאט נישט קיין נארמאלע טאטע און מאמע, בין איך בכלל נישט געווען גרייט חתונה צו האבן. אבער איז עס דען מיין שולד? איך האב נישט געהאט קיינמאל א בחירה בכלל צו קענען לעבן ווי א נארמאלער מענטש און אן ערליכע איד, יעצט קען איך נישט חתונה האבן איז ״למה לי חיים״, כל שכן אז מיין חיים איז נישט חיים, פארוואס דארף איך דאס?


געוויסע מקובלים זאגן מיר אז עס איז נישט מיין שולד, עס איז מיין מאמע וואס האט מיר חרוב געמאכט מיין לעבן, מיר האבן געהאט זייער אן אנגעצויגענע שטוב, זיי האבן נישט קיין עצה פאר מיר, נאר זיי זאגן דעם אמת אין פנים אריין. איך מיין נאר צו ברענגען א ראי', אויב איך בין זיך נישט גענוג מסביר, אז זיי זעען די מציאות.


איך געב אוועק מיין תפילין, איך האב שוין נישט כח צו דעם. אז דער אייבערשטער לאזט מיר נישט מקיים צו זיין די ערשטע מצוה אין די תורה, מיין איך אז ער דארף אויך נישט די מצוה פון תפילין פון מיר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת פנחס, י"ט תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ליינענדיג דיינע ווערטער דערמאן איך זיך די ווערטער וואס מוהרא"ש זאגט: "אין צער כצערו של בחור", נישטא אויף די וועלט אזא ווייטאג ווי די ווייטאג פון א בחור; קיינער אין די וועלט ווייסט נישט וואס א בחור גייט אריבער. די לעבן איז אים נישט ווערד, עס פעלט אים אלע גוטע זאכן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סב:): "כָּל אָדָם שֶׁאֵין לוֹ אִשָׁה", ווער עס האט נישט חתונה, ער לעבט אליינס אן א ווייב - "שָׁרוּי בְּלֹא שִֹמְחָה", דער לעבט אן קיין שמחה, "בְּלֹא בְּרָכָה", דער לעבט אן קיין ברכות, "בְּלֹא טוֹבָה", דער ווייסט נישט וואס מיינט גוט, "בְּלֹא תּוֹרָה", מען האט נישט קיין תורה, "בְּלֹא חוֹמָה", מען לעבט אן קיין מויער, "בְּלֹא שָׁלוֹם", אן קיין פרידן; די אלע זאכן האט מען נישט פאר די חתונה. דער מדרש (בראשית רבה יז, ב) לייגט צו נאך זאכן וואס פעלט פאר'ן חתונה האבן: "בְּלֹא עֵזֶר", מען האט נישט קיין העלפער, "בְּלֹא כַּפָּרָה", מען האט נישט קיין פארצייער, "בְּלֹא חַיִּים", עס איז נישט קיין לעבן.


קיינער אין די וועלט פארשטייט נישט וואס א בחור גייט אריבער, ווי שווער עס איז אים; אבער דאס מיינט נישט אז מען מעג אריינפאלן אין יאוש, נישטא אזא זאך 'חיזוק העלפט שוין נישט', עס איז נישט אמת וואס דו שרייבסט: "חיזוק ארבעט שוין נישט פאר מיר"; צי דען האסטו פארגעסן וואס דער רבי האט געשריגן מיט זיין גאנצע כח (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח): "געוואלד זייט אייך נישט מייאש! קיין יאוש איז גארנישט פארהאנען!" אז דער רבי האט געזאגט נישטא קיין יאוש - מיינט דאס אלעמען, דער רבי האט דאס דיר אויך געזאגט, דער רבי האט דיר אויך געמיינט.


רעד זיך נישט איין אז אין קבר וועט דיר זיין בעסער; די צער און ווייטאג אין קבר איז אזוי שרעקליך, ווי שווער עס איז דיר יעצט - איז דאס נאר א משל צו די צער וואס איז דא אין קבר. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן פד) אויף די משנה (אבות ד, כב): "וְאַל יַבְטִיחֲךָ יִצְרְךָ", דער יצר הרע זאל דיר נישט אפנארן, "שֶׁהַשְּׁאוֹל וְהַקֶּבֶר בֵּית מָנוֹס לְךָ", אז דער קבר איז א פלאץ וואו מען קען זיך ראטעווען; דא אויף די וועלט איז א מענטש פארנומען, עס קען זיין מען זאל כאפן א ביס פון א ווארעם אדער א פליג און מען זאל נישט שפירן דעם ביס, ווייל מען איז אזוי אריינגעטון אין אנדערע זאכן, אבער אין קבר איז נישט דא קיין שום טרדות און מחשבות וואס זאלן אוועקנעמען די קאפ פון הערן ווי די ווערים קריכן און בייסן, דארט הערט מען יעדע איינציגסטע ריר וואס די ווערים קריכן און בייסן; מען קען זיך נישט פארשטעלן די צער אין קבר ווען מען הערט יעדע ביס פון די ווערים און די צער פון הערן ווי זיי קריכן.


וואס איז יא די עצה? די עצה איז - זאלסט זוכן א ליידיגע פלאץ וואו מענטשן געפונען זיך נישט, דארט זאלסטו זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן און אים דערציילן אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר - אויף דיין אייגענע שפראך וואס דו ביסט צוגעוואוינט צו רעדן; זאלסט אים בעטן ברחמים ובתחנונים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, דו זאלסט טרעפן דיין שידוך, זאלסט נישט מיד ווערן; זאלסט דאס טון טאג נאך טאג מיט סבלנות, אפילו עס וועט אריבערגיין אויף דיר שווערע ביטערע נסיונות, אפילו דער יצר הרע ברענט אין דיר און דו פאלסט אראפ, זאלסטו מיט עקשנות ווייטער בעטן דעם אייבערשטן און אים אלעס דערציילן בתמימות ופשיטות. דער קבר איז נישט קיין האפענונג, דער רבי איז אן האפענונג, די עצה פון רבי'ן, פון התבודדות ותפילה - דאס איז א בית מנוס, א פלאץ וואו מען קען אנטלויפן.


על כן מיין ליבער ברודער, נעם אן מיינע ווערטער וואס איך שרייב דיר, גיי שוין יעצט אין א ליידיגע פלאץ און שמועס זיך אויס דאס הארץ. וויין צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר. קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן, פון טענה'ן מיט'ן אייבערשטן. קוק ווערטער וואס דער הייליגער זוהר זאגט (פרשת בלק, קצה.) ווען א מענטש וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, זאגט דער אייבערשטער: "לֹא בָּעִינָא הָכָא בֵּי דִינָא דִיְדוּנוּן בֵּינָנָא", ווען דער מענטש קומט מיט זיינע טענות צו מיר - וויל איך נישט בית דין של מעלה זאל זיך אריינמישן, "אַנָא וְהוּא בִּלְחוֹדָנָא", איך וויל זיין אליינס מיט דעם מענטש, "וְלֵית תֵּיאוּבְתָּא לְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא אֶלָּא כַּד מְקַבֵּל לוֹן וְאוֹשְׁדוּ קַמֵּיהּ", נישטא קיין גרעסערע פארגענוגן ביים אייבערשטן ווי ווען א מענטש וויינט זיך אויס פאר אים, "דְּהָא כָּל נִטוּרֵי תַּרְעִין לֹא שַׁבְקִין הָכִי לְמֵיְעַל כַּמָה דְשַׁבְקִין לְמִסְכְּנִין", אלע טירן פון הימל זענען אפן פאר א צעבראכענער מענטש וואס וויינט זיך אויס פאר'ן אייבערשטן, "דְּהָא בְּלֹא רְשׁוּתָא עָאֳלִין", און זיינע תפילות גייען ארויף אן קיין רשות; דאס הייסט, ווען א מענטש גייט אין א ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט, ער רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן און ער פארציילט אים אלעס - די תפילות גייען גלייך ארויף צום אייבערשטן, דער אייבערשטער ענטפערט פאר א צעבראכענע הארץ שנעלער ווי ער ענטפערט פאר דעם גרעסטן צדיק.


דו ביסט אין כעס אויף דיינע עלטערן, דו ביסט ברוגז אויף זיי; איך ווייס נישט אויב זיין ברוגז אויף זיי וועט דיר עפעס העלפן אין לעבן. געדענקסט אוודאי די מעשה וואס דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות מעשה יא), מיט'ן בן מלך וואס מען האט פארביטן און פארטריבן; איז ער געווארן זייער ברוגז, 'היתכן ער דארף אנטלויפן, ער קען נישט זיין אין שטוב', ער האט גע'טענה'ט: "ממה נפשך קומט מיר נישט אזא שווערע לעבן; בין איך דער בן מלך - קומט מיר צו זיין קעניג, בין איך א בן השפחה - קומט מיר אויך נישט צו זיין א פארטריבענער"; איז ער געגאנגען שיכור'ן און געגאנגען אין שמוץ פלעצער טון עבירות, נאכדעם האט ער תשובה געטון; ער האט געטראכט 'אויב עס איז יא אזוי, אז דער אייבערשטער קען פארבייטן א בן מלך - מעג איך זיך אזוי אויפפירן, שיכור'ן און טון עבירות?! אז דער אייבערשטער האט מיר געגעבן אזא שווערע לעבן - איז דאס נישט קיין תירוץ איך זאל טון עבירות'; ער האט תשובה געטון און ער איז צוגעקומען צו ווערן מלך. זעט מען פון דעם אז אויב מען איז מקבל אלעס באהבה, מען נעמט אן וואס דער אייבערשטער טוט; אנשטאט האבן טענות אויף די עלטערן, אנשטאט האבן טענות אויף די גאנצע וועלט, איז מען אלעס מקבל באהבה - דעמאלט איז מען זוכה צוצוקומען צו די העכסטע מדריגה.


לאז אפ די אלע וואס פאררופן זיך מקובלים; מוהרא"ש זאגט: ווער איז א בעל מקובל? ווי אזוי קען מען וויסן ווער עס איז א מקובל? ווער זאגט אז יענער איז א צדיק, אפשר איז ער א בלאפער? מוהרא"ש לייגט דאס אריין אין די ווערטער וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לד:) מען האט געפרעגט רבי חנינא בן דוסא: "מִנַּיִן אַתָּה יוֹדֵעַ", פון ווי קען מען וויסן אויף איינעם אויב ער איז אן אמת'ער בעל מקובל אדער נישט? "אָמַר לָהֶם, אִם שְׁגוּרָה תְּפִלָּתִי בְּפִי", האט ער זיי געענטפערט: אויב לייגט ער אריין אין מיר תפילה, ער רעדט פון תפילה און שטארקט מיר צו מתפלל זיין, "יוֹדֵעַ אֲנִי שֶׁהוּא מְקֻבָּל", דעמאלט ווייס איך אז ער איז א מקובל, "וְאִם לָאו", אבער אויב רעדט ער נישט פון תפילה, "יוֹדֵעַ אֲנִי שֶׁהוּא מְטֹרָף", ווייס איך אז ער איז א צעדרייטער, א משוגע'נער, ער איז ווייט פון זיין א מקובל; אז מקובלים זאגן דיר: "דיין טאטע איז דיר שולדיג, דיין מאמע איז דיר שולדיג!" פאר דעם דארף מען נישט זיין א מקובל, ווארפן א שולד אויף עלטערן - דאס וועט דיר יעדע טערעפיסט זאגן מיט פארמאכטע אויגן; זיי זיכער אז דער וואס פאררופט זיך 'מקובל' האט אויך טענות אויף זיינע עלטערן. דעריבער בעט איך דיר, לאז אפ די אלע וואס גיסן אויל צו די פייער, מען העצט דיר אויף, דער איז שולדיג, יענער איז שולדיג; דאס העלפט גארנישט, עס מאכט נאר ערגער.


טו וואס דער בן מלך האט געטון, זאג די ווערטער וואס ער האט געזאגט: אויב דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די עלטערן - איז דאס נישט קיין תירוץ איך זאל זיין דערביטערט און דעפרעסט, איך וועל תשובה טון, איך וועל אנטון תפילין און טון אלע מצוות בשמחה.


ווארף נישט אוועק דיינע הייליגע תפילין; נעם די הייליגע תפילין, גיי אין שול און געב א קוש די הייליגע תפילין, בעט איבער דעם אייבערשטן פאר'ן שרייבן אזעלכע ווערטער, אפילו בדרך ליצנות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "כִּי עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, בָּרוּךְ הוּא, אָסוּר לוֹמַר דִּבְרֵי הֲלָצוֹת אֲפִלּוּ בְּדֶרֶךְ שְׂחוֹק", אויפ'ן אייבערשטן טאר מען נישט זאגן קיין ווערטלעך, און אויף די הייליגע תפילין טאר מען נישט זאגן קיין ווערטלעך.


אז דו וועסט טון וואס שטייט אין דעם בריוו - וועסטו זען אז דו וועסט בקרוב שטיין אונטער די חופה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1682 - פארוואס רעדן אויף עלטערן וואס מאכן נישט חתונה זייערע קינדער?
שידוכים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט א שארפע בריוו פונעם ראש ישיבה קעגן עלטערן וואס איילן זיך נישט צו טון א שידוך מיט זייערע קינדער. דער ראש ישיבה שרייבט דארט, "פלאי פלאים! אלעס טוט מען, אלעס מאכט מען, אבער ווען דאס קינד בעט די עלטערן: "איך וויל חתונה האבן", "איך וויל א שידוך" - נעמט מען ארויס פון שאנק א שיינע העכערע סארט ווארט און מען הויבט אן זאגן: "עס איז באשערט", "עס איז נאכנישט באשערט", "עס וועט קומען די באשערטע מינוט". אלעס ביז אהין טוט מען און מען מאכט, אלעס אין די וועלט גייט אן, מען רעדט נישט פון באשערט; אז מען מאכט א טעות, מען פארשפעטיגט די צייט - שרייט מען, אז מען האט עפעס אויסגעגאסן - כאפט מען קולות; נישט קיין באשערט, נישט קיין אמונה, און ווי נאר דאס קינד בעט: "איך וויל חתונה האבן", "איך וויל זיין ריין", "איך וויל בויען מיין שטוב" - הויבט מען אן זינגען די ניגון פון באשערט. בעט דיינע עלטערן, זיי אפן מיט זיי; זיי טוען וואס איז גוט פאר זיי, דו זאלסט אויך טון וואס איז גוט פאר דיר אליינס, דו דארפסט חתונה האבן, אנהויבן דיין לעבן".


און איך וויל פארשטיין, ווי נעמט מען די חוצפה צו טרינקען בלוט פון עלטערן צוליב רחמנות אויף די קינדער?! אויב אין דעם ספעציפישן פאל ווייסט איר אפשר אז דאס איז די מעשה, ווי אזוי ווייסט איר אבער וואס טוט זיך ביי אנדערע, אז איר קענט דאס שרייבן פאר יעדן?


וויפיל עלטערן לאזן יעדן טאג טרערן וועגן שידוכים פאר זייערע קינדער. וועט איר זאגן אז זיי וועלן זיך צו שטארק? זיי מעגן מחולק זיין מיט אייך, זיי מיינען נאך אזוי שטארק די טובה פון זייער קינד ווי אייך, אפשר האלטן זיי אז מען דארף יא ווארטן אביסל צו טרעפן עפעס א בעסערע שידוך פאר זייער קינד.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


                              יום ה' פרשת בלק, ט"ו תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיט מיר קענסטו מחולק זיין, אבער מיט די הייליגע חז"ל קען קיינער נישט מחולק זיין; זאל מען זיין ווי גרויס מען זאל נאר זיין.


די הייליגע חכמים זאגן (יבמות סג.): "נָחִית דַּרְגָּא", גיי אראפ א שטאפל, "נָסֹב אִיתְּתָא", און האב חתונה; די הייליגע חכמים זאגן מען זאל זיך נישט וועלן, מען דארף אראפגיין א מדריגה און חתונה האבן; ווי מעג מען לאזן קינדער ווארטן און ווארטן פאר פארשטונקענע כבוד המדומה?!


על פי רוב טוט מען נישט קיין שידוכים מיט די קינדער נאר צוליב כבוד, יחוס; מען זיך א שידוך זאל פאסן, א מיחוס'דיגע זאך, א משפחה מיט א אויסרופליכע נאמען, א משפחה וואס וועט ברענגען כבוד; פרעג איך דיר, וועגן אביסל גאווה מעג מען מְעַגֵן זיין די זין און טעכטער? דאס הייסט רחמנות'דיגע עלטערן? צו לאזן די קינדער פאלן אין עבירות רחמנא לצלן פאר פארשטינקענע כבוד? דאס איז רחמנות?!


מוהרא"ש זאגט, די עלטערן וואס האלטן אפ שידוכים פאר די קינדער - אויף זיי איז געזאגט געווארן (איכה ד, י): "יְדֵי נָשִׁים רַחֲמָנִיּוֹת" די רחמנות'דיגע מאמעס, "בִּשְּׁלוּ יַלְדֵיהֶן" האבן אפגעקאכט זייערע קינדער, גע'הרג'ט זייערע קינדער; די קינדער פאלן אין ביטערע עבירות, אזויפיל קינדער גייען ארויס לתרבות רעה - נאר צוליב דעם; זיי ווילן חתונה האבן און מען לאזט זיי נישט, מען שטעלט א פנים ווי מען מיינט זייער גוטס; דאס איז אכזריות - נישט קיין רחמנות.


עס זענען דא עלטערן וואס ווילן נישט אויסהערן קיין שידוכים מיט'ן אויסרייד: "מיר האבן פשוט רחמנות אויף אונזער זון, אויף אונזער טאכטער; פארוואס זאלן זיי אזוי יונג חתונה האבן?" די עלטערן זאגן: "ענדערש זאלן זיי בלייבן אין שטוב פאר נאך אפאר יאר; מיר ווילן זייער גוטס, מיר מיינען זייער טובה"; דאס איז נישט אמת, דאס איז א גרויסע טעות; וואלט מען באמת רחמנות געהאט אויף די קינדער - וואלט מען זיי חתונה געמאכט יונג, די עלטערן ווייסן נישט, אדער מאכט מען זיך ווי מען ווייסט נישט - וואס גייט אריבער אויף בחורים און מיידלעך; עס איז דאך א פחד, א שרעק - וואס טוט זיך אויף די וועלט, עס פלאקערט א פייער פון ניאוף, בני הנעורים פאלן נעבעך אין ביטערע עבירות, און די איינציגסטע וועג זיי צו ראטעווען איז נאר דורך זיי חתונה מאכן; דאס איז רחמנות, דאס איז ליבשאפט; לאזן ווארטן די קינדער, זיך וועלן - דאס איז רשעות!


ווי קען מען זיין קלוגער פון די הייליגע חכמים זכרונם לברכה וואס זאגן (סנהדרין עו:): "הַמַּדְרִיךְ בָּנָיו וּבְנוֹתָיו בְּדֶרֶךְ יְשָׁרָה", דער וואס פירט זיין שטוב, די זין און טעכטער - אויף די ריכטיגע וועג, "וְהַמַשִׂיאָן סָמוּ לְפִרְקָן", און ער מאכט זיי חתונה יונג, "עָלָיו הַכָּתוּב אוֹמֵר", אויף אים איז געזאגט דער פסוק (איוב ה, כד): "וְיָדַעְתָּ כִּי שָׁלוֹם אָהֳלֶךָ"; בפרט היינטיגע טעג וואס מען ליידט זיך צאם אזויפיל פון די יוגענט, דאס קומט נאר פון דעם ווייל מען מאכט זיי נישט חתונה יונגערהייט, ווער רעדט נאך ביי טעכטער, דארט זאגן דאך די הייליגע חכמים קלאר (פסחים קיג.): "בִּתְּךָ בָּגְּרָה", ווען דיין טאכטער ווערט צוועלף יאר, "שַׁחְרֵר עַבְדְּךָ", באפריי דיין קנעכט, "וְתֵן לָהּ", און מאך איר חתונה מיט אים, אז זי זאל נישט אנקומען צו טון עבירות.


ווי מעג מען אפזאגן א שידוך? ווי מעג מען אפהאלטן א שידוך? ווי מעגן עלטערן זיך אריינמישן ווען עס איז א קלארע הלכה אן קיין איין חולק (רמ"א ביורה דעה סימן רמ, סעיף כה): "וְכֵן אִם הָאָב מוֹחֶה בַּבֵּן לִשָּׂא אֵיזוֹ אִשָּׁה שֶׁיַּחְפֹּץ בָּהּ הַבֵּן, אֵין צָרִיךְ לִשְׁמֹעַ אֶל הָאָב", עלטערן קענען נישט אפהאלטן דעם קינד פון חתונה האבן; דער קינד קען מאכן די שידוך אפילו זיי ווילן נישט, און זיכער אויב ער פאלט אין עבירות רחמנא לצלן, איז ער מחויב חתונה צו האבן; דאס איז א קלארע הלכה אן קיין איין חולק.


ווער עס זעט וואס גייט פאר היינטיגע טעג מיט די יוגענט - שטייט פארלוירן, מען ווייסט נישט וואס צו טון; עס וועט גארנישט העלפן, די אלע אסופות העלפט נישט; עס וועט גארנישט העלפן, עס וועט גארנישט ניצן, איין עצה איז דא, נאר איין עצה: "חתונה מאכן די קינדער יונג, ווען זיי זענען נאך ריין" - דאס וועט ראטעווען דעם דור.


וואויל איז פאר די עלטערן וואס מאכן חתונה די קינדער יונגערהייט, זיי קוקן אויף די טובה פון די קינדער; זיי קוקן נישט אויף נארישע כבוד, נארישע סברות.


א טייל זאגן: אויב מיר וועלן ווארטן נאך אפאר יאר - וועט דער בחור אדער טאכטער ווערן בעסער, ער וועט זיך קענען משלים זיין בתורה ועבודה; הבל הבלים, נארישקייטן, עס איז נישט אמת; מען ווערט נישט בעסער, מען ווערט נאר ערגער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קדושין כט:): "אִם אִי אֶפְשָׁר לוֹ בְּלֹא אִשָּׁה", אויב איז אים נישט מעגליך צו זיין אן א ווייב, "יִשָּׂא אִשָּׁה", זאל ער חתונה האבן, "וְאַחַר כַּךְ יִלְמֹד תּוֹרָה", און נאכדעם לערנען תורה; ווער רעדט נאך אז מען קען אנקומען צו די צוואנציג יאר, זאגן חז"ל (שם): "בֶּן עֶשְׂרִים שָׁנָה וְלֹא נָשָׂא אִשָּׁה", אויב מען איז נישט חתונה געהאט ביי די צוואנציג, "כָּל יָמָיו בְּהִרְהוּר עֲבֵירָה", וועט ער זיין גאנץ לעבן טראכטן שלעכטס, ווייל הרגל נעשה טבע, וואס מען געוואוינט זיך צו צו טון - דאס ווערט א נאטור, און וויבאלד ער האט נישט געהאט קיין ווייב אין די יונגע יארן, און ער האט זיך איינגעוואוינט צו נישט גוטע מחשבות, אויב וועט ער נישט תשובה טון וכו' - וועט זיך דאס ציען זיין גאנץ לעבן; ווי קען מען זיין קלוגער ווי די הייליגע חכמים? דאס איז יראת שמים? דאס איז ערליכע עלטערן?


דו שרייבסט אז די עלטערן וואס וועלן זיך מיינען נאך אזוי די טובה פאר די קינדער וכו'; קיינער קען נישט זאגן אנדערש ווי די הייליגע חכמים, איינער וואס זאגט אנדערש פון די תורה איז א נאר, א טיפש; אז מען ווארט און מען וועלט זיך - ווערט מען נישט בעסער, עס איז ליגנט, עס איז שקר ווי עבודה זרה. די הייליגע חכמים זאגן (פסחים קיב:): "מִצְוָה וְגוּף טָהוֹר", ווער עס וויל דינען דעם אייבערשטן מיט א ריינקייט, מיט א הייליגקייט, "נוֹשֵׂא אִשָּׁה", זאל חתונה האבן, "וְלוֹ בָּנִים", ער זאל זיין מיט א ווייב און האבן קינדער; ווייל ווי לאנג מען איז נישט חתונה געהאט איז מען א האלבע גוף.


נאך זאגן זיי (יבמות סב:): "כָּל אָדָם שֶׁאֵין לוֹ אִשָׁה", ווער עס האט נישט חתונה, ער לעבט אליינס אן א ווייב, "שָׁרוּי בְּלֹא שִֹמְחָה", דער לעבט אן קיין שמחה, "בְּלֹא בְּרָכָה", דער לעבט אן קיין ברכות, "בְּלֹא טוֹבָה", דער ווייסט נישט וואס מיינט גוט, "בְּלֹא תּוֹרָה", מען האט נישט קיין תורה, "בְּלֹא חוֹמָה", מען לעבט אן קיין מויער, "בְּלֹא שָׁלוֹם", אן קיין פרידן; די אלע זאכן האט מען נישט פאר די חתונה, דער מדרש (בראשית רבה יז, ב) לייגט צו נאך זאכן וואס פעלט פאר'ן חתונה האבן, "בְּלֹא עֵזֶר", מען האט נישט קיין העלפער, "בְּלֹא כַּפָּרָה", מען האט נישט קיין פארצייער, "בְּלֹא חַיִּים", עס איז נישט קיין לעבן.


אלע צדיקים האבן חתונה געהאט יונג און חתונה געמאכט זייערע קינדער יונג, ווייל נאר אז מען האט חתונה - איז מען אפגעהיטן. דער הייליגער זוהר זאגט (האזינו רצו.): "מַאן דְּלָא אִשְׁתְּכַח דְּכַר וְנוּקְבָּא, אִקְרֵי פְּלַג גּוּפָא", ווער עס האט נישט חתונה - איז א האלבע זאך, "וְלֵית בִּרְכָתָא שַׁרְיָא בְּמִלָּה פְּגִימָא וַחֲסֵירָא, אֶלָּא בַּאֲתָר שְׁלִים", די ברכה קען נישט זיין אין א האלבע זאך, נאר אין א גאנצע זאך; נאך זאגט דער הייליגער זוהר (אחרי, נט:) "רֶבִּי יִצְחָק אָמַר", דער הייליגער רבי יצחק זאגט: "בְכָל אֲתַר דְּלָא אִשְׁתְּכַח דְּכַר וְנוּקְבָּא, לָאו כְּדַאי לְמֵחֱמֵי אַפֵּי שְׁכִינְתָּא", ווער עס האט נישט חתונה - איז נישט ווערד צו זען די פנים פון די שכינה; פריער אין פרשת ויקרא (ה.) שטייט: "כָּל מַאן דְּלָא אִשְׁתְּכַח דְּכַר וְנוּקְבָּא", ווער עס האט נישט חתונה, "כָּל שְׁבָחָא אַעְדּוֹי מִנֵּיהּ", דער האט נישט קיין שום לויב, "וְלָאו הוּא בִּכְלָלָא דְּאָדָם", דער איז נישט גערעכנט פאר א מענטש, "וְלֹא עוֹד, אֶלָּא דְּלָאו אִיהוּ כְּדַאי לְאִתְבָּרְכָא", און ער איז נישט ווערד צו ווערן געבענטשט.


ווארף אוועק דיינע חכמות המדומות, האב רחמנות אויף דיינע קינדער און זאג נישט אפ קיין איין שידוך; שטופ עס נישט אפ קיין איין טאג, קוק וואס די הייליגע חכמים זכרונם לברכה דערציילן (קידושין כט:) רב חסדא האט אויסגערומט פאר רב הונא דאס גרויסקייט פון רב המנונא, אז ער איז א גרויסער מענטש, האט רב הונא געבעטן פון רב חסדא, איך וויל אים זען; ווען ער קומט צו דיר זאלסטו אים אהער שיקן. "כִּי אָתָא, חַזְיֵּיהּ דְּלָא פָּרִיס סוּדָרָא", ווען רב המנונא איז געקומען האט רב הונא געזען אז ער האט נישט קיין טלית, האט ער אים געפרעגט: "מַאי טַעְמָא לָא פְּרִיסַת סוּדָרָא", פארוואס גייסטו נישט מיט קיין טלית, האט אים רב המנונא געענטפערט, ווייל איך האב נאכנישט חתונה געהאט, "אַהֲדְרִינְהוּ לְאַפֵּיהּ מִינֵיהּ", האט רב הונא אוועק געדרייט זיין פנים פון אים און אים געזאגט: "חָזִי דְּלָא חֲזִית לְהוּ לְאַפֵּי עַד דְנָסְבַת", דעמאלט זאלסטו נישט קומען צו מיר, ווייל איך וויל נישט זען דיין פנים ביז דו האסט חתונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1681 - ווי אזוי ווערט מען פטור פון א חבר'טע וואס פאלט?
חיזוק פאר מיידלעך, ניבול פה, חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלעס, איך האב געענדיגט ברוך ה' די וואך נאכאמאל תהלים.


איך האב א חבר'טע וואס איך בין שוין גוט מיר פאר דריי יאר, זי איז געווען זייער א וואוילע און ערליכע מיידל, אבער לעצטנס האט זי אנגעהויבן פאלן, זי האט אנגעהויבן רעדן ניבול פה, אנגעהויבן נאכלאזן אין צניעות, נאכ'ן ארויסגיין פון סעמינאר טוט זי זיך אן קורץ; איך ווייס נישט וואס עס האט פאסירט מיט איר.


איך וויל נישט ווערן נאכגעשלעפט, איך וויל מער נישט זיין איר חבר'טע, אבער זי לאזט מיר נישט אפ בשום אופן. אין סעמינאר לויפט זי מיר נאך כסדר, און ביינאכט רופט זי מיר איינמאל און נאכאמאל, און איך האב נישט קיין וועג ווי אזוי פטור צו ווערן פון איר.


איך האב איר געזאגט אז עס געפעלט מיר נישט איר שפראך, אבער זי הערט נישט אויף רעדן ניבול פה. איך ווייס אז דאס איז א סכנה פאר מיר, אבער איך ווייס נישט ווי אזוי איך קען איך אפטשעפען פון מיר.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה וועט מיר קענען העלפן מיט אן עצה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


פארוואס זוכט איר אן עצה פטור צו ווערן פון איר? ענדערש זוכט אן עצה וויאזוי איר צו מחזק זיין.


זייט אפן מיט איר, זאגט איר: "איך וויל זיין דיין פריינט, אבער איך רעד נישט קיין ניבול פה; עס איז נישט גוט צו רעדן ניבול פה, מען האט גארנישט פון רעדן ניבול פה, מען ווערט נישט פרייליך אז מען רעדט ניבול פה".


אז זי לויפט אייך נאך, זי וויל זיין אייער פריינט - דארפט איר פרובירן רעדן מיט איר; מן הסתם איז זי גוט צעבראכן. ניבול פה איז א סימן פון מרה שחורה, די אלע קינדער וואס הויבן פלוצלונג אן רעדן ניבול פה - דאס ווייזט זייער פנימיות, אז טיף אינעווייניג זענען זיי זייער דערביטערט, זיי רעדן אזוי ווייל זיי מיינען אז דאס מאכט פרייליך.


ווייזט פאר אייער פריינט די ווערטער פון רבי'ן אין ספר המדות אות ניבול פה:


(סימן א): "מִי שֶׁמְּדַבֵּר נִבּוּל פֶּה", ווער עס רעדט ניבול פה, "בְּיָדוּעַ שֶׁלִּבּוֹ חוֹשֵׁב מַחֲשָׁבוֹת אָוֶן", איז דאס א סימן אז זיין גאנצע הארץ איז פול מיט שלעכטע מחשבות.


(סימן ב): "עַל יְדֵי נִבּוּל פֶּה" אז מען רעדט ניבול פה, "בָּא חֲנֻפָּה", קומט מען צו חנופה.


(סימן ג): "בַּעֲווֹן נִבּוּל פֶּה", צוליב די עבירה פון ניבול פה, "צָרוֹת וּגְזֵרוֹת מִתְחַדְּשׁוֹת", ווערט באנייט צרות און עס קומען שלעכטע גזירות, "וּבַחוּרֵי יִשְׂרָאֵל מֵתִים, חַס וְשָׁלוֹם", אידישע קינדער שטארבן חס ושלום, "וִיתוֹמִים וְאַלְמָנוֹת צוֹעֲקִים וְאֵינָם נַעֲנִין", יתומים און אלמנות שרייען און מען הערט נישט צו זייער געשריי.


(סימן ד): "הַמְנַבֵּל פִּיו", ווער עס רעדט ניבול פה, "אֲפִלּוּ חוֹתְמִין עָלָיו גְּזַר דִּין שֶׁל שִׁבְעִים שָׁנָה לְטוֹבָה", אפילו מען האט אים שוין אפגעשטעמפלט א גוטע גזירה פאר די קומענדיגע זיבעציג יאר, "הוֹפְכִין עָלָיו לְרָעָה", דריידט מען דאס איבער אויף שלעכט, "גַּם מַעֲמִיקִין לוֹ גֵיהִנֹּם", אויך מאכט מען אים טיפער זיין גיהנום. "גַּם לַשּׁוֹמֵעַ", אויך דער וואס הערט ניבול פה "וְשׁוֹתֵק", און ער שווייגט, באקומט די שטראפן.


(סימן ה): "חָמוּר הַאוֹמֵר בְּפִיו מִן הָעוֹשֶׂה מַעֲשֶׂה", עס איז אן ערגערע עבירה צו רעדן שלעכטס ווי צו טון שלעכטס.


ווייזט פאר אייער פריינט דעם בריוו, וועט זי זיכער אכטונג געבן; זי וועט זיך שטארקן נישט צו רעדן שלעכטס. איר שרייבט אליינס אינעם בריוו אז זי איז אלץ געווען א גוט קינד, מן הסתם דארף זי חיזוק; זייט איר מחזק, זייט אייך אינאיינעם מחזק צו זיין גוט און ערליך.


בעטס דעם אייבערשטן פאר גוטע חבר'טעס; עס איז זייער וויכטיג גוטע חבר'טעס, ווייל מיט וועם מען דריידט זיך - אזוי ווערט מען, אז מען האט חברים וואס רעדן ניבול פה קען מען אליינס אריינפאלן אין א טיפע גרוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1680 - זאל איך זיך גט'ן, צו קענען האבן נאך קינדער?
שלום בית, קינדער, גט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זיך געוואלט דורכרעדן מיט'ן ראש ישיבה איבער א וויכטיגע נושא. איך האב ברוך ה' חתונה געהאט מיט מיין טייערע ווייב, און מיר האבן ברוך ה' איין קינד פון 6 יאר אלט, אבער מיין ווייב וויל בשום אופן נישט האבן נאך קינדער.


נאכדעם וואס דאס קינד איז געבוירן געווארן, איז מיין ווייב אריינגעפאלן אין א דעפרעסיע, א זאך וואס קען זיך מאכן אפט, אבער איך האב נישט געוואוסט פון דעם, און איך האב נישט געוואוסט ווי אזוי עס צו באהאנדלען, און דאס האט אונז געמאכט אסאך שלום בית פראבלעמען.


ברוך ה' אז זי איז ארויסגעקראכן פון די עצבות און דעפרעסיע, מיר האבן זיך מסדר געווען, אבער זי האט נאך אלץ שטארקע פחדים פון האבן נאך קינדער, ווייל זי האט מורא אז עס וועט זיך איבערשפילן די זעלבע זאך נאכאמאל, און איך וועל ווידער נישט זיין דא פאר איר.


איך וויל זייער שטארק ברענגען נאך קינדער אויף דער וועלט, און דאס האט מיר געמאכט טראכטן פון זיך גט'ן און זוכן אן אנדערע שידוך. איך בין אבער זייער מסופק אויב דאס איז די ריכטיגע זאך צו טון, אז דער אייבערשטער האט מיר שוין געשאנקען איין קינד, אפשר זאל איך בלייבן מיט איר און בעטן אסאך דעם אייבערשטן אז זי זאל זיך טוישן און יא וועלן האבן נאך קינדער.


איך וויל באטאנען אז איך האב שוין פרובירט פאר כמעט די גאנצע זעקס יאר איר איבערצורעדן, אבער אן קיין ערפאלג. איך האב שוין געעפנט א תיק (קעיס) ביי א רבני'שע קערפערשאפט אנצוהויבן די פראצעדור פון א גט, מיר דארפן אראפגיין צו זיי קומענדיגע וואך זיך דורכשמועסן, אבער איך בין זייער מסופק אויב איך זאל טאקע ווייטער גיין אויף דעם וועג, אדער זאל איך פארמאכן דעם תיק.


איך וועל זיך זייער פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר ווייזן דעם ריכטיגן וועג ווי אזוי זיך צו פירן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גט זיך נישט, קלאפ ארויס פון דיין קאפ דאס ווארט "גט"; דער אייבערשטער האט דיר געהאלפן האסט חתונה געהאט און דו האסט א קינד - איז נישטא מער די ווארט "גט".


דו אליינס שרייבסט אז דיין ווייב זאגט אויף דיר אז דו העלפסט איר נישט, זי האט מורא פון קינדער וכו', אז זי וועט אריינפאלן אין א דעפרעשן, זי וועט זיך אליינס דארפן מוטשען; אנשטאט רעדן פון זיך גט'ן - רעד מיט איר שיינע ווערטער, בארואיג איר, הער איר אויס, הער אויס איר ווייטאג. על פי רוב דארף מען אפילו נישט קיין ענטפער אויף א פראבלעם, מען דארף נאר האבן איינער זאל אויסהערן די פראבלעם; ווען די פרוי האט א מאן וואס הערט איר אויס און געבט איר די געפיל אז ער פארשטייט איר - דאס אליינס איז די ישועה פאר איר.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות קיח:) פרויען זאגן: "טב למיתב", עס איז זיי בעסער, "טן דו", צו זיין מיט א מאן, נישט קיין חילוק וואס פאר א מאן, אפילו א מאן - "דשומשמנא גברא" א פאני מענטש וואס איז א ווארעם, און אפילו א מאן - "דנפצא גברא", וואס זיין פרנסה איז גאר א שוואכע, און אפילו א מאן - "דקולסא גברא", וואס קומט פון א שוואכע משפחה; איז זיי בעסער צו זיין חתונה געהאט - "מלמיתב ארמלו", ווי צו זיין איינער אליינס; ווייל אז מען האט איינער וואס הערט אויס, אפילו ער האט נישט וואס צו ענטפערן, ער איז א קליינער ווארעם, און אפילו ער האט נישט וואס צו העלפן מיט געלט, ער האט קוים פרנסה, און אפילו ער קומט פון א שלעכטע משפחה וואס איז איין שטיק פראבלעם - דאך איז דאס זייער וויכטיג פאר א פרוי, צו האבן איינער זאל איר אויסהערן.


מאך זיך נישט נאריש, פארמאך דעם תיק, גיי אהיים בעט זיך איבער, מאך איר פרייליך, בוי איר אויף, הויב איר אויף מיט גוטע ווערטער, און דער אייבערשטער וועט דיר העלפן דו וועסט זען שיינע ליכטיגע דורות.

#1679 - האט דער אייבערשטער פארגעסן פון מיר?
חובות, ישועות, סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, צרות, קשיות, פרנסה, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך נעם די קוראזש צו שרייבן דעם פאלגנדן בריוו, כאטש וואס איז אפשר נישט שיין און נישט אויסגעהאלטן צו זאגן וואס איך טראכט, אבער דאס איז דאך געווען די גאנצע סיבה פארוואס איך בין אנגעקומען צום ראש ישיבה שליט"א, פארוואס איך האב גענומען דעם ראש ישיבה שליט"א פאר מיין מורה דרך, אז איך זאל קענען רעדן און דערציילן אפנהארציג וואס עס טוט מיר באמת וויי, וואס עס שטערט מיר אין לעבן, און אזוי וועט דער ראש ישיבה שליט"א מיר קענען מחזק זיין מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן. דאס איז וואס האט מיר געפעלט, און פעלט מיר נאכאלץ, איך האב נישט געהאט א טאטע אדער רב מיט וועמען איך זאל זיך קענען אפן דורכרעדן וואס ליגט מיר אויפ'ן הארץ און יענער זאל מיר קענען העלפן, נישט אלעס פארדעקן און זיך מאכן אזוי ווי אלעס איז גוט און פיין.


און יעצט צום ענין; די חובות, ארעמקייט, נישט האבן גענוג געלט און פרנסה, פירט מיר ממש אראפ פון זינען.


איך זע נישט אז דאס דאווענען מיט מנין אין בית המדרש זאל מיר ברענגען פרנסה; איך זע נישט אז שחרית מנחה מעריב זאל מיר ברענגען פרנסה; איך זע נישט אז אסאך בלעטער גמרא און אסאך פרקים משניות זאל מיר ברענגען פרנסה; איך זע נישט אז מעביר סדרה זיין זאל מיר ברענגען פרנסה, סיי א וואך וואס איך בין יא מעביר סדרה און סיי א וואך וואס איך בין נישט מעביר סדרה האב איך סיי ווי אלץ נאר שאדנס און חובות; איך זע נישט אז זיך אנשטרענגען זיך צו היטן די אויגן, אכטונג געבן צו זיין נאר הייליג, זאל מיר ברענגען פרנסה; ארבעטן אויף קדושת הברית, ארבעטן זיך נישט אויפצורעגן, אכטונג געבן אויף מויל, זע איך נישט אז ס'זאל מיר ברענגען פרנסה; נישט אראפנעמען אדער שטיצן די בארד, זעט מיר אויך נישט אויס אז ס'זאל מיר ברענגען צינורות פון פרנסה; און רעדן שיין צו די ווייב, איר מכבד זיין, זיך אנשטרענגען איר צו מאכן פרייליך, ברענגט מיר אויך נישט קיין פרנסה און עשירות.


ביי מיר גייט עס נאר אז אדער גיי איך ארויס ארבעטן אכט ניין שעה א טאג, און דעמאלט לאז איך אינגאנצן אפ מיין עבודת ה', און אפילו דעמאלט וועל איך נישט האבן גענוג געלט פאר די טעגליכע אויסגאבן און צו צאלן חובות; אדער זאל איך ווייטער זאגן תהלים, מאכן התבודדות, לערנען שיעורים כסדרן און דאווענען די דריי תפלות ווי עס דארף צו זיין, אבער אויך בלייבן אנגעזעצט און דעפרעסט, אינגאנצן משוגע ווערן, און ווייטער אן קיין געלט אנצוגיין; א לעבן וואס איז מיר בכלל נישט ווערד.


ווען איך פאל אריין אין דעם פלאנטער פון חובות געלט און פרנסה, איז נישטא קיין שום זאך וואס קען מיר מאכן פרייליך. ווען איך טראכט נאר פון די שמחה וואס מיר ערווארטן מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף בשעה טובה ומצלחת, ווערט מיר נאך ביטער אויפ'ן הארץ, עס וועט מיר נאך שווערער ווערן מיט פרנסה. איך שפיר ממש ווי איך ווער משוגע, איך גיי אראפ פון זינען, און איך האב נישט קיין וועג זיך צו בארואיגן און ווערן פרייליך.


איך ווייס דער ראש ישיבה שליט"א האט נישט קיין צייט צו מיר, און איך פארשטיי עס; ווי עס זעט אבער אויס האט דער אייבערשטער אויך נישט קיין צייט צו מיר כביכול, צו געבן פרנסה בריווח פאר עפעס א פארווארפענער אינגערמאן; האט דער אייבערשטער פארגעסן פון מיר?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן, מחזק זיין, און ווייזן א וועג ארויס פון מיין פלאנטער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חקת, ז' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


... פארליר זיך נישט, ... בארואיג זיך; א איד טאר נישט אזוי שרייבן, חס ושלום זאגן אז מצוות און מעשים טובים ברענגען נישט קיין גוטס.


ווען א איד טוט מצוות - געבט אים דער אייבערשטער גוטס; דאווענען מיט מנין ברענגט יא פרנסה, שחרית מנחה מעריב ברענגט יא פרנסה, לערנען גמרא און משניות ברענגט יא פרנסה, מעביר סדרה זיין שנים מקרא ואחד תרגום ברענגט יא פרנסה, נישט נאר פרנסה - נאר אלעס, מען לעבט א חיים טובים. היטן אות ברית קודש ברענגט יא פרנסה, און אויב חס ושלום מען איז פוגם בברית פארלירט מען די פרנסה. בארד און פיאות ברענגט יא פרנסה, און אויב מען שניידט די בארד און פיאות שניידט מען די פרנסה. רעדן שיין צו די ווייב ברענגט יא פרנסה, עס ברענגט עשירות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא, נט.): "אוֹקִירוּ לִנְשַׁיְכוּ", זייט מכבד די ווייב, "כִּי הֵיכִי דְּתִתְעַתְרוּ", אזוי וועט איר רייך ווערן.


אז עס איז דיר ביטער - זאלסטו דאס נישט אנהענגען אין דיינע גוטע מעשים, ענדערש זאלסטו זאגן (תהלים כה, יח): "'רְאֵה עָנְיִי וַעֲמָלִי', הייליגער באשעפער קוק מיין פיין, קוק מיין צער, 'וְשָׂא לְכָל חַטֹּאותָי', און זיי מיר מוחל אויף מיינע זינד"; עס ווערט געברענגט פון צדיקים (אגרא דפרקא, אות קכד) ווען א מענטש גייט אריבער א צרה זאל ער זאגן די ווערטער: "הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, רְאֵה עָנְיִי וַעֲמָלִי, קוּק צוּ מַיין פַּיין, מַיין פְּלָאג; אִיךְ בִּין אַזוֹי צֶעקְוֶועטְשְׁט, אִיךְ בִּין אַזוֹי אִין צַעַר, וְשָׂא לְכָל חַטֹּאותָי אוּן פַארְגֶעבּ מִיר מַיינֶע זִינְד, אִיךְ זָאל נִישְׁט דַארְפְן אַרִיבֶּערְגֵיין אוֹיבְן אִין הִימְל פַּיין פוּן גֵיהִנוֹם".


מוהרא"ש האט אונז דערציילט א מעשה, וואס עד היום לעב איך מיט די מעשה; דאס באגלייט מיר אויף טריט און שריט, איך טראכט שטענדיג פון די מעשה.


דער הייליגער צדיק, דער רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו - האט געהאט זייער א שווערע דחקות, ער האט נישט געהאט וואס צו עסן, נישט געהאט וואס צו נעמען אין מויל; בנוסף לזה האט ער געהאט א שווערע פרוי, זי האט אים געגעסן די קישקעס, זי האט אים נישט אויפגעהערט צו עסן מיט שלעכטע ווערטער; טאג און נאכט האט זי אים געזאגט שלעכטע ווערטער. איין טאג איז דער צדיק געווען אזוי צעבראכן ביי זיך, ער האט געשפירט ווי ער קען מער נישט, ער האט געוויינט צום אייבערשטן, ער האט געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל אים געבן אביסל ווארעמקייט, אביסל ליבשאפט, ער קען מער נישט אזוי אנגיין איינער אליינס.


ער איז איינגעשלאפן, און ער חלומ'ט זיך ווי זיין נשמה גייט ארויף אויבן אין הימל אין די עולמות עליונים, מען פירט אים אריבער די ברענעדיגע גיהנום און ער זעט ווי די נשמות פון די רשעים פייניגן זיך, דארט הערט מען קולות, עס טוט זיך א געשריי. דער צדיק, דער הייליגער רבי זושא האט זיך זייער דערשראקן, ער האט דאס נישט געקענט צוקוקן, פלוצלונג קומט צו פליען א מלאך און זאגט אים: "זושא דאס איז נישט פאר דיר, דו האסט א שווערע ווייב און ארעמקייט, דאס איז שוין גענוג; פאר דיר איז אנגעגרייט א פלאץ אין גן עדן וואס (ישעיה סד, ג) 'עַיִן לֹא רָאָתָה אֱלֹקִים זוּלָתְךָ'".


ווען רבי זושא האט זיך אויפגעוועקט האט ער אנגעהויבן טאנצן, ער טראכט צו זיך: 'זאל מיין ווייב מיר געבן וויפיל בזיונות עס גייט, זאל מיר אלעס גיין שווער - פארט וויל איך זיך נישט טוישן מיט די צער פון גיהנום'.


טייערער ברודער, אז עס איז דיר ביטער שווער - זאלסטו נישט אפלאזן דיין דאווענען, לערנען און גוטע מעשים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה:) ווען א מענטש גייט אריבער שווערע ביטערע טעג און ער איז נישט מבטל תורה ותפילה - דאס איז יסורים של אהבה, דאס איז א מזבח כפרה. די הייליגע חכמים דערציילן (שם) רב הונא האט געהאט א גרויסע שאדן, עס איז אים פארדארבן געווארן פיר הונדערט פעסער וויין, זענען די הייליגע חכמים אים געגאנגען באזוכן און אים מחזק זיין, זיי האבן אים געזאגט: "לעיין מר במיליה", ער זאל תשובה טון, וועט ער צוריק רייך ווערן, האט רב הונא געפרעגט די חכמים: "מי חשידנא בעינייכו", איר זענט מיר חושד אויף נישט גוטע מעשים? האבן אים די חכמים געענטפערט: "ומי חשיד קודשא בריך הוא דעביד דינא בלא דינא", איז דען דער אייבערשטער חשוד אז ער ברענגט אויף א מענטש שלעכטס אומזיסט?


זיי ווייטער שטארק צו דאווענען מיט מנין, זיי שטארק מיט מעביר סדרה זיין און לערנען משניות, זיי ווייטער שטארק מיט שמירת הברית און געב אכטונג אויף דיין ווייב, רעד שיין צו איר - וועסטו זוכה זיין צו פרנסה בריווח.


לייג אוועק דיין שאלה און ווארט אויף די ישועה, וועסטו קענען טון וואס אברהם אבינו האט געטון ווען ער האט מגלה געווען דעם אייבערשטן, ער האט געשריגן פאר אלעמען: "נאר מיט'ן אייבערשטן האט מען פרנסה", "נאר מיט'ן אייבערשטן האט מען לעבן", און מען האט געלאכט פון אים, מען האט אים געפרעגט: "וואו איז דיין געלט...?" ער האט געדארפט בארגן פון יעדן איינעם, אבער ער איז ווייטער געבליבן ביים אייבערשטן (בראשית יח, לג): "וְאַבְרָהָם שָׁב לִמְקֹמוֹ", אברהם אבינו איז נישט אוועק פון אייבערשטן.


נאכדעם שטייט (בראשית יג, ג): "וַיֵּלֶךְ לְמַסָּעָיו", זאגן די הייליגע חכמים (בראשית רבה מא, ג): "הָלַךְ לִפְרֹעַ הַקָּפוֹתָיו", ער איז געגאנגען באצאלן יעדן איינעם; זאגט דער הייליגער חתם סופר זכותו יגן עלינו (חתם סופר על התורה פרשת לך לך, דבור המתחיל וילך) חז"ל זאגן אונז דא, אז נישט נאר ער איז געגאנגען באצאלן זיינע חובות, נאר וואו אברהם אבינו איז געווען האט ער צו יעדן איינעם גערעדט פונעם אייבערשטן און ווער עס דינט דעם אייבערשטן האט געלט, אלע האבן געלאכט פון אים: "וואו איז דיין געלט? וואס רעדסטו אין די לופט וכו'?!" אויפ'ן וועג אהיים האט ער יעדן איינעם געוויזן זיין רייכטום, האבן אלע געזען אז נאר ווער עס דינט דעם אייבערשטן האט א לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1678 - ווי אזוי געב איך זיך אן עצה מיט מיינע קינדער שבת אין שול?
שבת קודש, חינוך הילדים, בית המדרש, סכנה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך נעם מיינע קינדער שבת אין שול, איך ווייס אבער נישט וואס צו טון ווען זיי לויפן ארום אין שול, דרייען אלעס איבער, און זיי הערן ניטאמאל וואס איך רעד.


די גבאים פון שול האבן מיר שוין געהייסן עטליכע מאל איך זאל אהיימטראגן די קינדער, וואס זאל איך טון?


יישר כח


 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען נאר ברענגען קינדער אין שול אז מען האלט זיי מיט זיך.


עס איז א גרויסע אחריות פאר די עלטערן וואס ברענגען קינדער אין שול און לאזן זיי אויף הפקר; עס זענען דא עלטערן וואס מיינען אז א שול איז א פלאץ פאר בעבי סיטן, מען וויל העלפן די ווייב, מען נעמט ארויס די קינדער און מען ברענגט זיי אין שול אויף הפקר; א שול איז נישט קיין בעבי סיטינג, עס איז א חילול בית המדרש און עס שטערט די מתפללים.


מוהרא"ש זאגט מען זאל ברענגען קינדער אין שול, אפילו גאר קליינע קינדער - זיי מחנך זיין, זיי אויסצולערנען דאווענען, זיי מרגיל זיין ווי אזוי דאווענען זעט אויס; וואס איז קדושה, כתר, קריאת התורה, וכדומה; דאס קען נאר זיין אז מען האלט די קינדער נעבן זיך מיט דרך ארץ, אבער סתם ברענגען קינדער אין שול און זיי לאזן ארום ווילדעווען – דאס טאר מען נישט.


אז דיינע קינדער הערן נישט וואס דו רעדסט - זאלסטו פרובירן א שפראך וואס רעדט צו זיי; עס זענען דא קינדער ווען זיי זעען נאש - דאס רעדט צו זיי, מען ווייזט זיי א נאש און מען זאגט זיי "ווער עס זיצט שיין נעבן טאטי באקומט א גוטע נאש"; אדער מען שמועסט אפ אז מען גייט גיין צו א פארק - ווער עס האט כך וכך טיקעטס, און אזוי איז דא אסאך וועגן ווי אזוי מען קען זיי מרגיל זיין צו דאווענען און צו זיצן מיט דרך ארץ, מען זאגט זיי "ווער עס וועט פאלגן טאטע מאמע - וועט באקומען א בייק".


הכלל, סתם ברענגען קינדער אין שול און זיי לאזן אויף הפקר - איז א שרעקליכע עולה, סיי עס שטערט דאס דאווענען, און עס קען פאסירן מיט זיי אן אומגליק חס ושלום.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1677 - ווי אזוי זעט מען זיך ארויס פון א"ו ס"י ד"י (OCD) פראבלעמען?
תפילה והתבודדות, צרות, שמחה, עצבות, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן איבער א זאך וואס פייניגט מיך זייער שטארק. יעדע נאכט איידער איך גיי שלאפן האב איך א געפערליכע אנגעצויגנקייט, איך בין פארנומען איבערצוקוקן די גאנצע הויז אז אלעס איז אין ארדענונג, איבערקוקן די קינדער אז זיי שלאפן פארזיכערט, איבערקוקן די פענסטער צי זענען גוט פארמאכט, ספעציעל ביי די געז, דארט איז עס ממש געפערליך, איך קוק איינמאל און נאכאמאל אויב עס איז נישט אנגעצינדען.


איך האב זייער אסאך לחץ אז איך מוז גיין שלאפן פאר מיין ווייב, ווייל אזוי שפיר איך רואיגער אז זי וועט עס איבערקוקן נאכאמאל איידער זי גייט שלאפן. און אויב קום איך ארויס פון בעט אינמיטן די נאכט, גיי איך נישט אריין אין קאך, כדי איך זאל עס נישט דארפן איבערקוקן.


דער ראש ישיבה זאגט אייביג אז אויב מען נעמט אריין אין זיך אמונה גייען אוועק די אלע פראבלעמען, דא שפיר איך אבער אז עס איז מער ווי נאר חסרון אמונה, איך פיל ווי איך לייד אויף די נערווען. אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען זיך נישט שלאגן מיט די סארט שלעכטע מחשבות; ווי מער מען שלאגט זיך מיט די סארט מחשבות - ווערן זיי נאר שטערקער.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן עב): כִּי זֶה טֶבַע וּסְגֻלַּת שֶׁל אֵלּוּ הַיְצָרִין הָרָעִים הַמְזֹהָמִים אזוי ארבעט די שלעכטע שמוציגע יצר הרע, כָּל מַה שֶּׁרוֹצִים לְהִתְגַּבֵּר עַל אֵלּוּ הַמַּחֲשָׁבוֹת ווי מער מען וויל זיך שטארקן אויף זיי, יוֹתֵר וְיוֹתֵר הֵם מִתְגַּבְּרִים שטארקן זיי זיך שטערקער אויפ'ן מענטש, כִּי הוּא כְּמוֹ שֶׁאָדָם בּוֹרֵחַ מִדָּבָר די מחשבות זענען אזוי ווי ווען מען לויפט אוועק פון איינעם, וּמִסְתַּכֵּל מִן הַצַּד כִּלְאַחַר יָד עַל זֶה הַדָּבָר שֶׁבָּרַח מִמֶּנּוּ און מען קוקט צוריק אויף יענע זאך פון וואס מען לויפט אוועק, וַאֲזַי הַדָּבָר הַזֶּה מִתְגַּבֵּר עָלָיו בְּיוֹתֵר דעמאלט ווערט יענע זאך שטערקער, כִּי לֹא הִסִּיחַ דַּעְתּוֹ מִזֶּה ווייל ווען יענער זעט ווי מען קוקט צוריק - זעט ער אז מען האט אים נישט אפגעלאזט, דאס מאכט אים ער זאל ווייטער נאכלויפן, רַק אַדְּרַבָּא, שֶׁמִּסְתַּכֵּל בְּכָל פַּעַם לְאַחֲרָיו עַל זֹאת הַמַּחֲשָׁבָה אדרבה, זיי ווערן נאר שטערקער ווען זיי זעען ווי מען קוקט צוריק אויף זיי; אזוי ארבעט די שלעכטע מחשבות, ווי מער מען וויל זיך שטארקן אויף זיי - ווערן זיי שטערקער.


די אלע וואס ליידן נעבעך פון די יצר הרע וואס רופט זיך א"ו ס"י ד"י - אויף זיי איז א גרויס רחמנות, קיינער ווייסט נישט ווי שווער עס איז זיי, אויך אויף די וואס לעבן מיט אזא איינעם - איז ביטער שווער. דאס הייסט א פרוי וואס איז חתונה געהאט צו א מאן וואס פייניגט זיך מיט די מחשבות, אדער פארקערט, א מאן וואס זיין ווייב פייניגט זיך מיט דעם יצר הרע - זיי איז ביטער שווער דאס לעבן, ווייל די מחשבות זענען שטערקער פון יעדן איינעם, און וויבאלד מען ווייסט נישט די זאך וואס דער רבי זאגט, אז מען טאר זיך נישט קריגן מיט די מחשבות, ווייל עס ווערט נאר ערגער - פאסירט דאס אז מען פייניגט זיך און מען ליידט שרעקליכע יסורים, ווייל מען שטופט זיי אוועק און זיי קומען צוריק, און מען שטופט זיי נאכאמאל אוועק און זיי קומען צוריק, און ווען זיי קומען צוריק איז דאס אסאך שטערקער ווי פריער - השם ישמרינו.


די עצה פאר דעם יצר הרע איז 'זיך נישט וויסנדיג מאכן, נישט זוכן צו ענטפערן די מחשבות'. דערפאר בעט איך דיר מיין ליבער ברודער, ווען עס קומט דיר אריין אזא נעגאטיווע מחשבה - לאז עס לויפן, גיי נישט קוקן אויב אלעס איז גוט, נאר לאז עס לויפן, טראכט 'עס גייט מיר נישט אן'; ווייל ווי מער מען ענטפערט די מחשבה - קומען זיי צוריק שטערקער.


אויך זאלסטו ארבעטן אויף שמחה; זיי פרייליך, הער לעבעדיגע ניגונים, פרייליכע ניגונים, טאנץ און זינג, טו אלעס וואס מאכט פרייליך. דער רבי זאגט דארט: גַּם עַצְבוּת הוּא מַזִּיק מְאֹד וְנוֹתֵן כֹּחַ לְזֶה הַיֵּצֶר הָרָע הָעָב הַגַּשְׁמִי זיין דערביטערט און דעפרעסט איז זייער מסוכן פאר די זאך, עס מאכט שטערקער די מחשבות, און פארקערט, שמחה, פרייליכקייט - נעמט אוועק די אלע מחשבות, עס צעברעכט דעם יצר הרע.


עס איז כדאי זאלסט אסאך לערנען די תורה (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן עב) און זאגן די תפילה פון דער הייליגער רבי נתן - וועסטו אויסגעהיילט ווערן פון די שלעכטע מחשבות.


ועל כולם זאלסטו זיך מתבודד זיין; רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, זאלסט האבן א ריינע מח און א ריינע הארץ וואס טראכט נאר פונעם אייבערשטן.


התבודדות איז די רפואה פאר א"ו ס"י ד"י. אזוי ווי דער רבי זאגט (שם): יֵלֵךְ אֵצֶל חֲכַם הָאֱמֶת מען זאל גיין צו א צדיק, וְיוֹרֶה לוֹ דַּרְכֵי הַתְּשׁוּבָה דער צדיק וועט אים לערנען ווי אזוי ארויסצוקריכן פון דעם, דַּרְכֵי הַחָכְמָה, עֵצוֹת נְכוֹנוֹת, עַל כָּל דָּבָר ער וועט אים לערנען גוטע עצות אויף יעדע זאך, אָז יִכָּנַע לְבָבוֹ הֶעָרֵל, וְשָׁב וְרָפָא לוֹ אזוי וועט ער ווערן אויסגעהיילט; דער רבי איז דער חכם האמת וואס ער לערנט אונז די עצה פון התבודדות, די עצה פון זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן, אים בעטן אויף גוטע מחשבות, אויף אמונה; התבודדות רייניגט אויס פון די יצר הרע.


וואויל איז דעם וואס נוצט די עצות פונעם חכם האמת, אָז יִכָּנַע לְבָבוֹ הֶעָרֵל, וְשָׁב וְרָפָא לוֹ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1676 - ווי אזוי שטארק איך זיך איבערצובעטן וועמען איך האב געטשעפעט?
מחלוקת, תשובה, בין אדם לחבירו

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אלס בחור האב איך זייער שטארק געטשעפעט און וויי געטון עטליכע פון מיינע חברים און אויך דעם רב פון מיין קהלה, צוליב אן אינערליכע סכסוך אין די קהלה. היינט פארשטיי איך אז איך האב נישט גוט געטון, איך וואלט זיך בכלל נישט געדארפט אריינמישן אין די מחלוקת, און איך האב שטארק חרטה דערויף. אבער וויפיל איך פרוביר קען איך נישט פועל'ן ביי מיר צו גיין זיי איבערבעטן, איך פיל ווי די ערד גייט מיך איינשלינגען אויב איך וועל זיי איבערבעטן, איז דא עפעס א גרינגע עצה אויף דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי בעט איבער די אלע וועם דו האסט גע'רודפ'ט; ענדערש זאלסטו פארשעמט ווערן דא ווי איידער אויבן אין הימל.


וויי און ביטער פאר ווער עס נעמט א חלק אין רודפ'ן אנדערע אידן; ביי מחלוקות ליידן אלע. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה יח, ד): מחלוקת איז אזוי שרעקליך, אפילו קליינע קינדער ווערן אוועקגענומען פון די וועלט אלס א שטראף אויף מחלוקת, והא ראי', בית דין של מטה געבט נישט קיין עונש פאר א קטן אונטער די דרייצן יאר, אויך ביי בית דין של מעלה איז נישטא קיין עונש נאר פון צוואנציג יאר און העכער, און ביי קרח זענען אלע געשטראפט געווארן, אפילו די קליינע קינדער פון איין טאג אלט!


ווארט נישט קיין מינוט, גיי שוין בעט איבער וועם דו האסט וויי געטון; ענדערש ווערן פארשעמט דא ווי איידער דארפן אריבערגיין די עונשים קשים ומרים וואס מען באקומט אויף מחלוקות.


פון היינט און ווייטער, אז מען וויל דיר אריינדרייען אין א מחלוקת, זאל זיין וואס זאל זיין, אפילו לשם שמים - זאלסטו אנטלויפן אזוי ווי מען אנטלויפט פאר'ן לעבן. מאך זיך דעם חשבון וואס די ווייב פון און בן פלת האט געמאכט, און בן פלת איז אהיים געקומען אנגעהעצט פון קרח און פון אלע צוויי הונדערט און פופציג רבנים, ער האט געשריגן אין שטוב: "משה רבינו איז נישט גערעכט!" ער האט געהאקט אויפ'ן טיש: "קורח איז דער עכטער מנהיג!" ער איז געווען פון די אנפירער. דערציילן די הייליגע חכמים (שם, כ) זיין ווייב האט אים געפרעגט, זאג מיר: מַה לָּךְ בַּהֲדֵי פְּלוּגְתֵּיהּ וואס האסטו פון די מחלוקת? וואס איז דיר א חילוק ווער עס איז גערעכט? אִי אַהֲרֹן כַּהֲנָא רַבָּא אַתְּ תַּלְמִידָא אויב משה איז גערעכט - איז אהרן דער כהן און דו ביסט דער תלמיד, אִי קֹרַח כַּהֲנָא רַבָּה אַתְּ תַּלְמִידָא און אויב קורח איז גערעכט - איז קורח דער כהן און דו ביסט ווייטער דער תלמיד! אזוי האט זי אים געראטעוועט.


דו זאלסט אלץ אנטלויפן פון מחלוקות.

#1675 - ווי אזוי קען מען לעבן מיט א מאן וואס היט נישט שבת?
שלום בית, שבת קודש, תשובה, גט, זיכוי הרבים, קירוב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאנק דעם אייבערשטן פאר מיין זיסע געשמאקע לעבן, איך ווייס אפילו נישט וויפיל איך בין שולדיג פאר'ן אייבערשטער אז איך האב אן ערליכער מאן וואס היט תורה און מצות.


די וואך שבת בין איך געווען ביי מיין שוועסטער, איך האב געזען וויפיל איך דארף לויבן און דאנקען דעם אייבערשטן אז מיין מאן היט שבת, איר מאן איז געווען א גאנץ שבת אויף זיין טעלעפאן, ער איז קוים אריינגעקומען אפאר מינוט דא און דארט פאר די סעודה, אבער ער איז נאכאלץ דער וואס האקט קעגן דעם ראש ישיבה, ער טענה'ט אז זאגן משניות הייסט נישט געלערנט, עס איז נעבעך א ביטער געלעכטער. ער גלייבט נישט אינעם אייבערשטן רחמנא ליצלן, אבער ער קען אלעס אפפרעגן מיט ראיות און פשטים.


איך ווייס נישט ווי אזוי מיין שוועסטער קען לעבן מיט א מאן וואס היט נישט קיין תורה; פון איין זייט וויל זי זיך נישט גט'ן, אבער פון די אנדערע זייט וויל זי נישט ווייטער לעבן אזוי.


ש'כח אייבערשטער אז איך היט שבת, אז מיין מאן היט שבת! ש'כח אייבערשטער אז איך האב אפילו נישט קיין תאוה צו נוצן מיין טעלעפאן שבת!


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן דאס הארץ רייסנדע בריוו.


אוי עס רייסט דאס הארץ, אוי עס שטעכט אין הארץ - צו הערן ווי טייערע נשמות, אידישע קינדער פאלן אוועק.


אפשר זאלט איר רעדן צו אייער שוועסטער און איר מקרב זיין מיט איר מאן; איך בין זיכער אז ווי נאר זיי וועלן טועם זיין דעם רבי'ן, זיי וועלן הערן די זיסע חיזוק, די זיסע רייד פון רבי'ן וועט ער תשובה טון און די שטוב וועט בלייבן א גאנצע שטוב.


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמ): "די וועלט זאל מיר הערן איין תורה מיט דעם ניגון און מיט'ן טאנץ, וואלט די גאנצע וועלט אויסגעגאנגען".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1674 - זאל איך לאזן מיין בחור גיין אליין אין מקוה?
צניעות, חינוך הילדים, קדושה, תפילה והתבודדות, בחור, מקוה, סיפורי מעשיות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלעס, איך האב זייער הנאה געהאט פון די בריוו איבער נעמען קינדער אין מקוה, ווי ווייט מען דארף אכטונג געבן אז עס זאל בקדושה וטהרה, עס זאל נישט קומען צו קיין פראבלעמען.


ביים סוף פונעם בריוו שרייבט דער ראש ישיבה, "אפילו בחורים טארן נישט זיין אליין אין מקוה, עס דארף זיין א מקוה איד וואס קוקט זיך אום עס זאל נישט פאסירן קיין שלעכטס", האב איך געוואלט פרעגן אזוי ווי מיין זון ווערט אי"ה בר מצוה אין א חודש ארום, וועל איך זייער פרייען אויב דער ראש ישיבה וועט מיר ערקלערן ווי אזוי מען פירט דאס אויס אויף למעשה, זאל איך גיין מיט אים אינאיינעם אין מקוה יעדן אינדערפרי אכטונג צו געבן אויף אים? און וואס טוט מען אויב מיר שטייען נישט אויף אין די זעלבע צייט? זאל איך אים אנזאגן נישט צו גיין אליין אין מקוה ביז א געוויסע עלטער? זאל ער גיין נאר אין געוויסע שעות?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בדרך כלל זענען יונגע בחורים אזוי ווי קינדער; אז מען האט בר מצוה, מען טוט זיך אן א הוט און רעקל - מיינט נאכנישט אז מען איז שוין דערוואקסן און מען איז גענוג פארשטענדליך זיך צו היטן פון שלעכטס. א בר מצוה בחור קען אויך נישט גיין אליינס אין מקוה, א בר מצוה בחור איז א קינד.


נאר אז מען גרייט אן די קינדער, מען לערנט זיי אויס זיך אכטונג געבן פון שלעכטס - דעמאלט קענען זיי גיין אליינס אין מקוה, אבער נאר אז מען גרייט זיי אן; זיי ווייסן פון וואס זיך צו היטן.


העיקר דאווען צום אייבערשטן אז דיינע קינדער זאלן זיין ערליך און הייליג; תפילה איז די שליסל פאר גוטע קינדער, תפילה איז דער סוד פון גוטע קינדער. מוהרא"ש דערציילט, מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי ער האט זוכה געווען צו אזעלכע הייליגע קינדער, האט דער הייליגער חתם סופר געענטפערט: "יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך אנגעפילט א כוס מיט טרערן, איך האב געבעטן פאר הייליגע קינדער"; מיט תפילה איז מען זוכה צו ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1673 - זאל איך שניידן אליין די גראז?
חינוך הילדים, ספרי ברסלב, היטן די צייט, נ נח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד אין תלמוד תורה אין ברסלב ליבערטי, איך האב געוואלט קויפן א שיינע מתנה פאר מיינע תלמידים זיי עס צו געבן אויף סוף יאר, איך האב זיי געקויפט א קליינע ספר המדות, אבער יעצט זע איך אז ביים סוף איז אריינגעדרוקט איבער די נארישקייטן פון נ נח, איז דאס א פראבלעם צו געבן פאר די קינדער?


איך וויל וויסן אויב עס איז א פראבלעם צו שניידן אליין די גראז? אלס ביטול תורה און העלפן די ווייב?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מלמד תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב אכטונג וואס פאר א ספרים דו געבסט פאר די קינדער, געב אכטונג נישט צו פארשפרייטן די משוגעת פון נ נח; עס איז א דמיון, א באקאנטע מעשה וואס מוהרא"ש פלעגט דערציילן ווי אזוי מען האט אים אפגענארט וכו', מען האט אריינגעשטעלט א צעטל אין זיין ספר, 'פתקא מן השמים', און פון דעם איז געווארן די צעדרייטע זאך.


א שאד אוועק צו געבן דיין טייערע צייט פאר שניידן די גראז; ענדערש זאלסטו גיין הפצה אין די צייט, וועסטו סיי מזכה זיין את הרבים, און סיי דו וועסט האבן גרויס שפע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1672 - ווען שערט מען אפ א קינד וואס ווערט דריי יאר אין בין המצרים?
הלכה, מנהגים, ראש ישיבה, אפשערן, בין המצרים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן, מיין זון ווערט דריי יאר אין די דריי וואכן, ווען שערט מען אים אפ?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען מאכן פאות, אפשערן א קינד - אין די דריי וואכן. עס זענען דא וואס שטופן דאס אפ אויף נאך ט' באב, אדער מאכן פאות פאר די דריי וואכן, אבער מעיקר הדין קען מען מאכן אין די דריי וואכן; איך האב געמאכט פאות פאר מיין זון הערשל נרו יאיר אין די דריי וואכן, כ"ג תמוז.


פארגעס נישט פונעם עיקר, דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו שטייסט דא, דו מאכט פאות פאר דיין זון, און בעט דעם אייבערשטן פאר אלע דיינע קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1671 - גיין צו די עלטערן אנגעטון ווי זיי ווילן
שלום בית, כיבוד אב ואם, חיזוק פאר פרויען, קליידער, שייטל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיינע שיעורים, ספעציעל די חיזוק פאר פרויען, וואס איז מיר זייער מחזק און העלפט מיר אסאך אין לעבן. איך ווארט יעדע וואך אויף דעם וועכנטליכן קונטרס "עצתו אמונה", עס איז ממש מחי' נפשות, איך טרעף דארט ענטפערס אויף פילע פון מיינע שאלות אין לעבן.


ווען מיר עסן שבת ביי מיינע עלטערן, טו איך זיך אן געהעריג, אבער איך טו זיך נישט אן די שייטל, ווייל מיין טאטע איז נישט מסכים אז עס זאל אריינקומען א שייטל ביי אים אין שטוב, זייט מען האט אנגעהויבן צו מאכן דא א גרויסע טומל קעגן שייטלעך, איז ער זייער שטארק קעגן דעם, און דעריבער גיי איך נישט אהין מיט'ן שייטל.


אבער איך האב געזען לעצטנס א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן פאר א פרוי אז ווען מען גייט ארויס זאל מען זיך אנטון נארמאל ווי עס פאסט, ווייל דער מאן וויל זען זיין ווייב שיין אנגעטון. איז מיין שאלה אויב איך זאל יא אהינגיין אנגעטון מיט'ן שייטל און ערשט דארט זיך טוישן צו א סנוד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שלח, מברכים החודש, כ"ה סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז אייער טאטע וויל נישט איר זאלט קומען צו אים אין שטוב מיט א שייטל איז דאך קלאר וואס איר האט צו טון; מאכט אים א נחת רוח און גייט צו אים אין שטוב ווי אזוי ער וויל.


מען רעדט באופן כללי, ווען מען גייט ארויס פון שטוב איז גוט צו גיין אנגעטון; ווען מען איז שיין אנגעטון ווערט מען מכובד אין דעם מאן'ס אויגן.


ווען איר גייט צו אייערע עלטערן זאלט איר זיי מאכן א נחת רוח; עס איז נישטא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי פרייליך מאכן עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1670 - זאלן מיר שיקן דוקא צו א מוסד וואו מען רעדט אויף אידיש?
חינוך הילדים, מוסדות, אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיינע שיעורים.


מיר וואוינען אין בני ברק, מיר ווילן זייער שטארק שיקן אונזער טאכטער צו א קינדערגארטן וואו מען רעדט אויף אידיש, אבער די קינדערגארטנס נעבן אונזער הויז איז נישט חסידיש און מען רעדט נישט אויף אידיש, אויב ווילן מיר שיקן צו א פלאץ וואו מען רעדט אידיש דארף מיר גיין א לענגערע וועג אהין, איז כדאי זיך אנצושטרענגען צו שיקן דוקא נאר דארט וואו מען רעדט אויף אידיש, אדער עס איז נישט אזוי וויכטיג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שלח, מברכים החודש, כ"ה סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז כדאי צו שיקן צו א מוסד וואו מען רעדט אידיש, אפילו עס איז נישט אזוי נאנט צום שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1669 - נאך פאלן פאר אזויפיל יארן, קען איך זיך נאך צוריק כאפן?
קדושה, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אמונה, ספרי ברסלב, שמחה, תשובה, עבירות, עצבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין ברוך ה' זוכה צו הערן אביסל שיעורים און חיזוק פון אייך, עס געבט מיר חשק און ווילן צו זיין אן ערליכער איד, די שיעורים ציען מיר צו תורה און עבודה, יראת שמים און חסידות, עס רעדט צו מיין הארץ און איז מעורר מיין נשמה.


איך וויל זיך אביסל אויסרעדן וואס ליגט מיר אויפ'ן הארץ, אזוי ווי איך מוטשע זיך שוין אזויפיל יארן מיט שווערע איבערלעבענישן, און איך קען זיך נישט בארואיגן, אפשר וועט דער ראש ישיבה מיר קענען עפעס העלפן.


היינט צו טאגס בין איך ברוך ה' א אינגערמאן, מיט א ווייב און עטליכע קינדער, און איך פרוביר צו לערנען און דאווענען און דינען דעם אייבערשטן; איך מוז אבער צוריק מישן דעם בלעטל עטליכע יאר צו פארשטיין אין וועלכע גרוב איך בין אריינגעפאלן דורכאויס די יארן.


זייענדיג א קינד אין כתה ז' האט א אינגל פון מיין קלאס אנגעהויבן טשעפען מיט מיר, ער האט געטון מיט מיר עבירות רחמנא ליצלן, און דאס האט ווייטער אנגעהאלטן אריין אין כתה ח', און אזוי איז עס געגאנגען ווייטער, ער איז מיטגעקומען מיט מיר אין ישיבה קטנה, אבער דארט האט זיך עס נאך מער פארברייטערט צו א גאנצע נעץ פון בעלי עבירה רחמנא ליצלן, פילע וואס זענען געטשעפעט געווארן און דערנאך אנגעהויבן טשעפען אנדערע, עס איז געווען אסאך עבירות דארט ה' ישמרנו.


אין ישיבה גדולה האב איך זיך ערשט געכאפט ווי טיף אין דער ערד איך בין, איך האב זיך אנגעהויבן נעמען אין די הענט אריין ברוך ה', און פרובירט מיט אלע כוחות זיך צוריק צו האלטן פון די אלע עבירות און נארישקייטן, עס איז מיר געלונגען נאר פאר א ממש א קורצע צייט, אבער דעמאלט בין איך געכאפט געווארן דורך א געוויסע ארגאניזאציע וואס האט מיר געשיקט צו א פסיכיאטאר, וואס ער האט מיר ארויפגעלייגט אויף מעדעצין פאר א שטיק צייט.


איך האב ברוך ה' חתונה געהאט, זוכה געווען צו גאר א וואוילע ערליכע פרוי מיט גוטע מידות, איך האב געמיינט אז דא וועט זיך ענדיגן מיינע פראבלעמען, עס האט זיך מיר געדאכט אז נאך די חתונה בין איך שוין פטור געווארן פון מיינע נסיונות, דער יצר הרע איז אבער נישט געגאנגען שלאפן, איך האלט שוין א שיינע פאר יאר נאך די חתונה, און איך פאל נאך ווייטער כסדר דורך אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה, רחמנא ליצלן, אויף א שרעקליכן פארנעם.


נאך די חתונה האב איך טאקע פרובירט צו גיין פאר הילף אויף עטליכע פלעצער, עס האט מיר אבער נישט געהאלפן. איך בין ווידער געגאנגען צום דאקטער, וואס האט געזאגט אז אין מיין מצב וועט נאר העלפן מעדעצין, און איך האב טאקע גענומען מעדעצין פאר א שטיק צייט און עס האט געהאלפן אביסל, שפעטער האב איך ווידער אנגעהויבן נעמען מעדעצין, אבער ס'האט אויך נאר געהאלפן פאר ווי לאנג איך האב עס גענומען.


יעצט שטיי איך אין זייער א שווערע פלאץ ברוחניות, איך פאל דורך כמעט יעדן טאג, און מיין הארץ וויינט דערויף. איך פרוביר צו טון גוטע זאכן, לערנען א שיעור יעדן טאג, דאווענען שחרית מנחה מעריב, וואס איז געווענליך מיט א קאלטקייט אן קיין געפיל, איך גיי אין מקוה יעדן טאג, און איך פרוביר זיך צוריק צו האלטן פון שלעכטע כלים וואס מ'קען זען אויף זיי שלעכטע זאכן. עס מאכט זיך אבער צומאל אז איך טרעף זיך יא ביי א קאמפיוטער אדער אנדערע כלים אויף וואס איך זע שלעכטע זאכן, און אזוי שלעפ איך זיך מיט מיינע נסיונות און דורכפעלער איינמאל און נאכאמאל, איך קען נישט טרעפן קיין היילונג פאר מיין זעל וואס וויינט אין מיר מיט ביטערע טרערן אויף מיין וואקלדיגע רוחניות'דיגער מצב; אויסער די אנדערע פראבלעמען אין געזונט, שלום בית, און נאך, וואס איך שפיר אז זיי זענען א תוצאה פון דעם.


איך בעט דעם  ראש ישיבה שליט"א ברחמים ותחנונים ער זאל רחמנות האבן אויף מיר און מיר ווייזן א וועג ארויס פון דעם פארפלאנטערן געמויזעכטס אין וואס איך געפין זיך. ווי אזוי שטארקט מען זיך איבער'ן שווערן יצר הרע? ווי אזוי ווערט מען אן אמת'ער ערליכער איד? קען איך נאך האבן א פרייליכע, רואיגע, ערליכע לעבן?


דער אייבערשטער זאל געבן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אסאך כח ווייטער אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט פון מחזק זיין אידישע קינדער און זיי צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער ביטער ווען מען איז פוגם בברית, אלעס ווערט חרוב, מען ווערט א פארוואגלטער מענטש. מען ווערט א נערוועזער, א בייזער און א שלעכטער. מען פארלירט די מח, מען פארלירט די געזונט; אלעס גייט צוגרינד פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן.


די עבירה איז אזוי שלעכט, אז די ספרים הקדושים זאגן, ווער עס פאלט אריין אין די עבירה - קען זיך פון דעם נישט ארויסזען, מען בלייבט פארקראכן, מען איז נישט זוכה צו תשובה. דער זוהר הקדוש זאגט (עיין זוהר הקדוש פרשת וישב, דף קפח ע"א; לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ה) אויף די חטא איז געזאגט געווארן (משלי ב, יט): "כָּל בָּאֶיהָ", אלע וואס ווערן נכשל אין די עבירה, "לֹא יְשׁוּבוּן", קענען זיך מער נישט אומקערן, "וְלֹא יַשִּׂיגוּ", און זיי קענען נישט דערגרייכן, "אָרְחוֹת חַיִּים", די וועג צו לעבן; זיי קענען נישט תשובה טון.


עס איז נישטא א הארבערע עבירה ווי פוגם זיין בברית. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה, חַיָיב מִיתָה", דער וואס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - איז חייב מיתה. נאך זאגן חז"ל (שם): "כְּאִילוּ שׁוֹפֵךְ דָמִים", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה, איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכות דמים. אזוי אויך: "כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", עס איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן.


דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור און אונז געשיקט דעם הייליגן רבי'ן, דער נחל נובע מקור חכמה, וואס זאגט אונז (שיחות הר"ן, סימן עא): "שֶׁבְּזֶה הַמַּאֲמָר זוֹהַר אֵין שׁוּם אָדָם מֵבִין הַפְּשָׁט", אין דעם שטיקל זוהר פארשטייט נישט קיינער פשט, "רַק הוּא לְבַד", נאר דער רבי אליינס, דער רבי זאגט עס העלפט יא תשובה, "וְהַכְּלָל, שֶׁבֶּאֱמֶת מוֹעִיל תְּשׁוּבָה בְּוַדַּאי עַל חֵטְא זֶה", עס העלפט יא תשובה אפילו אויף די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, "אֲפִילּוּ אִם הִרְבָּה לִפְשֹׁעַ, חַס וְשָׁלוֹם", אפילו אויב מען האט אסאך געזינדיגט אין די חטא פון פגם הברית חס ושלום - קען מען אויך תשובה טון; דער עיקר תשובה איז זיך פארנעמען דאס מער נישט צו טון.


אז דו ווילסט פאררעכטן וואס דו האסט פוגם געווען - זאלסטו זיך מתבודד זיין; דערצייל דעם אייבערשטן אלעס וואס דו האסט געטון ביז אהער און אלעס וואס דו טוסט נאכאלץ. דערצייל אים, שמועס מיט אים כידבר איש אל רעהו, אזוי ווי מען רעדט זיך אויס און מען שמועסט זיך אויס - מיט א גוטע פריינט. דאס זאלסטו טון אויף דיין שפראך וואס דו ביסט געוואוינט צו רעדן, דיין מאמע לשון; אזוי וועסטו זיך קענען בעסער ארויסברענגען. אזוי זאלסטו טון יעדן טאג מיט עקשנות, ביז דער אייבערשטער וועט דיר העלפן.


ווער עס פאלט נעבעך אריין אין די עבירה - העלפט אים גארנישט; טערעפי העלפט נישט, גארנישט העלפט, נאר דער רבי קען העלפן; מיט די עצות פון רבי'ן קען מען ארויסגיין פון דעם, מען קען צוריק ווערן א געזונטער מענטש, און אויך קען מען ווערן א גרויסער צדיק.


דעריבער זאלסטו אזוי טון, רעד זיך אויס צום אייבערשטן, דערצייל אים אלעס וואס דו האסט געטון - במחשבה, דיבור ומעשה; זיי זיך מתוודה צום באשעפער, זאג אים אלעס ווי און ווען עס האט זיך אנגעהויבן.


דו האסט דאך א טענה; עס האט זיך אנגעהויבן אלס קינד, קיינער האט צו דיר נישט גערעדט, מען האט דיר נישט געלערנט וואס מען טאר נישט טון, און אזוי ביסטו אראפגעפאלן טיפער און טיפער אינעם טיפסטן אפגרונד רחמנא לצלן.


לפי מוהרא"ש ביסטו בכלל נישט קיין מזיד. מוהרא"ש זאגט, עס איז נישטא אזא זאך א איד זאל זינדיגן במזיד. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן פט) אויף דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, ב): "עֲבֵירָה גוֹרֶרֶת עֲבֵירָה", איין עבירה שלעפט די צווייטע עבירה. "כְּשֶׁאָדָם עוֹבֵר עֲבֵירָה חַס וְשָׁלוֹם", ווען א מענטש זינדיגט חס ושלום, "אֲזַי הָעֲבֵרָה גּוֹרֶרֶת אוֹתוֹ לַעֲבֹר עֲבֵירוֹת אֲחֵרוֹת וְכוּ'", שלעפט אים די עבירה צו זינדיגן אין נאך אן עבירה וכו'; קומט אויס אז אויב מען האט איינמאל געזינדיגט בשוגג, ווער רעדט נאך אז מען האט בכלל נישט געוויסט וואס מען טאר נישט טון, אזוי ווי דו שרייבסט באריכות דיין עבר וכו' וכו' - שלעפט דאס צו נאך עבירות, דער אייבערשטער זאל אונז אפהיטן דערפון; קענסטו דאס טענה'ען צום באשעפער, אים בעטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיר העלפן תשובה טון, און אננעמען דיין תשובה.


ביים אנהויב וועט דיר דאס בכלל נישט זיין קיין גרינגע זאך, ווייל ווען מען זינדיגט, בפרט ווען מען זינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - רייסט מען זיך אפ פון די אמונה, עס קומט אריין מחשבות פון אפיקורסות, מען שפירט נישט אלוקית, מען שפירט נישט אייבערשטער; דורכדעם ווערט שווער דאס רעדן צום אייבערשטן, ווייל מען מיינט אז קיינער הערט נישט אויס, אבער אז דו וועסט זיך עקשנ'ען, דו וועסט נישט אפלאזן, דו וועסט וויינען צו אים און שרייען צו אים: "ה' הושיעה, העלף מיך אייבערשטער!" און אפילו דו האסט נישט קיין געפילן, דו שפירסט נישט ווי א רחמנות, עס קומט דיר נישט צו וויינען - זאלסטו רעדן טריקענע תפילות אן קיין ענדע, וועסטו זען ווי דו וועסט פטור ווערן פונעם יצר הרע, דו וועסט ווערן אן ערליכער איד.


מאך זיך שיעורים אין רבינ'ס ספרים - וועסטו זען נאך אסאך עצות, דו וועסט האבן אסאך חיזוק נישט צו פאלן.


איך האב דיר נאר געשריבן אויפ'ן שפיץ גאפל די א' ב' ווי אזוי מען קען געהאלפן ווערן.


נאך איין וויכטיגע זאך; דו קענסט נישט ארומגיין א גאנצן טאג צעבראכן און דערקלאפט, ווייל צעבראכנקייט ווארפט אראפ דעם מענטש אין פגם הברית, ווידער שמחה היט דעם מענטש. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קסט) ווען א מענטש איז פרייליך - היט אים דער אייבערשטער אליינס אפ פון פגם הברית; זאלסטו זיך זייער היטן פון מרירות און דערביטערטקייט, נאר פרייליך; א גאנצן טאג זאלסטו זיין פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1668 - רעדן מיט שדכנים, אדער בעטן א שידוך נאר פונעם אייבערשטן?
שידוכים, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, סגולות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זיך זייער מחזק מיט די שיעורים, ובפרט מיט די טעגליכע "חיזוק יומי", אין אייער זכות האב איך צוריק אנגעהויבן לערנען תורה, איך זאג ברוך ה' אסאך משניות, איך בין מעביר סדרה יעדע וואך, אויך לערן איך ברסלב'ע ספרים, און צומאל אויך גמרא. איך בין זיך מתבודד יעדן טאג פאר א שעה צייט, געווענליך טו איך עס ביינאכט. איך גיי יעדן טאג אין מקוה, און איך זאג יעדן טאג דעם תיקון הכללי נאך שחרית. יישר כח פאר אלעס, ספעציעל פאר די אמונה און בטחון וואס איך באקום פון די שיעורים.


איך בין א בחור פון 17 יאר, פאר דריי יאר צוריק בין איך אריינגעפאלן אין שלעכטע זאכן, איך האב נישט געהיטן אויף שמירת עינים און קדושת הברית, קיינער האט מיר נישט אנגעווארנט אז מען טאר נישט טון די זאכן, איך בין אריינגעפאלן אין ביטערע זאכן, און איך לייד נאך ביז יעצט פון דעם.


איך וויל שוין חתונה האבן, איך וועל האבן א פרייליכע לעבן מיט קדושה און טהרה, איך בעט אסאך דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף מיר און מיר שוין ברענגען מיין שידוך, ווייל עס איז מיר זייער שווער אנצוגיין מיט די ביטערע נסיונות, איך בין צעהאקט און צעבראכן פון מיינע שלעכטע תאוות, איך וויל שוין חתונה האבן און זיין אן ערליכער איד. איך בין געווען איין מאל ביים ציון פון מוהרא"ש אין יבנאל און דארט אויסגעזאגט תהלים.


מיינע חברים פארשטיין נישט פארוואס איך יאג זיך אזוי חתונה צו האבן, אין אונזער געגנט איז נישט איינגעפירט חתונה צו האבן אזוי יונג, אבער איך וויל שוין אזוי שטארק חתונה האבן, זאל איך רעדן מיט שדכנים אדער נאר בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם?


ווען איך גיי אויפ'ן גאס און עס קומען מיר אנטקעגן נסיונות אין שמירת עינים, בייג איך אראפ די אויגן, אבער עס ברענגט מיר נאכאלץ שלעכטע מחשבות, און אויך זעט עס אויס מאדנע אז פלוצלינג אינמיטן גיין הויב איך אן אראפצוקוקן. אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר זאגן וואס איך קען טון צו זיין אן אמת'ער ערליכער איד, אן אמת'ער צדיק, צו היטן אויף שמירת עינים, שמירת הברית און שמירת המחשבה, און זיין אלץ פרייליך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א שידוך האט נישט מיט שדכנים און מיט קיינעם, נאר מיט'ן אייבערשטן; א שידוך האט מיט תפילה, בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג ער זאל דיר העלפן טרעפן דיין זיווג.


דארפסט נישט קיינעם רופן, דארפסט צו קיינעם נישט רעדן; תפילה איז די עצה פאר א שידוך. דער רבי זאגט (ספר המדות אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשׂוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים וְהַגוּנִים", דורך תפילה איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים.


נעם די סגולה וואס דער רבי זאגט (ספר המדות אות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס גייט שווער צו טרעפן א שידוך זאל זאגן אסאך די "קרבנות הנשיאים"; פון (במדבר ז, א): "וַיְהִי בְּיוֹם כַּלּוֹת משֶׁה לְהָקִים אֶת הַמִּשְׁכָּן", ביזן סוף, וואס דאס איז די קריאה וואס מען ליינט חנוכה (עס איז געדרוקט אין יעדע סידור ביי קריאת התורה, קריאה לחנוכה), און ווען דו ענדיגסט זאגן די "קרבנות הנשיאים" זאלסטו זאגן די הארץ רייסנדע תפילה וואס מוהרא"ש האט געמאכט פאר בחורים און מיידלעך:


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין צוּ טְרֶעפְן אַ גוּטֶע שִׁידוּךְ, אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן שְׁנֶעל אוּן גְרִינְג אוּן נִישְׁט דַארְפְן וַוארְטְן מֶער אַזוֹי לַאנְג.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ וֵוייס אַז אִיךְ הָאבּ זִיךְ נִישְׁט אוֹיפְגֶעפִירְט וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, אוּן אַז אִיךְ בִּין נִישְׁט אֵייבִּיג גֶעוֶוען אַזוֹי וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ. אִיךְ בֶּעט דִיר אָבֶּער, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז דוּ זָאלְסְט נִישְׁט קוּקְן אוֹיף דֶעם אוּן צוּלִיבּ דֶעם צוּרִיק הַאלְטְן מַיין שִׁידוּךְ. זֵיי מִיר מוֹחֵל אוֹיף אַלֶעס וָואס אִיךְ הָאבּ נִישְׁט גוּט גֶעטוּן, אוּן הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין שְׁנֶעל חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דָאס וֶועט מִיר הֶעלְפְן אוּן רַאטֶעוֶוען אַז אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט טוּן קַיין עֲבֵירוֹת אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זַיין וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ.


וָואס זָאל אִיךְ טוּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם? פוּן מַיין זַייט בִּין אִיךְ גְרֵייט חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן הַיינְט נַאכְט! וָואס קֶען אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט גֶעטְרָאפְן מַיין שִׁידוּךְ? אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר שׁוֹין אַזוֹי לַאנְג אַז אִיךְ וִויל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דֶערְוַוייל אִיז עֶס נָאכְנִישְׁט אָנְגֶעקוּמֶען.


דִי חַזַ"ל זָאגְן אוּנְז אַז וֶוען אֵיינֶער הָאט חֲתוּנָה נָאךְ דִי צְוָואנְצִיג יָאר, וֶועט עֶר שׁוֹין זַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן דוּ זָאגְסְט אוֹיף אַזַא מֶענְטְשׁ אַז זַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין. פַארְוָואס זָאל מִיר קוּמֶען אַזַא הַארְבֶּער עוֹנֶשׁ אַז אִיךְ זָאל מַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן אַז מַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין? וָואס בִּין אִיךְ דֶען שׁוּלְדִיג? פַארְוָואס קוּמְט עֶס מִיר? אִיז מִיר נִישְׁט גֶענוּג דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע פַּיין אוּן וֵוייטָאג וָואס אִיךְ הָאבּ פוּן דֶעם אַלֵיין אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט חֲתוּנָה גֶעהַאט?


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן סַבְלָנוּת אוּן גֶעדוּלְד, אוּן אוֹיסְוַוארְטְן מִיט רוּאִיגְקֵייט בִּיז אִיךְ וֶועל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין קֻשְׁיוֹת אוֹיף דִיר. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל גְלֵייבְּן מִיט אַ שְׁטַארְקֶע אֱמוּנָה אַז דוּ טוּסְט אַלֶעס נָאר צוּם גוּטְן, אוּן יֶעדֶע זַאךְ הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אוּן מִיט דֶעם זָאל אִיךְ זִיךְ שְׁטַארְקְן אוּן נִישְׁט זַיין אַזוֹי צוּבְּרָאכְן פוּן מַיינֶע שְׁוֶוערִיקַייטְן.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נָאר דוּ קֶענְסְט מִיר פַארְשְׁטֵיין! נָאר דוּ וֵוייסְט מַיינֶע גֶעפִילְן! וִוי אַזוֹי אִיךְ שְׁפִּיר זִיךְ אַזוֹי פַארְשֶׁעמְט אוּן דֶערְנִידֶערְט פוּן מִיר אַלֵיין! אַז אַלֶע מַיינֶע חֲבֵרִים הָאבְּן שׁוֹין חֲתוּנָה גֶעהַאט אוּן נָאר אִיךְ בִּין גֶעבְּלִיבְּן אַלֵיין! הֶעלְף מִיר אַז דִי בִּזְיוֹנוֹת זָאלְן זַיין פַאר כַּפָּרַת עַווֹנוֹת אַז מִיט דֶעם זָאל אִיךְ אָפְּקוּמֶען אַלֶע מַיינֶע עֲבֵירוֹת, אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט דַארְפְן לַיידְן אַזוֹיפִיל אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן בְּקָרוֹב.


אִיךְ וֵוייס אוּן אִיךְ גְלֵייבּ, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אַז דוּ וֶועסְט מִיר זִיכֶער נִישְׁט פַארְלָאזְן. סוֹף כָּל סוֹף וֶועל אִיךְ זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. אוּן דֶערְפַאר בֶּעט אִיךְ דִיר, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז וֶוען אִיךְ וֶועל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן זָאל אִיךְ זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן אַ גוּטֶע שָׁלוֹם בַּיִת, אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט קְרִיגְן אִינְדֶערְהֵיים, עֶס זָאל שְׁטֶענְדִיג הֶערְשְׁן בַּיי אוּנְז אַהֲבָה וְאַחְוָה וְשָׁלוֹם וְרֵעוּת, מִיר זָאלְן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן אוּן הָאבְּן אַ גְלִיקְלִיךְ לֶעבְּן אִינְאֵיינֶעם, אוּן אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט דַארְפְן גֶט'ן חַס וְשָׁלוֹם.


הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג זַיין אַ וַתְּרָן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג מְוַותֵּר זַיין אוּן נִישְׁט זִיךְ קְרִיגְן נָאר שְׁטֶענְדִיג אַרוֹיסְהֶעלְפְן. מִיר זָאלְן הָאבְּן אַ פְרֵיילִיכֶע הוֹיז, עֶס זָאל זִיךְ שְׁפִּירְן דִי שִׂמְחָה אִין דִי לוּפְט בַּיי אוּנְז אִינְדֶערְהֵיים. אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן גֶעזוּנְטֶע אוּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער, אִיךְ זָאל זֵיי אוֹיפְצִיעֶן אוֹיפְ'ן עֶרְלִיכְן אִידִישְׁן וֶועג אוּן זֶען אַסַאךְ אִידִישׁ נַחַת פוּן זֵיי. מַיין שְׁטוּבּ זָאל זַיין אָפְן פַאר אַנְדֶערֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער אַרַיינְצוּנֶעמֶען אוֹרְחִים אוּן צוּ טוּן אַסַאךְ צְדָקָה אוּן חֶסֶד.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה, אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין, אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, [אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֶם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה], אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1667 - מיין מאמע איז זייער מצער מיין טאטע, ווי אזוי קען איך איר מכבד זיין?
כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פיל אביסל שלעכט מיט מיינע פילע שאלות, וואס זאל איך אבער טון אז ס'איז מיר שווער.


איך דארף זייער וויכטיג חיזוק אויף מכבד צו זיין מיין מאמע. איך רעד דוקא פון מיין מאמע און נישט פון מיין טאטע, ווייל איך זע ווי מיין מאמע לייגט אוועק מיין טאטע, ער גייט צוגרונד פון איר, זי איז אים זייער נישט מכבד, שיין געזאגט, די קינדער איז זי מער מכבד פון מיין טאטע, ווייל די טערעפי האט איר אנגעזאגט אזוי.


מיין טאטע האט געהאט א שווערע יוגנט, און אנשטאט אז נאך די חתונה זאל אים בעסער ווערן, איז אים זייער שווער.


איך ווייס אז איך דארף נישט אלעס זען, אבער איך קען נישט ווערן בלינד. למשל ביי א שבת'דיגע סעודה, ווען מיין מאמע מאכט אוועק מיין טאטע, וואס זאל איך טון? איך ווער ממש פארפרוירן, איך קען מער נישט אריינברענגען זאכן צום טיש, און אזוי ווייטער.


דער ראש ישיבה האט אן עצה פאר מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


קינדער טארן זיך נישט אריינמישן און נעמען א צד ווען עלטערן קריגן זיך, קינדער דארפן מכבד זיין די עלטערן - זאל זיין וואס זאל נאר זיין.


איר מיט אייער חכמה זאלט מכבד זיין אייער טאטע; איר זאלט אים פרעגן זאכן ווי אזוי צו טון און וואס צו מאכן, ער זאל שפירן ווי א טאטע, ער זאל שפירן ווי מען מאכט אים נישט אוועק. אויך זאלט איר מכבד זיין אייער מאמע; איר זאלט בשום אין אופן נעמען א צד, איר זאלט זיי ביידע מכבד זיין.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון כיבוד אב ואם, רבי שמעון בר יוחאי זאגט (ירושלמי קידושין א, ז): "גָדוֹל הִיא כִּיבּוּד אָב וָאֵם", עס איז אזוי גרויס די מצוה פון מכבד זיין טאטע און מאמע, "שֶׁהֶעֱדִיפוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יוֹתֵר מִכְּבוֹדוֹ", דער אייבערשטער זאגט אונז, זייט מער מכבד טאטע מאמע ווי דעם אייבערשטן אליינס.


וואויל איז דעם וואס איז מכבד טאטע מאמע, וועט ער באקומען שכר אויף די וועלט און יענע וועלט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פאה א, א): "אֵלּוּ דְּבָרִים שֶׁאָדָם אוֹכֵל פֵּירוֹתֵיהֶן בָּעוֹלָם הַזֶּה, וְהַקֶּרֶן קַיֶּמֶת לּוֹ לָעוֹלָם הַבָּא, כִּיבּוּד אָב וָאֵם וְכוּ'", דער אייבערשטער באצאלט שכר פאר די מצוה פון כיבוד אב ואם סיי אויף די וועלט און סיי אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1666 - זאל איך נאכאמאל איבערזינגען די זמירות שבת אינדערהיים?
שבת קודש, חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, מנהגים, ראש ישיבה, עבודת השם, זמירות שבת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס קומט יעצט זומער, איך וועל אי"ה נאכאמאל האבן די זכי' צו זיין א מלמד אין לויף פונעם זומער, לערנען תורה ויראת שמים מיט מיינע טייערע תלמידים.


ביי אונז אין קעמפ איז אויסגעשטעלט אז פרייטאג צו נאכטס זינגען די מלמדים מיט די אינגלעך די זמירות ביז קידוש אין בית המדרש נאכ'ן דאווענען, אין די צייט מאכן די מדריכים די סעודה ביי זיך אינדערהיים, און דערנאך גייען די מלמדים אהיים צו זייער באנגעלאו מאכן זייער סעודה.


מיין שאלה איז צי איך דארף איבערזינגען די זמירות נאכאמאל אינדערהיים אלס חינוך, אדער פעלט עס נישט אויס ווייל איך האב שוין געזינגען אין שול, בפרט אז מיין גרויסער זון קומט דאך אויך אין שול און הערט מיר דארט זינגען, און מיין משפחה ווייסט אז איך זינג אין שול מיט די תלמידים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ביי אונז אין ישיבה אין די זומער וואכן, ווען די בחורים עסן אינאיינעם די סעודות שבת, בלייב איך מיט זיי נאכן דאווענען זינגען זמירות: "שלום עליכם", "רבון כל העולמים" און "אשת חיל", ווייל עס זענען דא בחורים וואס קומען פון שטיבער וואס מען זעצט זיך גלייך עסן, מען זינגט נישט קיין זמירות וכו', וויל איך זיי ווייזן ווי אזוי א שבת סעודה דארף אויסזען; סעודות שבת הויבט מען אן מיט זמירות, מען זינגט לכבוד די מלאכים, מען באגריסט די מלאכים וואס באגלייטן דעם איד אהיים פון שול.


נאכן זינגען מאכט א בחור קידוש פאר די בחורים, און נאך קידוש גיי איך אהיים מאכן די סעודה מיט מיין משפחה. שפעטער נאך די סעודה קום איך צוריק צו די בחורים זינגען מיט זיי זמירות און שיינע ניגונים לכבוד שבת.


ווען איך קום אהיים זינג איך איבער די זמירות: "שלום עליכם", "רבון כל העולמים" און "אשת חיל", ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קד) אז זמירות שבת איז דער עיקר פון אידישקייט; וויל איך מיינע קינדער זאלן אויך זינגען זמירות, און ווייל עס איז גאר אנדערש די סעודה ווען מען הויבט עס אן מיט זמירות.


אויך לכבוד די מלאכים וואס באגלייטן אהיים פון שול. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט:): "שני מלאכי השרת מלוין לו לאדם בערב שבת מבית הכנסת לביתו", צוויי מלאכים באגלייטן דעם איד פון שול אהיים פרייטאג צו נאכטס, "אחד טוב ואחד רע", א גוטער מלאך און א שלעכטער מלאך, ווען מען קומט אהיים און אלעס איז גוט, די שטוב איז צאמגענומען, עס איז דא א שיינע געדעקטע טיש מיט שבת ליכט, און די בעטן זענען שיין געמאכט - וואונטשט דער גוטער מלאך א ברכה: "יהי רצון שתהא לשבת אחרת כך", עס זאל זיין די ווילן פונעם אייבערשטן אז דעם קומענדיגן שבת זאל אויך זיין אזוי שיין, און דער שלעכטער מלאך האט נישט קיין אנדערע ברירה, ער מוז צושטימען און אויך וואונטשן. און אויב חס ושלום די שטוב איז נישט אזוי ווי עס דארף צו זיין וואונטשט דער שלעכטער מלאך אז די קומענדיגע וואך זאל אויך אזוי זיין, און דער גוטער מלאך דארף בעל כרחו זאגן אמן; ממילא פאסט אז ווען די מלאכים קומען אהיים זאל מען זיי באגריסן מיט שלום עליכם.


אזוי אויך די תפילה פון "רבון כל העולמים"; דאס איז דאך א מורא'דיגע תפילה, דאס וועקט אויף דאס הארץ צום אייבערשטן. דער הייליגער רבי נתן פלעגט גיסן טייכן טרערן ביי די תפילה, אזוי אויך אנשי שלומינו זאגן די תפילה מיט א שטארקע בענקשאפט צום אייבערשטן. מען קען שפירן דעמאלט זייער א גוטע טעם, ווייל די שטוב איז פול מיט מלאכים. אויסער די צוויי מלאכים - קומען מיט טויזנטער מלאכים וואס ווערן באשאפן דורכאויס די וואך פון אלע מצוות וואס א איד טוט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא ויקהל, א): "עַל כָּל מִצְוָה שֶׁאָדָם עוֹשֶׂה", אויף יעדע מצוה וואס א איד טוט, "מוֹסְרִין לוֹ מַלְאָךְ", געבט מען אים א מלאך, "לְשָׁמְרוֹ" אים צו היטן; דעריבער איז זיכער בעסער נאכאמאל צו זינגען די זמירות און נאכאמאל זאגן די תפילה אין שטוב ביים שבת טיש, צוליב די אלע טעמים.


אזוי אויך שבת אינדערפרי מאך איך אלץ איבער קידוש אין שטוב, אפילו מיר מאכן קידוש אין שול, ווייל א סעודה הויבט זיך אן מיט קידוש. אזוי ווי די מעשה וואס האט פאסירט ביים הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו. איינער האט ארויסגעלאזט א שמועה אז דער חתם סופר זכותו יגן עלינו מאכט נישט קיין קידוש שבת אינדערפרי, ווען באמת פלעגט ער מאכן קידוש, גיין אביסל לערנען און נאכדעם מאכן די סעודה. איינמאל איז געווען ביי אים א גאסט, יענער האט נישט געוויסט אז דער חתם סופר האט שוין קידוש געמאכט, ער איז געקומען צו די סעודה און געזען ווי דער היילגער חתם סופר גייט זיך וואשן אן מאכן קידוש, איז ער געגאנגען זאגן אז דער חתם סופר מאכט נישט קיין קידוש; פון דעמאלט האט ער אלץ איבערגעמאכט קידוש.


אזוי אויך וויל איך אז מיינע קינדער זאלן נישט זאגן אז זומער זינג איך נישט קיין שלום עליכם און שבת אינדערפרי מאכט מען נישט קיין קידוש; קינדער דארפן זען גאנצע שיינע סעודות.


וואויל איז דעם וואס מאכט שיינע סעודות; ער זינגט זמירות און דערציילט מעשיות פון צדיקים - וועט ער זוכה זיין צו אמונה, און די קינדער וועלן האבן אמונה.


סעודות שבת איז אמונה, אזוי ווי רבי שמעון בר יוחאי זאגט (זוהר יתרו, פח.): "וּבָעֵי לְאִתְעַנָּגָא בְּכֻלְהוּ סְעוּדְתֵי", מען דארף האבן פארגענוגן ביי אלע דריי סעודות שבת, "וּלְמֶחֱדֵי בְּכָל חַד וְחַד מִנַּיְהוּ", און מען דארף זיין פרייליך ביי אלע דריי סעודות, "מִשׁוּם דְּאִיהוּ מְהֵימְנוּתָא בְּכֻלְּהוּ שְׁלֵימָתָא", ווייל די סעודות שבת ברענגט אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.