שאלה אין קורצן ענין
#1740 - ענדערש שערן די האר, אדער ענדערש א קורצערע שייטל?
שלום בית, צניעות, חיזוק פאר פרויען, שערן די האר, שייטל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער שוין א לענגערע צייט די שיעורים, איך ליין די בריוו, און איך בין זיך זייער מחזק דערמיט, און עס האט מיר אויך אסאך געהאלפן פאר מיין שלום בית.


ביי אונז אין די משפחה גייט מען מיט לאנגע שייטלעך, מען גייט מיט קליידער פון די לעצטע מאדע, און מען שערט זיך נישט די האר. איך האב אבער געליינט אסאך אין די בריוו איבער די הארבקייט אז א חתונה געהאטע פרוי מוז אפשערן די האר, און איך האב באשלאסן אז איך גיי דאס טון, די מעשה איז אבער אז מיין מאן האט נישט געוואלט אזוי גרינג מסכים זיין צו דעם. נאר נאך אסאך רעדן צו אים און נאכ'ן אים ווייזן די בריוו איבער דעם, איך האב אים געוויזן וואס דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט איבער די געוואלדיגע ברכות און גוטע זאכן וואס קומט צו א פרוי וואס איז זוכה זיך צו שערן די האר, האט ער אנגעהויבן זיך בייגן, און ער האט געזאגט אז ער איז מסכים איך זאל זיך שערן די האר אבער נאר אויב איך בלייב מיט מיין גאר לאנגע שייטל, און אויב וויל איך קורצער מאכן די שייטל דאן קען איך נישט שערן די האר.


איך בין זייער מסופק וואס איז די ריכטיגע זאך יעצט צו טון. איך ווייס אז מיט די צייט וועט דער אייבערשטער העלפן און ביידע זאכן וועלן זיין מסודר אויפ'ן ריכטיגן וועג, אבער יעצט אויף די מינוט קען איך טון נאר איינס פון די צוויי, וועלכע זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס אז זייער הארב און אויך א גרויסע סכנה אז מען זעט ארויס די האר פון א פרוי. דער הייליגער זוהר זאגט (נשא קכה:): "תּוּנְבָא לֵיתֵי" א קללה זאל קומען, "עַל הַהוּא בַּר נָשׁ" אויף דעם מענטש, "דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ" וואס לאזט זיין ווייב, "דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר" אז עס זאל זיך ארויסזען איר האר פון קאפ. "וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָהּ" און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. "וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁהּ לְבַר" און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, "לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ" זיך שיין צו מאכן, "גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא" איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, "וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא" און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב. "וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא" אזוי אויך איז זי גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. "מַאן גָּרִים דָּא" ווער איז דאס אלעס גורם? "הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר" די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס"; און פארשטייט זיך אז פארקערט איז נאך מער, א פרוי וואס געבט אכטונג אז אירע האר זאל זיך נישט ארויסזען - וועט האבן אלע ברכות, און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער.


אודאי און אודאי זאלט איר זיך אפשערן, אפילו איר וועט זיך דארפן אנטון א שייטל וכו'. איך האב מיטגעהאלטן כמה פעמים אזעלכע שאלות ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אינגעלייט זענען געקומען פרעגן וואס זיי זאלן טון בנוגע זיך אפשערן און גיין מיט א שייטל, פלעגט מוהרא"ש זאגן: "זאג דיין ווייב זי קען גיין מיט א שייטל ביז דער ערד - אבי זיך שערן".


מוהרא"ש פלעגט זייער אסאך רעדן מען זאל נישט גיין מיט קיין לאנגע שייטל. ער האט געוויזן אויף זיינע אקסלען אז א שייטל זאל נישט זיין לענגער ווי די אקסל און געבעטן מען זאל גיין מיט אן איידעלע שייטל; מיט דעם האט מוהרא"ש געזאגט אז זיך שערן איז נאך מער וויכטיג, און ענדערש גיין מיט א שייטל וכו'; ווייל א אידישע פרוי טאר נישט גיין מיט אפענע האר.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1739 - זאל איך בויען א בונקער זיך צו ראטעווען פון א נוקלאערע קריג?
לימוד התורה, פחדים, סכנה, נייעס, מלחמה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער ווי יעדער רעדט אז עס קומט חס ושלום א נוקלאערע קריג מיט רוסלאנד, אפילו די מקובלים זאגן שוין אויך אזוי, איך בין זייער נערוועז דערפון און איך קען נישט איינשלאפן ביינאכט, יעדעס מאל וואס איך הער עפעס אן אלארם ווער איך דערשראקן, איך טראכט צו בויען א בונקער אונטער מיין הויז, אבער איך ווייס נישט אויב עס וועט מיך העלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אינטערעסאנט אז דו ווערסט דערשראקן פון נייעס וואס איז אלץ נאר דמיונות, און פון זיכערע זאכן - ווערסטו נישט דערשראקן; דאס איז דאך זיכער אז איין טאג וועט קומען א גרויסער מלאך, אויסגעצויגן ביזן הימל, מיט אפאר טויזנט אויגן, דער מלאך וועט קומען מיט א גרויסע שווערד און צונעמען די נשמה; פון דעם מלאך קען זיך קיינער נישט ארויסדרייען, ער איז שטערקער פון יעדן איינעם; אינטערעסאנט אז פון דעם מלאך האסטו נישט מורא, דו זארגסט זיך גארנישט פאר דעם; וואלסט געדארפט פרעגן אויב דו זאלסט בויען א בונקער אונטער דיין הויז, זיך צו באשיצן פון אים.


איך בעט דיר זייער, בוי זיך א בונקער אין דיין הויז זיך צו באשיצן פון נוקלעאר און פון אלעם שלעכטס. בוי עס מיט תורה; מאך זיך א שיעור צו לערנען יעדן טאג פרקים משניות און בלעטער גמרא, אויך בוי עס מיט קאפיטלעך תהילים, דאס וועט דיר באשיצן פון אלעם שלעכטס. אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (הקדמה, דף יא.): "תָּא חֲזֵי", קום און זע, "כַּמָּה הוּא חֵילָא תַּקִּיפָא דְּאוֹרַיְיתָא", ווי שטארק איז די כח פון די הייליגע תורה, "וְכַמָּה הוּא עִלָּאָה עַל כֹּלָּא", און ווי שטארק דערהויבן איז די תורה מער פון אלעס, "דְּכָל מַאן דְּאִשְׁתְּדַּל בְּאוֹרַיְיתָא", ווייל דער וואס לערנט די הייליגע תורה, "לָא דָּחִיל מֵעִלָּאֵי", שרעקט זיך נישט פון אויבן, "וְתַתָּאֵי", און ער שרעקט זיך נישט פון אונטן; אז מען לערנט תורה האט מען נישט מורא - נישט פון מלאכים און נישט פון מענטשן, ווייל די תורה היט דעם מענטש פון אלעם שלעכטס. "וְלָא דָּחִיל" אויך האט מען נישט מורא, "מִמַּרְעִין בִּישִׁין דְּעָלְמָא", פון קיין שום שלעכטע פאסירונג פון די וועלט. "בְּגִין דְּאִיהוּ אָחִיד", ווייל דער וואס לערנט תורה, ער כאפט זיך אן - "בְּאִילָנָא דְחַיֵּי", אינעם עץ החיים, די בוים פון לעבן - "וְיַלִּיף מִינֵּיהּ בְּכָל יוֹמָא", דאס מיינט מען דעם אייבערשטן; דער וואס לערנט תורה כאפט זיך אן כביכול אינעם אייבערשטן אליינס.


"דְּהָא אוֹרַיְיתָא", ווייל די תורה, "תּוֹלִיף לְבַר נָשׁ", לערנט דעם מענטש - "לְמֵיזַל בְּאֹרַח קְשׁוֹט", צו גיין אויף אמת'דיגע וועגן, "תּוֹלִיף לֵיהּ עֵיטָא", עס לערנט דעם מענטש עצות, "הֵיךְ יָתוּב קַמֵּי מָארֵיהּ", ווי אזוי זיך צוריק צו קערן צום אייבערשטן; אפילו ווער עס איז געפאלן אין בלאטע, ער טוט נעבעך עבירות, אויב וועט ער לערנען די הייליגע תורה - וועט די תורה אים ווייזן די וועג ווי אזוי ארויס צו קריכן פון בלאטע, ווי אזוי צו ווערן אן ערליכע איד, "לְבַטְלָא הַהִיא גְּזֵרָה", און צו מבטל זיין גזירות.


"דְּאֲפִילּוּ אִתְגְּזַר עֲלֵיהּ דְּלָא יִתְבַּטֵּל הַאי גְּזֵרָה", אפילו ווען עס איז נגזר געווארן א גזירה אויף די גזירה, אז מען וועט נישט קענען מבטל זיין די גזירה, "מִיָּד אִתְבַּטֵּל וְאִסְתָּלַּק מִנֵּיהּ", דורך תורה וועט די גזירה יא בטל ווערן, "וְלָא שַׁרְיָא עֲלֵיהּ דְּבַר נָשׁ בְּהַאי עַלְמָא", און די גזירה וועט נישט זיין אויף אים, "וּבְגִין כָּךְ", דערפאר - "בָּעֵי לֵיהּ לְבַר נָשׁ לְאִשְׁתַּדְּלָא בְּאוֹרַיְתָא", דארף מען לערנען די הייליגע תורה, "יְמָמָא וְלֵילֵי", בייטאג און ביינאכט, "וְלָא יִתְעַדֵי מִינָהּ", און זיך נישט אפלאזן פון די תורה, "הֲדָא הוּא דִכְתִיב", אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (יהושע א, ח): "וְהָגִיתָ בוֹ", זאלסט לערנען די תורה, "יוֹמָם וָלַיְלָה", בייטאג און ביינאכט. "וְאִי אִתְעַדֵּי מִינָּהּ דְּאוֹרַיְיתָא", ווייל אויב מען לערנט נישט די הייליגע תורה, "אוֹ אִתְפְּרַשׁ מִינָהּ", אדער מען שיידט זיך אפ פון גיין אין די וועג פון די תורה, "כְּאִלּוּ אִתְפְּרַשׁ מֵאִילָנָא דְחַיֵּי", איז דאס אזוי ווי מען שיידט זיך אפ פונעם אייבערשטן אליינס; עיין שם.


הער נישט קיין נייעס - וועסטו לעבן א חיים טובים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1738 - ווען מען דארף עפעס, אויף וועלכע וועג זאל מען עס בעטן דעם אייבערשטן?
תפילה והתבודדות, ספיקות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך ה' איך בין אנגעקומען צו אייערע הערליכע שיעורים און מיין לעבן האט זיך געטוישט, איך בעט אסאך דעם אייבערשטן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל האבן כח ווייטער צו געבן שיינע שיעורים און שרייבן הערליכע בריוו.


איך האב געוואלט פרעגן וועגן רעדן צום אייבערשטן, ווען מען האט א פראבלעם, זאל מען בעטן נאר אויף וואס איך מיין אז דאס איז יעצט מיין שטער, אדער בעט מען פאר בכלליות פאר די גאנצע זאך וואס מען דארף יעצט? צום ביישפיל אויב דארף איך א קאר און איך גיי צום דילער, זאל איך בעטן דעם אייבערשטן אז דער פארקויפער זאל יעצט האבן א גוטע קאר פאר מיר און פאר מיין פרייז וואס איך וויל, אדער דארף איך בעטן דעם אייבערשטען סתם פאר א גוטע קאר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בעט דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך, לייג אוועק אלע חכמות, און בעט דעם אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך. דער רבי זאגט (ספר המדות אות תפילה, סימן לז): "עַל כָּל הַדְּבָרִים", אויף אלע זאכן, "הֵן עַל דָּבָר גָּדוֹל", סיי אויף גרויסע זאכן, "הֵן עַל דָּבָר קָטָן", און סיי אויף קליינע זאכן - "תִּתְפַּלֵּל", זאלסטו דאווענען צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1737 - ווי אזוי קען איך צוקומען צו א ריינע מחשבה ביים דאווענען?
תפילה והתבודדות, דאווענען, מחשבות, מדריגות, פשטות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען אין צוואת הריב"ש פונם הייליגן בעל שם טוב זי"ע אז איידער א מענטש גייט דאווענען זאל ער טראכטן פון די גרויסקייט פונעם באשעפער, אזוי וועט ער מורא האבן פונעם אייבערשטן, און וואס מער מ'האט מורא פונעם אייבערשטן אלץ מער וועט מען אים ליב האבן, און ווען מ'הייבט אן דאווענען זאל מען טראכטן אז מ'גייט אלץ העכער ארויף ביז'ן אייבערשטן, און דעמאלט וועט מען שפירן ווי דער אייבערשטער נעמט ארום דעם מענטש פון אלע זייטן, וואס דאס איז די זיסטע זאך אויף די וועלט, און מ'וועט זיך אינגאנצן נישט שפירן, און מ'קען ממש אויסגיין פאר זיסקייט אין נאכדעים ווען מ'קומט צוריק מאכט דער אייבערשטער א נס אז די חיות זאל צוריק קומען און מ'זאל ווייטער לעבן.


איך האב עס אפאר מאל פרובירט אבער עס גייט מיר נישט, מיין הארץ איז קאלט ווי א שטיין, אפילו די פשוטע פירוש המילות קומט מיר אן שווער אינזין צו האבן, מיין קאפ פליט איבעראל נאר נישט אין סידור, איז נאך מעגליך איך זאל אויך זיין א צדיק און זוכה זיין צו די אלע גרויסע זאכן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געוואוין זיך צו צו רעדן און שמועסן מיט'ן אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך, מען קען זוכה זיין צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות דורך תפילה והתבודדות, דער הייליגער רבי האט דערציילט אז ער איז צוגעקומען צו וואס ער איז צוגעקומען דורך די הנהגה.


קוק וואס רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן, סימן קנד): "שֶׁעִקַּר מַה שֶּׁהִגִּיעַ לְמַדְרֵגָתוֹ, הוּא רַק עַל יְדֵי עִנְיַן 'פְּרָאסְטִיק'", דער רבי איז צוגעקומען צו זיינע גרויסע מדריגות נאר דורך זיך פירן פשוט, "שֶׁהָיָה מְדַבֵּר הַרְבֵּה וּמֵשִׂיחַ הַרְבֵּה בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ", ער האט אסאך געשמועסט און גערעדט צום אייבערשטן, "וְאָמַר תְּהִלִּים הַרְבֵּה בִּפְשִׁיטוּת", און ער האט געזאגט אסאך תהילים, "וְעַל יְדֵי זֶה דַּיְקָא הִגִּיעַ לְמַה שֶּׁהִגִּיעַ", און נאר אזוי האט ער זוכה געווען צו וואס ער האט זוכה געווען.


אז דו ווילסט זוכה זיין צו טהרת המחשבה, באקומען א קלארע לויטערע אמונה, שטענדיג ארום גיין מיט א ריינע מחשבה - זאלסטו רעדן און שמועסן מיט'ן אייבערשטן, אים דערציילן יעדע זאך און אים בעטן אויף יעדע זאך; דאס איז די וועג צו ווערן א גרויסער צדיק. דער רבי האט געזאגט (שם): "אַי אַי פְּרָאסְטִיק", ער האט זיך געבענקט צו די גרויסע עבודה פון דינען דעם אייבערשטן פשוט, "גַּם אָמַר", נאך האט דער רבי געזאגט, "שֶׁדִּבֵּר עִם כַּמָּה צַדִּיקִים גְּדוֹלִים", ער האט גערעדט מיט אסאך גרויסע צדיקים, "וְאָמְרוּ גַּם כֵּן", זיי האבן אים אויך געזאגט די זעלבע זאך, "שֶׁלֹּא הִגִּיעוּ לְמַדְרֵגָתָם", זיי זענען נישט צוגעקומען צו זייערע מדריגות, "כִּי אִם עַל יְדֵי עִנְיָן פְּרָאסְטִיק", נאר דורך די פשוטע עבודה, "שֶׁעָסְקוּ בַּעֲבוֹדָתָם בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר בְּהִתְבּוֹדְדוּת וְשִׂיחָה בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ", זיי האבן אסאך גערעדט צום אייבערשטן פשוטערהייט, און אסאך געשמועסט מיט'ן אייבערשטן, "וְעַל יְדֵי זֶה הִגִּיעוּ לְמַה שֶּׁהִגִּיעוּ, אַשְׁרֵי לָהֶם", און נאר אזוי זענען זיי צוגעקומען צו וואס זיי זענען צוגעקומען, וואויל איז זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1736 - וואס טוט מען ווען מען האט נישט קיין ברויט צום טיש?
חובות, שלום בית, אמונה, פרנסה, הפצה, בזיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


נעכטן האב איך מיטגעמאכט געפערליכע שרעקליכע בושות, איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געהאט אזעלכע בזיונות, מיין ווייב האט מיר געבעטן צו קויפן ברויט, און איך האב פשוט נישט געהאט קיין געלט צו קויפן א פעקל ברויט. ברוך ה' אז עס איז געווען אנדערע עסן אינדערהיים, געבליבן פון וואס מ'האט איינגעקויפט פאריגע וואך, אבער איך האב נישט געהאט קיין געלט צו קויפן א פעקל ברויט.


איך בין ארויס אין פארק זיך אביסל אויסלופטערן, פרובירנדיג אביסל צו פארגעסן פון מיין שווערע מצב, דערנאך בין איך געגאנגען דאווענען מעריב.


א חודש צוריק האב איך שוין נישט געקענט אויסהאלטן די בושות, האב איך געגעבן פאר מיין ווייב א קרעדיט קארד און איר געזאגט אז זי קען עס נוצן וויפיל זי וויל, איך האב געטראכט אז די באנק וועט מיר שוין נאכגעבן, אבער פאקטיש איז נישט אזוי געווען, די באנק האט פארמאכט דעם קארטל, איך האב געבעטן די קרעדיט קארד קאמפאני זיי זאלן צואווארטן אפאר טעג, אבער דער טאג דערנענטערט זיך שוין, און איך האב נישט פון וואו עס צו באצאלן. איך האף צום אייבערשטן אז ער וועט מיר העלפן, ווייל בדרך הטבע זע איך נישט קיין וועג ארויס פון דעם פלאנטער.


מיר עסן אום שבת ביי אונזערע עלטערן, דאס מאכט מיר אביסל גרינגער, אבער מיין ווייב וויל עסן שבתים ביי אונז אינדערהיים, און איך האב נישט קיין אנונג ווי אזוי איך וועל דאס קענען באצאלן.


איך וועל זיך פרייען צו באקומען עפעס חיזוק און עצות אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, כ' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך קען דיר זאגן וואס מוהרא"ש האט אונז געזאגט, מוהרא"ש האט אונז געזאגט, אז מיר וועלן עוסק זיין אין פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, קונטרסים און גליונות - וועלן מיר האבן שטענדיג געלט אין טאש, עס וועט נישט פאסירן אזא זאך אז די ווייב זאגט: "גיי קויף ברויט" - און מען האט נישט די פאר שקלים צו קויפן ברויט.


גיין הפצה איז נישט קיין פארשעמטע זאך; א פארשעמטע זאך איז אז מען נוצט קרעדיט קארדס און מען באצאלט נישט, ביז מען פארלירט די באגלייבטקייט ביי אלעמען, אבער גיין מזכה זיין אידישע קינדער מיט אמונה און בטחון - איז די שענסטע זאך.


איך ווייס נישט וואס דו טוסט דורכ'ן טאג, צי דו ארבעסט צי דו לערנסט אין כולל, עס איז נישט משנה; סיי וואס מען טוט קען מען נאכדעם גיין איידעלערהייט ביי די שטובער אויסטיילן לעבן פאר מענטשן און בעטן צדקה, דעמאלט האט מען אלץ געלט אין טאש.


נוץ נישט קיין קרעדיט קארד אויב דו ווייסט נישט ווי אזוי דו גייסט עס באצאלן. עס איז ערגער צו נוצן קרעדיט קארדס און נישט באצאלן - ווי נישט האבן ברויט צו נעמען אין מויל; ענדערש גיי צאמנעמען געלט ביי אידישע קינדער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שקלים א, א) אידישע קינדער זענען נתבעים ונותנים, ווען מען בעט זיי - געבן זיי; אידישע קינדער זענען א הייליג פאלק, זיי געבן צדקה; מען דארף נאר ארום גיין צאמנעמען.


דארפסט נישט דערציילן דיין ווייב אז דו האסט נישט קיין איין פרוטה אין טאש, זי וועט זיך דערשרעקן, זי וועט אריינפאלן אין א ביטערניש, זאג איר "איך ברענג שוין", "איך גיי שוין איינקויפן", און ביז דערווייל גיי אביסל ביי די הייזער אדער אין שול, און ווען דו גייסט צאמנעמען - זאלסטו זיך מתבודד זיין און בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיר געבן שפע.


פארליר זיך נישט, און האב נישט קיין קשיות אויף די אמונה. בלייב שטארק מיט אמונה און בטחון, דער אייבערשטער וועט דיר העלפן, דו וועסט נאך האבן גרויס שפע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1735 - זאל מען גיין אין מקוה אינעם זעלבן טאג וואס מען איז דורכגעפאלן?
קדושה, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, תשובה, מקוה, תיקון הכללי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אויב איז מען חס ושלום דורכגעפאלן אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה, רחמנא ליצלן, ביינאכט נאך די שקיעה, דארף מען גיין אין מקוה נאך יענעם טאג, אדער איז גענוג אז מען גייט אין מקוה דעם קומענדיגן אינדערפרי?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חיי שרה, מברכים החודש, כ"ד מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען דער הייליגער רבי האט מגלה געווען דעם תיקון הכללי האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא) בזו הלשון: "דאס ערשטע איז מקוה", נאכדעם האט דער רבי אונז מגלה געווען די צען קאפיטלעך תהילים.


דעריבער, אז דו ביסט נכשל געווארן - זאלסטו די ערשטע זאך גיין אין מקוה. אפילו דו ביסט שוין געווען אינדערפרי אין מקוה - זאלסטו גיין נאכאמאל; אז מען וואשט אויס א קלייד און עס ווערט שמוציג פארשטייט יעדער אז מען דארף דאס נאכאמאל ריין מאכן, און נאכאמאל ריין מאכן; אזוי אויך, אז מען איז געווען אין מקוה, מען האט זיך מטהר געווען פארן אייבערשטן און מען איז ליידער נכשל געווארן אינעם זעלבן טאג - דארף מען זיך גיין פונדאסניי רייניגן. אזוי ווי דער רבי זאגט (שם): "צְּרִיכִין לִזָּהֵר מְאֹד לִטְבֹּל בְּאוֹתוֹ הַיּוֹם שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם בִּלְתִּי טָהוֹר", מען זאל גיין אין מקוה אינעם טאג וואס מען איז נישט ריין, "וַאֲפִלּוּ אִם לֹא יוּכַל לִטְבֹּל בַּבֹּקֶר", און אז מען קען נישט גיין אינדערפרי, "עַל כָּל פָּנִים יִטְבֹּל בְּאוֹתוֹ הַיּוֹם, אֲפִלּוּ לִפְנוֹת עֶרֶב", זאל מען כאטשיג גיין פארנאכטס, "כִּי צְרִיכִין לִזָּהֵר מְאֹד לִטְבֹּל בְּאוֹתוֹ הַיּוֹם דַּיְקָא", מען זאל זיך טובל'ן אין יענעם טאג.


נעם די עצה פון רבי'ן, פון תפילה והתבודדות; זוך א שטילע פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און שמועס אויס דיין הארץ אויף דיין אייגענע שפראך, בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, זיי מיר מוחל, איך בין נאכאמאל אראפגעפאלן אין פגם הברית רחמנא לצלן, איך נעם זיך פאר איך גיי מער נישט זינדיגן. רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך האלט אין איין פאלן אין די עבירה, איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין ערליך"; אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן ביז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן אויף דיר.


דער רבי זאגט, התבודדות ותפילה - דאס איז די וועג, און ווער עס איז שטארק אין דעם וועט זוכה זיין אלעס צו פאררעכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1734 - ווי אזוי פאררעכט איך דאס וואס איך האב געמאכט אנדערע זינדיגן?
תפילות אויף אידיש, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, תשובה, הפצה, עבירות, משניות, גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אלס בחור פון דרייצן יאר, האב איך ליידער געטון אסאך עבירות, גאר אסאך פוגם געווען בברית רחמנא ליצלן, און איך האב אפילו נישט געוואוסט אז דאס איז אן עבירה און אז עס איז אזוי הארב.


איך האב געהאט א חבר וואס מיר האבן גערעדט אינאיינעם פון עבירות רחמנא ליצלן, און איך האב אים אויסגעלערנט צו טון עבירות רחמנא ליצלן, און פון דעמאלט האט ער אנגעהויבן זינדיגן און ער איז געפאלן נאך אסאך טיפער און ערגער פון מיר, איך ווייס שוין אפילו נישט ווי ווייט ער האלט היינט.


איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א און איך האב זיך אויסגעלערנט אז מען קען אלץ תשובה טון, עס טוט מיר אבער זייער וויי אז איך האב מכשיל געווען אויך אנדערע, איך ווייס נישט אויב איך קען דאס אויך פאררעכטן, און אויב יא, ווי אזוי?


איך בעט דער ראש ישיבה שליט"א זאל רחמנות האבן אויף מיר און מיר ווייזן א וועג ווי אזוי איך קען דאס פאררעכטן, ווי אזוי איך קען תשובה טון אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וירא, י"ד מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, די עבירה פון פגם הברית איז גאר א גרויסע עבירה. דער הייליגער שלחן ערוך זאגט (אבן העזר סימן כג, סעיף א): "אָסוּר לְהוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה, וְעָוֹן זֶה חָמוּר מִכָּל עֲבֵרוֹת שֶׁבַּתּוֹרָה", די עבירה פון פגם הברית איז הארבער פון אלע עבירות אין די תורה, עד כדי כך אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", דער וואס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - איז חייב מיתה. נאך זאגן די הייליגע חכמים (שם) ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה - "כְּאִילוּ שׁוֹפֵךְ דָמִים", איז אזוי ווי ער איז עובר אויף רציחה און שפיכות דמים. אזוי אויך: "כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", עס איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן.


מען פארלירט אלעס דורך די עבירה; מען ווערט קראנק, אלט און שוואך, מען ווערט אפגעשוואכט, פארעלטערט און מען פארלירט די כוחות. אזוי אויך: "עֵינָיו כֵּהוֹת, וְרֵיחַ רַע נוֹדֵף מִפִּיו", די אויגן ווערט אפגעשוואכט און עס הויבט אן גיין א שלעכטע גערוך פון מויל; "וְשַׂעַר רֹאשׁוֹ וְגַבּוֹת עֵינָיו וְרִיסֵי עֵינָיו נוֹשְׁרִים וְכוּ'", די האר פון קאפ פאלט ארויס, "וְהַרְבֵּה כְּאֵבִים חוּץ מֵאֵלּוּ בָּאִים עָלָיו", און עס ברענגט אסאך ווייטאג אויפ'ן מענטש (עיין אורח חיים, סימן רמ, סעיף יד).


וויי און ביטער איז ווען מען פאלט אראפ אין די עבירה; מען ליידט די גאנצע לעבן. מען באקומט פיינט; דורך די עבירה ווערן באשאפן קליפות וואס זענען זיך נוקם אינעם מענטש. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות נאוף, סימן כו): "עַל יְדֵי הוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה" ווען מען זינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית, מען איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן, "בּוֹרֵא קְלִפּוֹת" באשאפט מען קליפות, "הַמִּתְלַבְּשִׁים בִּבְנֵי אָדָם מִתְנַגְּדִים וְחוֹלְקִים עָלָיו" די קליפות גייען אריין אין מענטשן, זיי קריגן זיך מיט'ן מענטש, "וְעוֹשִׂין לוֹ יִסּוּרִין", און זענען אים מצער.


דאך זאלסטו וויסן אז דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור און אראפגעשיקט דעם הייליגן רבינ'ס נשמה אויף די וועלט, וואס ער הייבט אויף אלע נשמות וואס זענען אראפגעפאלן אין די עבירה, און דורך זיינע עצות ברענגט ער זיי אלע צוריק צום אייבערשטן. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עא): "קיינער פארשטייט נישט פשט אין דעם זוהר, נאר איך, און איך זאג אז עס העלפט יא תשובה, אפילו איינער וואס האט אסאך געזינדיגט קען נאך יא תשובה טון און קען אלעס פאררעכטן".


דער הייליגער רבי האט עצות פאר אלע וואס זענען אראפגעפאלן אין די עבירה. די ערשטע עצה איז זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן" אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד" אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך" - וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


מוהרא"ש זאגט, די שיחה הנ"ל גייט ארויף אויף לימוד ח"י פרקים משניות; אפילו איינער וואס איז נעבעך אריינגעפאלן אין שמוציגע מעשים, ער איז צוגעוואוינט פוגם צו זיין בברית רחמנא לצלן, ער קען זיך נישט אפטשעפען פון דעם, אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות - וועט אים די תורה ארויסנעמען פון זיינע נישט גוטע מעשים.


טייערער ברודער, איך בעט דיר זייער, מאך זיך א שיעור אין זאגן משניות - וועסטו אלעס פאררעכטן, נישטא נאך א זאך וואס זאל פארברענען די קליפות ווי די הייליגע תורה; ווען מען לערנט די הייליגע תורה ווערן די קליפות ומשחיתים בטל ומבוטל כעפרא דארעא, זיי ווערן אויס. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ראש השנה פרק ד, הלכה ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה, מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתֶם מִיְמֵיכֶם", ווען א מענטש איז מקבל אויף זיך צו לערנען די הייליגע תורה - רעכנט אים דער אייבערשטער אזוי ווי ער האט קיינמאל נישט געזינדיגט.


דאס זעלבע איז מיט גמרא, מאך זיך א שיעור אין גמרא. אפילו דו פארשטייסט נישט די גמרא - זאלסטו זאגן די ווערטער פון די גמרא אויפ'ן סדר דרך הלימוד וואס מיר האבן פון רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן עו): "אפילו מען פארשטייט נישט דאס לערנען, זאל מען ווייטער לערנען, מען זאל זאגן די ווערטער ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין"; גמרא וועט דיך ארויסרייסן פון די קליפה וואס ווארפט אראפ אין פגם הברית. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ריד): "'תַּלְמוּד' בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית', עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", תלמוד באטרעפט די זעלבע ווי די נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית, אז מען לערנט גמרא איז מען איר מכניע.


נאך אן עצה האט דער רבי פאר אונז, די עצה פון התבודדות ותפילה. יעדן טאג זאלסטו מאכן א צייט וואס דו וועסט דערציילן דעם אייבערשטן אלעס וואס דו האסט געטון, זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן און אים בעטן מיט א געוויין ער זאל רחמנות האבן אויף דיר. דו האסט דאך א טענה, דו קענסט טענה'ן אז מען האט דיר נישט געלערנט אין די יונגע יארן, דו קענסט שרייען:


"רבונו של עולם איך בין געווען א יונג קינד, א ריינע נשמה, קיינער האט מיר נישט געזאגט אז דאס טאר מען נישט טון, קיינער האט מיר נישט געזאגט די הארבקייט פון אנרירן דעם אות ברית קודש. רבונו של עולם, וואס זאל איך טון? איך בין א פארלוירענער, איך האב זיך צוגעוואוינט צו פוגם זיין בברית, איך בין אזא זינדיגער, איך זינדיג יעדן טאג, און אויך האב איך מכשיל געווען אנדערע חברים. רבונו של עולם איך זוך נישט זיך צו פטר'ן, איך זוך מיך נישט צו ריינוואשן, אבער איך האב א טענה, פארוואס האט מען מיר דאס נישט געלערנט? וואס קען איך יעצט טון? איך בעט דיר הייליגער באשעפער, פון יעצט געב מיר כח צו קענען אפלאזן די שלעכטע מעשים, געב מיר כח איך זאל קענען פאררעכטן, און אויך אלע וואס איך האב זיי מחטיא געווען - זאלן אלע תשובה טון"; אזוי זאלסטו שרייען יעדן טאג צום אייבערשטן, זאלסט נישט אפלאזן דעם אייבערשטן, זאלסט יעדן טאג זיך אויס'טענה'ען, ביז דער אייבערשטער וועט דיך מקרב זיין און אננעמען דיין תשובה.


גיי הפצה, גיי פארשפרייט די ספרים און קונטרסים פון הייליגן רבינ'ס עצות. דער רבי זאגט (ספר המדות אות ניאוף, סימן מא): "תִּיקוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָלָה, שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחְזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", עס איז א תיקון פאר פגם הברית אז מען זאל צוריקברענגען מענטשן צום אייבערשטן; גיי פארשפרייט די ספרים וואס זענען מגלה די הייליגע אמונה, דאס וועט זיין דיין תיקון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1733 - ווי אזוי שטארק איך זיך צוריק אנצוהויבן היטן שבת?
שבת קודש, תפילות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פרוביר צוריק צו קומען צו אידישקייט, צו זיין א פשוטער איד. איך האב זיך ברוך ה' אויסגעלערנט אז עס מאכט נישט אויס וואס עס איז געווען ביז יעצט און וואס עס וועט זיין שפעטער, דער עיקר איז צו קוקן אויף די יעצטיגע מינוט, און דאס העלפט מיר אסאך ארויס.


ווען עס קומט אבער צום שבת קודש מוטשע איך זיך זייער שטארק, איך וויל היטן שבת, אבער איך ווייס נישט פארוואס עס קומט מיר אן זייער שווער, איך שפיר ווי איך קען דאס נישט באווייזן. איך רעד צום אייבערשטן, איך שריי און איך וויין צו אים, אבער למעשה ווערט מיר נאר שווערער און שווערער יעדן שבת. איך שפיר יעדן שבת ווי איך ווער מער און מער אוועקגעשטופט אלץ ווייטער און ווייטער.


איז דא עפעס הדרכה און עצות וואס דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן אויף דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וירא, י"ד מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שמות רבה כה, יב): "אִם תִּזְכּוּ לִשְׁמֹר שַׁבָּת מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִלּוּ שְׁמַרְתֶּם כָּל הַמִּצְווֹת שֶׁבַּתּוֹרָה, וְאִם חִלַּלְתֶּם אוֹתָהּ מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִלּוּ חִלַּלְתֶּם כָּל הַמִּצְווֹת", ווער עס היט שבת איז אזוי ווי ער היט אפ די גאנצע תורה, און אויב חס ושלום מען היט נישט שבת - לייקנט מען בכל התורה כולה; היטן שבת איז אזוי גרויס אז ווער עס היט שבת - איז אים דער אייבערשטער מוחל אלע עבירות. אזוי אויך זאגן די הייליגע חכמים (שבת קיח:): "כָּל הַמְשַׁמֵּר שַׁבָּת כְּהִלְכָתוֹ, אֲפִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדָה זָרָה כְּדוֹר אֱנוֹשׁ, מוֹחֲלִין לוֹ", ווער עס היט שבת, אפילו ער האט געדינט עבודה זרה - איז אים דער אייבערשטער מוחל, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה נו, ב): "'אַשְׁרֵי אֱנוֹשׁ יַעֲשֶׂה זֹּאת וּבֶן אָדָם יַחֲזִיק בָּהּ, שֹׁמֵר שַׁבָּת מֵחַלְּלוֹ, וְשֹׁמֵר יָדוֹ מֵעֲשׂוֹת כָּל רָע', אַל תִּקְרֵי מֵחַלְּלוֹ אֶלָּא מָחוּל לוֹ".


היט שבת - וועסטו האבן אלעס גוטס. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת, שם): "כָּל הַמְעַנֵּג אֶת הַשַּׁבָּת נוֹתְנִין לוֹ נַחֲלָה בְּלִי מְצָרִים", ווער עס איז זיך מענג שבת, ער האט פארגענוגן שבת - געבט מען אים פון הימל גוטס אן קיין ענדע, נאך זאגן זיי (שם): "כָּל הַמְעַנֵּג אֶת הַשַּׁבָּת נוֹתְנִין לוֹ מִשְׁאֲלוֹת לִבּוֹ", ווער עס פריידט זיך שבת - געבט מען אים פון הימל אלעס וואס ער באגערט.


בעט דעם אייבערשטן די תפילה, און לייג צו דיינע אייגענע ווערטער - וועסטו זוכה זיין צו היטן שבת און שפירן א טעם אין שבת:


"הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל קענען היטן שבת, איך זאל מיך פרייען שבת; איך האב אזעלכע שווערע נסיונות. יעדע שבת ווערט מיר אזוי ביטער שווער, איך ווער אזוי צעבראכן און דערביטערט אז איך פארליר מיין שכל און איך בין מחלל שבת; הייליגער באשעפער העלף מיר, איך וויל זיין גוט, איך וויל היטן שבת, איך בעט דיר הייליגער באשפער העלף מיר איך זאל זיך קענען שטארקן, איך זאל זיין פרייליך, איך זאל ליב האבן שבת".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1732 - ווי אזוי נעם איך ארויס פון הארץ די פיינטשאפט צו מיין טאטע?
כיבוד אב ואם, אמונה, קשיות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה טוט פאר מיר, בעיקר פאר'ן מיך אויסלערנען דעם סדר דרך הלימוד.


איך האב געוואלט פרעגן א שאלה, דער ראש ישיבה רעדט אסאך פון מכבד זיין א טאטע, איך פרוביר דאס בעסטע עס צו טון, און איך טו עס ברוך ה'. וואס זאל איך אבער טון אז איך האב פשוט פיינט מיין טאטע פאר אלעס וואס ער האט מיך געטון וכו', אויב דער ראש ישיבה קען ביטע נעמען די פאר מינוט און מיר ענטפערן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וירא, י"ד מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


צוויי זאכן דארפסטו וויסן, איינס מען דארף מכבד זיין א טאטע - זאל זיין וואס זאל זיין; די תורה זאגט אונז (שמות כ, יא): "כַּבֵּד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶּךָ", נישט נאר ווען מען האט ליב דעם טאטן; א טאטע דארף מען מכבד זיין אין יעדן פאל.


צווייטנס, זאלסט קוקן אויף דיין טאטע מיט רחמנות; ווען מען קוקט מיט רחמנות איז גאר אנדערש. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רפב) אז מען זוכט אויף גוטס אין א צווייטן - ווערט יענער גוט.


שטארק זיך מיט אמונה אינעם אייבערשטן; נעם אריין אין דיר דעם געדאנק אז 'אלעס איז דער אייבערשטער; דיין טאטע, דיין מאמע, דיינע געשוויסטער, דו אליינס, דיין געלט און דיין אלעס - איז נאר אלוקות'.


פארוואס דער דארף ליידן, פארוואס דער איז ארעם און פארוואס דער מוטשעט זיך - אויבן איז דא אן ענטפער אויף דאס אלעס; וואס ווייסטו וואס איז געווען אינעם פריערדיגן גלגול... אפשר האסטו געפייניגט איינעם און יעצט דארפסטו דאס אליינס אריבערגיין? מען ווייסט גארנישט, מען דארף טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, דעמאלט איז גוט בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1731 - איז די סגולה פון מקוה מלכה אין יבנאל איז אן אמת'ע סגולה?
יבנאל, קינדער, מוהרא"ש, קברי צדיקים, סגולות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר זענען שוין מתפלל א לאנגע צייט געהאלפן צו ווערן מיט נאך קינדער, ספעציעל אז מיר האבן דערווייל נאר אינגלעך.


איך האב געוואלט פרעגן אויב די סגולה פון מקוה מלכה אין יבנאל איז אן אמת'ע סגולה? איז דא באקאנטע מעשיות פון אנשי שלומינו וואס זענען דארט געהאלפן געווארן?


מיר ווילן די וואך פארן קיין יבנאל, אבער איך וויל וויסן אויב ס'איז טאקע באמת דא אזא סגולה.


איך בעט דעם ראש ישיבה שליט"א זאל מתפלל זיין פאר אונז.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי איז דאס א אמת'ע סגולה; מוהרא"ש האט געבויט די מקוה טהרה מקוה מלכה אין יבנאל - מיט מסירת נפש. מען האט דאס געבויט שטילערהייט מיט מסירת נפש, ווייל דארט אין יבנאל איז דא א רב, א מסור - וואס האט טאג און נאכט גע'מסר'ט מוהרא"ש. דער רב איז א רב מטעם הערב רב, ער האט דארט א מקוה טהרה אן קיין מי גשמים, ער האט מכשיל געווען אלעמען מיט איסורי כריתות רחמנא לצלן. מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען פאר קדושתן וטהרתן של ישראל און געבויט די מקוה, און געזאגט אז די מקוה איז מסוגל פאר קינדער.


אויך ביים ציון פון מוהרא"ש קען מען פועל'ן ישועות, און מען קען דארט זייער תשובה טון. עס איז א וואונדערליכע פלאץ, אלע זאגן עדות אז ווען מען קומט אהין עפנט זיך דאס הארץ, מען קען תשובה טון. מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה (צוואת מוהרא"ש, סימן ה): "וּכְמוֹ בַּחַיִּים חַיּוּתִי נִתְעוֹרְרוּ עַל יָדִי אֲנָשִׁים בִּתְשׁוּבָה" אזוי ווי ווען איך האב געלעבט זענען דורך מיר נתעורר געווארן מענטשן תשובה צו טון, "כְּמוֹ כֵּן עַכְשָׁיו לְאַחַר הִסְתַּלְקוּתִי לְעֵילָא כְּשֶׁיָבוֹאִי אֶל קִבְרִי יִתְעוֹרְרוּ בִּתְשׁוּבָה שְׁלֵימָה" אזוי אויך נאכדעם וואס איך וועל אוועקגיין פון די וועלט, ווען מען וועט קומען צו מיין קבר - וועט מען אויך נתעורר ווערן צו תשובה טון, "וְיַמְשִׁיכוּ לְעַצְמָם יְשׁוּעוֹת וּפְלָאוֹת בְּעֶזְרָתוֹ יִתְבָּרַךְ, וְאֶהְיֶה לָהֶם לְמֵלִיץ יוֹשֶׁר בַּשָׁמַיִם, וְלֹא אָנוּחַ וְלֹא אֶשְׁקוֹט עַד שֶׁיִּהְיֶה לְמִי שֶׁבָּא אֶל קִבְרִי לְהִתְפַּלֵּל וְלִלְמוֹד יְשׁוּעָה שְׁלֵימָה מִן הַשָּׁמַיִם" און איך וועל נישט רוען ביז איך וועל פועל'ן פאר דעם מענטש וואס איז געקומען צו מיר א ישועה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1730 - איך בין שוין אזויפיל געפאלן, קען איך נאך ווערן אן ערליכער איד?
קדושה, תפילה והתבודדות, תשובה, עבירות, יונגע יארן, שמירת עינים, בחור, משניות, בר מצוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט מוז איך זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אויף די הערליכע שיעורים, איך בין זיך ממש מחי', דער ראש ישיבה שליט"א איז מיין לעבן, מיין רוחניות'דיגע לעבן און מיין גשמיות'דיגע לעבן, און יעצט וויל איך אנהויבן מיט מיין שווערע לעבנ'ס געשיכטע.


מען האט קיינמאל נישט גערעדט צו מיר גארנישט וועגן קדושה וטהרה, ווען איך בין מקורב געווארן צום ראש ישיבה און מוהרא"ש האב איך די ערשטע מאל געהערט איבער קדושה, איבער די הארבקייט פון די עבירה פון פגם הברית רחמנא ליצלן, און ליידער האט דאס מיר אפגעקאסט מיין לעבן.


שוין אין כתה ב' געדענק איך אז עטליכע חברים האבן זיך באהאלטן אינאיינעם און מיר צוגערעדט צו טון נישט איידעלע זאכן, זיך אנרירן איינער דעם צווייטן אויף א וועג וואס מען טאר נישט רחמנא ליצלן. שפעטער זייענדיג עלף יאר האב איך ווידער אראפגעפאלן, מיין מאמע האט געהאט א סמארטפאון מיט אפענע אינטערנעט, און איינמאל ווען זי האט געקויפט א נייע טעלעפאן, און איך בין געווען דעמאלט לאנגווייליג, האט דער יצר הרע זיך געשטארקט אויף מיר, איך האב גענומען דעם טעלעפאן, און יעדע נאכט געקוקט דארט די ערגסטע שמוציגסטע זאכן רחמנא ליצלן, און קיינער האט נישט געוואוסט דערפון, ביז איין נאכט האב איך אנגעטראפן א ווידיא פון א דרשה פונעם ראש ישיבה וואס האט מיר זייער מחזק געווען, און פון דעמאלט האב איך צוביסלעך אפגעלאזט דעם טעלעפאן, ביז איך האב מער נישט צוגערירט דערצו פאר עטליכע חדשים. אבער זייט דעמאלט איז שוין מיין מח געווען פארברענט, איך האב נישט געקענט מער לערנען און דאווענען, און ביז היינט האב איך שוין נישט קיין שום טעם אין לערנען.


א יאר שפעטער איז געקומען מיין גרעסטע ירידה, איך האב ווידער אנהויבן קוקן שמוציגע מאוויס, די ערגסטע זאכן, און איך בין געווען אין פארבינדונג מיט מיינ'ס א קאזינע, גאר א פארדארבענע, פון אינדרויסן זעט זי אויס ערליך, אבער אינעווייניג איז גענצליך פארדארבן. איך פלעג זיך טרעפן מיט איר און טון די הארבסטע עבירות רחמנא ליצלן.


אין יענע צייט בין איך געווען געפערליך צעבראכן און דעפרעסט, איך האב זיך ממש געוואלט נעמען דאס לעבן, איך האב נישט געהאט קיין שום טעם און סיפוק אין מיין לעבן; ביז איך האב ווידער אנגעהויבן הערן די שיעורים, און איך האב תשובה געטון.


יעצט האלט איך פאר מיין בר מצוה, איך גיי יעצט ענדיגן גאנץ משניות מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, איך שלאג זיך מיט אלע כוחות מיט מיין יצר הרע נישט צוריק צו פאלן צו די הארבע עבירות, אבער איין זאך איז מיר גאר שווער, איך קען זיך נישט מתגבר זיין אויף דעם, דאס איז צו קוקן אויף פרויען און מיידלעך. איך גיי אויפ'ן גאס מיט די קאפ אויף ארויף, און איך מוז קוקן אויף יעדע מיידל וואס גייט דורך, איך שפיר ווי עס איז מיר ממש נישט מעגליך צו היטן די אויגן.


איך וויל זיין אן ערליכער איד, אבער עס גייט מיר נישט. איך בעט דעם אייבערשטן אזוי סאך אז איך וויל זיך היטן די אויגן, וואס בין איך שולדיג אז דער יצר הרע איז שטערקער פון מיר און איך קען אים נישט בייקומען?


איך בעט דער ראש ישיבה שליט"א זאל מתפלל זיין פאר מיר, און מיר געבן עפעס עצות און חיזוק, ווייל איך קען זיך נישט ערלויבן נאכאמאל צוריק צו פאלן אין גרוב.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"ב מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס ערשטע זאך זאלסטו וויסן אז דער אייבערשטער איז מוחל אויב מען טוט תשובה, בפרט אז דו ביסט נאך א קינד, נאך אביסל גייסטו ווערן א בר מצוה בחור - קענסטו יעצט אנהויבן א נייער בלעטל אין לעבן. דער הייליגער זוהר זאגט (משפטים, צח.) ווען א קינד ווערט בר מצוה - ווערט ער ניי געבוירן, אזוי ווי עס שטייט (תהילים ב, ז): "אֲנִי הַיּוֹם יְלִדְתִּיךָ", ער באקומט א הייליגע נשמה, עיין שם.


דאס וואס דו פרעגסט וואס דו קענסט טון פאר שמירת עיניים? ווען דו גייסט אין גאס ברענט אין דיר א פייער צו קוקן אויף מיידלעך, דו ווערסט פארברענט, נאכדעם וואס דו ביסט שוין אראפגעפאלן אין די ערגסטע עבירות, קיינער האט דיר נישט געזאגט זיך צו היטן, דו האסט שוין עובר געווען אויף די הארבסטע עבירות, גילוי עריות רחמנא לצלן, און יעצט האסטו זיך דערוויסט פון הייליגן רבי'ן, און ווי מער דו הערסט און לערנסט פון רבי'ן - זעסטו אין וואס פאר א פלאנטער דו ביסט אריינגעפאלן.


נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן, פון זאגן יעדן טאג משניות; הויב אן ששה סדרי משנה כסדרן, גיי אין א סדר, פון מסכת ברכות און אזוי ווייטער. אפילו דו פארשטייסט נישט דאס לערנען - זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, דאס וועט אויסרייסן דיין אלטע געוואוינהייט, עס וועט דיר מאכן פאר א גרויסער צדיק. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, "שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד"; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך" - וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


רבי נתן האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "ווען דער רבי האט געזאגט דעם שיחה, האב איך געפרעגט דעם רבי'ן צי תורה קען העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן? האט דער רבי געשריגן אויף מיר און געזאגט: 'דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס'"; און אפילו אז א מענטש ליגט נעבעך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב ער וועט לערנען יעדן טאג 'כך וכך' וועט ער ווערן אן ערליכער איד.


אויך זאלסטו זיך מתבודד זיין; דערצייל דעם אייבערשטן דיין גאנצע פרשה, אלעס אלעס זאלסטו אים דערציילן, שעם זיך נישט. שמועס מיט'ן אייבערשטן אויף דיין שפראך, דערצייל אים אז דו האסט גארנישט געוויסט, מען האט דיר נישט געלערנט, און אזוי ביסטו נעבעך אנגעקומען צו די הארבסטע זאכן. און בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר פארגעבן און דיך מקרב זיין צו אים, אזוי זאלסטו טון טאג נאך טאג, וואך נאך וואך - וועסטו זען אז דער אייבערשטער וועט דיך מקרב זיין צו אים, און דו וועסט וואקסן א גרויסער צדיק.


די צוויי עצות וועלן דיר העלפן; דארפסט נאר האבן אביסל סבלנות, אויסווארטן מיט געדולד, מיט אסאך חיזוק. ווייל דער יצר הרע וועט זען ווי דו הויבסט אן אנטלויפן פון אים וועט ער דיר פרובירן נאכלויפן, ער וועט דיר נישט וועלן אזוי שנעל אויפגעבן. אבער שרעק זיך נישט, ווייל די הייליגע צדיקים, דער הייליגער רבי - איז שטערקער און גרעסער פון אלע קליפות, און מיט זיינע עצות און חיזוק וועסטו ווערן א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1729 - מיין שלום בית איז אויף גרויסע צרות, וואס טוט מען?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, פרנסה, שמחה, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח אויף די שיינע שיעורים און חיזוק יומי.


איך ווייס נישט פון וואו אנצוהויבן שרייבן, מיין לעבן איז מיר זייער ביטער. צום ערשט זע איך אז מיין מאן לייגט נישט קיין תפלין שוין פאר איבער א חודש, שוין אפגערעדט אז ער דאווענט נישט.


צווייטנס, מיין שלום בית איז אויף גרויסע צרות, מיין מאן איז אויפגערעגט אויף מיר און האט נישט קיין כח מיר צו העלפן מיט די קינדער, ער האט א פרנסה וואס ער ארבעט א גאנצן טאג, און אויסער דעם האט ער אנגעהויבן טון נאך ארבעט אין זייטיגע צייטן, אזוי אז עס קומט אויס אז ער איז כמעט קיינמאל אינדערהיים. איך שפיר אז אפשר דארף ער מיך בכלל נישט האבן, ווייל ווען איך רעד צו אים מאכט ער אזא פנים ווי ער פארשטייט בכלל נישט פארוואס איך רעד, ער ווייס נישט וואס איך וויל פון אים.


וואס טוט מען? איך שפיר אז עס איז נישט דא קיין ברכה אין גארנישט, איך ווארט וויכטיג אויף אן ענטפער וואס זאל מיך געבן חיזוק און כח ווייטער ממשיך צו זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"ב מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד) אלע צרות און אלע פראבלעמען קומען ווייל מען איז נישט פרייליך; ווען א מענטש איז פרייליך, ער זוכט אויף דאס גוטס וואס דער אייבערשטער געבט אים, ער לויבט און דאנקט דעם אייבערשטן - פאלן אוועק אלע פראבלעמען.


דערפאר אז עס איז אייך ביטער, איר האט נישט קיין שלום בית - זאלט איר אויפזוכן עפעס גוטס, סיי ביי אייך און סיי ביי אייער מאן - און דאנקען אויף דאס גוטס. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצה) דוד המלך האט שטענדיג געזוכט עפעס גוטס אויף וואס ער קען דאנקען דעם אייבערשטן; אפילו ווען דער אייבערשטער האט געברענגט אויף אים שלעכטס - האט ער געזוכט אין די שלעכטס עפעס גוטס. אזוי ווי דוד המלך דאנקט דעם אייבערשטן (תהלים ד, ב): "בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי", רבונו של עולם איך דאנק דיר אויף דעם וואס אין די צרה האסטו מיר ברייט געמאכט; אזוי ווערט טאקע ברייט, ווייל ווי נאר מען הויבט אן דאנקען, מען הויבט אן לויבן דעם אייבערשטן - ווערט זייער גוט.


אויך זאלט איר אויפהייבן אייער מאן'ס מוט, אים מחזק זיין און אים שטארקן. שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ" א קלוגע פרוי בויט אויף איר מאן, "וְאִוֶּלֶת בְּיָדֶיהָ תֶהֶרְסֶנּוּ" און א נארישע פרוי צעברעכט איר מאן; א פרוי מיט אביסל שכל קען זיך מאכן א גן עדן פון איר לעבן, זי מאכט פרייליך דעם מאן. זי דערשמעקט גלייך זיין מצב, און אז זי זעט ער איז יעצט נישט אזוי פרייליך - מאכט זי אים פרייליך; זי ווארט נישט ער זאל איר פרייליך מאכן און געבן גוטע ווערטער, זי טוט דאס, זי געבט גוטע ווערטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1728 - עס אינטערעסירט מיר מער נישט קיין שום פאליטיק
מלכות הרשעה, ספרי ברסלב, תכלית, פאליטיק, בחירות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז זיך באדאנקען אויף דעם וואס איך בין דאס מאל נישט געגאנגען שטימען ביי די בחירות דא אין ארץ ישראל, אין זכות פונעם ראש ישיבה שליט"א. איך האב זוכה געווען מקיים צו זיין די מצוה פון "ועשית ככל אשר יורוך" במשך די 14 שעה פון טאג, יעדע מינוט פון טאג האב איך געפאלגט וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן אז מען זאל נישט גיין צו די בחירות. אנדערש ווי די וואס גייען יא, מיט'ן אויסרייד אז זיי דארפן פאלגן זייערע רבי'ס און מקיים זיין דעם "ועשית ככל אשר יורוך" נאר איינמאל בשעת'ן אריינווארפן דעם צעטל...


איך מוז זיך באזונדער באדאנקען, ווייל איידער איך בין מקורב געווארן פלעג איך יא גיין צו די בחירות, מיט'ן לשם יחוד און דער גארטל, אזוי ווי מיינע אלטע חברים, און יעדעס מאל פלעג איך ליגן אין דעם מיט'ן גאנצן קאפ און מח, יעדע פאר מינוט האב איך נאכאמאל געדארפט רופן די נייעס קוועלער צו הערן וואו ס'האלט, וויפיל פראצענט האבן שוין געוועלט, וויפיל פראצענט פון יעדע קהלה האט שוין געוועלט, וואס מ'זאגט אלץ פאר ווער עס גייט געווינען, און אזוי ווייטער. שוין אפגערעדט די נאכט נאך די בחירות האב איך געדארפט אלעס מיטהאלטן ביז אינדערפרי, ווער עס האלט וואו. דאס יאר איז אבער געווען גאר אנדערש, איך האב געהערט וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז מיר האבן נישט קיין שום שייכות מיט די ערב רב, און איך האב דאס אויסגעפאלגט אינגאנצן, איך בין נישט געגאנגען וועלן, און איך האב בכלל נישט מיטגעהאלטן קיין שום נייעס איבער די בחירות, נישט פארדעם און נישט נאכדעם, און עס אינטערעסירט מיר כמעט נישט די גאנצע זאך.


איך בין געווען איבערגענומען פון מיר אליין ווי אזוי איך האב געהאט די שטארקייט אויף דעם, ממש פונקט פארקערט פון ווי אזוי איך האב זיך געפירט איידער איך בין מקורב געווארן, און דאס אלעס האב איך צו פארדאנקען דעם פאר'ן ראש ישיבה שליט"א.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש שרייבט קלאר אין אשר בנחל מען זאל נישט האבן מיט די ערב רב, מען זאל נישט האבן מיט זיי קיין שום מגע ומשא. די אלע וואס שרייען: "ועשית ככל אשר יוריך" - איז איין גרויסע ליצנות, איין שטיק בלאף, איין שטיק שקר; אלע פארטייען איז פאר איין ציל: פאר כבוד און געלט.


מער און מער מענטשן ווערן מיד און האבן מער נישט קיין כח צו די זאכן, מען זעט שוין קלאר אז אלעס איז איין שטיק פאליטיק; מען מאכט משוגע מענטשן, יעדע פארטיי - פאר זייער אייגענע אינטערעסן.


לערן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים - וועסטו באקומען א קלארע מח, א ריינקייט, א זויבערקייט; עס וועט דיר נישט אינטערעסירן קיין נייעס, קיין פאליטיק, וועסט קוקן אין א צייטונג אזוי ווי דער האן קוקט אין בני אדם.


דעם רבינ'ס ספרים פילטערט דעם מח, מען הויבט אן לעבן מיט תכלית, מען הויבט אן לעבן מיט זכרון בעלמא דאתי, מען הויבט אן טראכטן 'איין טאג וועל איך זיין א גוסס און א טויטער, מען וועט מיר אראפלייגן אויף דער ערד מיט די פיס צום טיר'; דעמאלט וועט אפיר קומען אלע בלעטער גמרא, אלע פרקים משניות, דעמאלט וועט אפיר קומען אלע ווערטער וואס מען האט גערעדט צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1727 - דארף מען זיך אפשפרעכן קעגן עין הרע?
אמונה, סגולות, עין הרע, אני מאמין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ישר כח פאר אלעס, בפרט אויף די פרויען שיעורים,  עס געבט מיר זייער אסאך חיזוק.


איך וויל פרעגן דעם ראש ישיבה אויב מען דארף זיך אפשפרעכן קעגן עין הרע יעדע שטיק צייט?


איך געדענק פון אלס קינד ביי מיין טאטע אינדערהיים אז מיין טאטע פלעגט אפשפרעכן די קינדער יעדן חודש, אויך האט מיר איינער פון מיין משפחה געזאגט אז דאס נעמט אראפ אלע סכנות פונעם מענטש. וואס האלט דער ראש ישיבה וועגן דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ו' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מיר האבן פון מוהרא"ש אנדערע וועגן אפצושפרעכן עין הרע. מוהרא"ש לערנט אונז מיר זאלן זיך מבטל זיין צום אייבערשטן; אז מען איז זיך מבטל צום אייבערשטן - קען קיינער גארנישט שלעכטס טון דעם מענטש. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (סנהדרין סז:) א כישוף מאכער'ן האט געוואלט מאכן כישוף אויפ'ן הייליגן אמורא רבי חנינא, האט איר רבי חנינא געזאגט: "אִי מִסְתַּיְּיעַת זִילִי עֲבִידִי, אֵין עוֹד מִלְּבַדּוֹ כְּתִיב", דו קענסט פרובירן מאכן כישוף וויפיל דו ווילסט, איך האב אבער נישט מורא פון דיר, ווייל עס שטייט אין די תורה (דברים ד, לה): "אֵין עוֹד מִלְּבַדּוֹ", עס איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן; זעט מען פון דעם אז ווען מען לעבט מיט'ן אייבערשטן ווערן בטל אלע דינים און אלע כישוף, עס שאדט נישט קיין שום עין הרע.


זעט צו זאגן יעדן טאג דעם יום תהילים און אויך די דרייצן אני מאמין'ס. דא האט איר די אני מאמין'ס אין אידיש, זאגט דאס יעדן טאג - וועט איר זיין אפגעהיטן פון אלע עין הרע:


1) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אז דער אייבערשטער, הוּא בּוֹרֵא ער באשאפט, וּמַנְהִיג און פירט, לְכָל הַבְּרוּאִים אלע באשעפענישן. וְהוּא לְבַדּוֹ און ער אליין, עָשָֹה האט געטון, וְעוֹשֶֹה און טוט אלעס אויף דער וועלט, וְיַעֲשֶֹה און וועט ווייטער אלעס טון, לְכָל הַמַּעֲשִֹים אלעס וואס פאסירט.


2) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אז דער אייבערשטער, הוּא יָחִיד ער איז איינער, וְאֵין יְחִידוּת און עס איז נישטא נאך א זאך וואס זאל זיין איינס, כָּמוֹהוּ, בְּשׁוּם פָּנִים אזוי ווי דער אייבערשטער וואס איז איינס. וְהוּא לְבַדּוֹ און ער אליינס, אֱלֹהֵינוּ איז אונזער באשעפער, הָיָה ער איז אייביג געווען, הֹוֶה ער איז שטענדיג דא, וְיִהְיֶה און וועט אייביג זיין.


3) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אז דער אייבערשטער, אֵינוֹ גוּף איז נישט קיין קערפער, וְלֹא יַשִֹּיגוּהוּ מַשִֹּיגֵי הַגּוּף און ער האט נישט קיין שום זאך וואס האט צו טון מיט א קערפער, וְאֵין לוֹ שׁוּם דִּמְיוֹן כְּלָל און מען קען אים נישט צוגלייכן צו קיין שום זאך.


4) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אז דער אייבערשטער, הוּא רִאשׁוֹן ער איז דער ערשטער, וְהוּא אַחֲרוֹן און ער וועט זיין דער לעצטער.


5) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אז דער אייבערשטער, לוֹ לְבַדּוֹ נאר צו אים אליין, רָאוּי לְהִתְפַּלֵּל דארף מען בעטן, וְאֵין רָאוּי און עס איז נישט ווערד, לְהִתְפַּלֵּל צו בעטן, לְזוּלָתוֹ פון קיינעם אנדערש.


6) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁכָּל דִּבְרֵי נְבִיאִים אֱמֶת אז אלע ווערטער פון די נביאים זענען אמת'דיג.


7) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁנְּבוּאַת מֹשֶׁה רַבֵּנוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם אז די נבואה פון משה רבינו, הָיְתָה אֲמִתִּית איז אמת'דיג, וְשֶׁהוּא הָיָה אָב לַנְּבִיאִים און אז משה רבינו איז געווען די טאטע פון אלע נביאים, לַקּוֹדְמִים לְפָנָיו די וועלכע זענען געווען פאר אים, וְלַבָּאִים אַחֲרָיו און פאר אלע וואס זענען געקומען נאך אים.


8) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁכָּל הַתּוֹרָה אז די גאנצע תורה, הַמְּצוּיָה עַתָּה בְיָדֵינוּ וואס מיר האבן היינט, הִיא הַנְּתוּנָה האט דער אייבערשטער געגעבן, לְמֹשֶׁה רַבֵּנוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם פאר משה רבינו.


9) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁזֹּאת הַתּוֹרָה אז די תורה וואס מיר האבן, לֹא תְהֵא מֻחְלֶפֶת וועט נישט פארטוישט ווערן, וְלֹא תְהֵא און עס וועט נישט זיין, תוֹרָה אַחֶרֶת קיין אנדערע תורה, מֵאֵת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ פונעם אייבערשטן.


10) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אז דער אייבערשטער, יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵֹה בְנֵי אָדָם ווייסט אלעס וואס מיר טוען און וואס אנדערע טוען, וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם און אלעס וואס מיר טראכטן און וואס אנדערע טראכטן, שֶׁנֶּאֱמַר אזוי ווי עס שטייט (תהלים לג, טו): 'הַיֹּצֵר יַחַד לִבָּם' דער אייבערשטער האט באשאפן אלע הערצער, 'הַמֵּבִין אֶל כָּל מַעֲשֵֹיהֶם' און ער ווייסט אלעס וואס מען טוט.


11) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אז דער אייבערשטער, גּוֹמֵל טוֹב באצאלט שכר, לְשׁוֹמְרֵי מִצְוֹתָיו פאר די וואס טוען די מצוות, וּמַעֲנִישׁ און ער באשטראפט, לְעוֹבְרֵי מִצְוֹתָיו די וואס פאלגן נישט זיינע מצוות.


12) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, בְּבִיאַת הַמָּשִׁיחַ אז משיח וועט קומען, וְאַף עַל פִּי שֶׁיִּתְמַהְמֵהַּ און אפילו עס נעמט שוין אזא לאנגע צייט, עִם כָּל זֶה אֲחַכֶּה לּוֹ בְּכָל יוֹם מיט דעם ווארט איך יעדן טאג, שֶׁיָּבוֹא אז ער זאל קומען.


13) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁתִּהְיֶה תְּחִיַּת הַמֵּתִים עס וועט זיין תחית המתים, בְּעֵת שֶׁיַעֲלֶה רָצוֹן מֵאֵת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ ווען דער אייבערשטער וועט דאס טון, וְיִתְעַלֶּה זִכְרוֹ לָעַד וּלְנֵצַח נְצָחִים און עס וועט דערהויבן ווערן זיין נאמען פאר אייביג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1726 - האט מוהרא"ש זי"ע געלאזט גיין צו די בחירות?
מלכות הרשעה, מוהרא"ש, בחירות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט א בריוו אין עצתו אמונה איבער די בחירות אין ארץ ישראל, אז דער ראש ישיבה שליט"א האלט אז מען זאל נישט גיין וועלן ביי די בחירות, און דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אז מוהרא"ש זי"ע האט אויך אזוי געהאלטן.


איך וואונדער זיך אויף דעם, ווייל איך האב געזען א בריוו וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן אסאך יארן צוריק אז מען זאל יא שטימען, און אז מען זאל שטימען פאר די ש"ס פארטיי.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר ערקלערן וואס מוהרא"ש זי"ע האט טאקע געהאלטן וועגן דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ז' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש האט אונז געלערנט מיר זאלן נישט האבן קיין שום שייכות מיט קיין שום פארטיי. עס זענען פארהאן צענדליגער בריוו אין ספר הקדוש אשר בנחל וואו מוהרא"ש שרייבט מען זאל גארנישט האבן מיט קיין שום פארטיי, מוהרא"ש האט אונז קלאר געזאגט נישט צו גיין צו די בחירות הטמאות.


דאס וואס איז געווען די לעצטע פאר יאר, וואס מוהרא"ש האט אסאך געשריבן וועגן "ברסלב למען ש"ס" - האט מוהרא"ש מיר געזאגט אז ער האט א סיבה וכו' וכו'. דאס איז געווען א בחינה פון הוראת שעה, מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "איך טו זייער אן איינגעשטעלטע זאך וכו'".


לאז זיך נישט פארדרייען דעם קאפ פון קיינעם, קוק אין די בריוו אין ספר אשר בנחל וואו מוהרא"ש איז מגלה ווער די ערב רב זענען און דאס שעדליכקייט פון האבן מיט זיי צוטון.


די אלע וואס שרייען: "מיר מיינען נישט קיין כבוד, מיר מיינען נישט קיין געלט" - איז א גרויסע בלאף, אלע פארטייען זענען איין גרויסע בלאף.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1725 - פארוואס לאכט מען פון מיר?
תהלים, בזיונות, זעלבס זיכערקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיינע שיעורים, איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס איך זע אסאך מאל ווי מענטשן קוקן אין מיין ריכטונג און זיי לאכן, איך שפיר אז זיי לאכן פון מיר. איך ווייס נישט צי זיי לאכן טאקע דוקא פון מיר אדער נישט, אבער דאס אליין אז מיינע מחשבות ציען אלץ אויף דעם וועג אז מסתמא לאכן זיי מיר אויס, דאס שטערט מיר זייער שטארק, וואס קען איך טון אז מענטשן זאלן נישט לאכן פון מיר, און וואס קען איך טון אז איך זאל נישט טראכטן אז מען לאכט פון מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת לך לך, ה' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קיינער לאכט נישט פון דיר, קיינער טראכט נישט פון דיר; מאך זיך נישט נאריש, און אפילו דו וועסט מיר אויפווייזן אז מען לאכט יא פון דיר - דארף דיר דאס נישט אנגיין; וואס קען דיר א צווייטער טון?


זאג תהילים, דארט וועסטו זען ווי דוד המלך זינגט צום אייבערשטן אן א שיעור מאל: "איך האב פון קיינעם נישט מורא, קיינער קען מיר גארנישט טון"; דאס וועט דיר געבן זעלבסטזיכערקייט, דו וועסט באקומען א שטארקע אמונה, עס וועט דיר מער נישט אינטערעסירן וואס דער זאגט און וואס יענער זאגט.


דוד המלך זינגט (תהילים נו, יב): "בֵּאלֹקִים בָּטַחְתִּי" איך פארלאז זיך אויפ'ן באשעפער, "לֹא אִירָא" איך האב פון קיינעם נישט מורא, "מַה יַּעֲשֶׂה אָדָם לִי" וואס קען מיר א מענטש טון?


דורך זאגן תהילים וועסטו באקומען א שטארקייט, א זעלבסטזיכערקייט צו לעבן מיט'ן אייבערשטן, עס וועט דיר נישט אינטערעסירן וואס מען זאגט אויף דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1724 - מעג איך גיין הפצה אן רשות פון מיין ווייב?
שלום בית, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט וויסן אויב איך מעג גיין הפצה אן מיין ווייב'ס רשות.


יישר כח


 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת לך לך, ה' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט אונז זייער אנגעווארנט מיר זאלן זייער אכטונג געבן מכבד זיין די ווייב און איר האלטן טייער. דער רבי האט אמאל געשמועסט (שיחות הר"ן, סימן רסג): "מֵעִנְיַן בְּנֵי הַנְּעוּרִים" פון דאס וואס מען זעט ביי יונגע פארפאלקער, "שֶׁשָּׁכִיחַ מְאֹד שֶׁנַּעֲשֶׂה קִלְקוּל בֵּינֵיהֶם וּבֵין נְשׁוֹתֵיהֶם" ווי זיי קריגן זיך מאן און ווייב, "וְנִפְרָדִים זֶה מִזֶּה אֵיזֶה זְמַן" און מען צעטיילט זיך, "וְלִפְעָמִים נַעֲשֶׂה מִזֶּה פֵּרוּד לְגַמְרֵי חַס וְשָׁלוֹם" און אמאל קומט דאס צו זיך גט'ן חס ושלום, "שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר" דאס קומט פונעם יצר הרע, "שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד" ער פארלייגט זיך זייער אויף דעם, "לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים" צו צעשטערן די שלום בית ביי אינגעלייט, "כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה" אזוי קען ער נאכדעם אריינכאפן די אינגעלייט און די יונגע פרויען אין זיין נעץ, זיי צו מאכן זינדיגן, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד" ווייל ער לאקערט אויף דעם זייער שטארק, "לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם" זיי צו צעטיילן, און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


דעריבער זאלסטו זיך נישט לאזן אריינכאפן אין זיין נעץ. זאלסט מכבד זיין דיין ווייב און זיך נישט קריגן, און אז דו פארשטייסט אז זי וויל נישט דו זאלסט זיין א ברסלב'ער - זאלסטו דאס טון מיט חכמה. מען דארף נישט אלעס דערציילן אין שטוב, "מִשֹּׁכֶבֶת חֵיקֶךָ שְׁמֹר פִּתְחֵי פִיךָ" (מיכה ז, ה), פון די אייגענע ווייב - היט אפ דיין מויל איר נישט אויסזאגן סודות; דו זאלסט איר מכבד זיין, אויך זאלסטו העלפן אין שטוב מיט די קינדער - און וואס מער גיין הפצה, ראטעווען אידישע קינדער.


  דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1723 - ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט עלטערע עלטערן?
כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף די גוטע לעבן וואס ער האט מיר געגעבן, וואס איך דארף האבן גיי איך נאר צו אים און ער ענטפערט מיר און העלפט מיר כסדר.


איך און מיין ווייב זענען ביידע פון די יונגערע אין אונזערע משפחות, און דאס געבט אונז מער געלעגנהייטן מקיים צו זיין די מצוה פון כיבוד אב ואם, אבער עס קומט אויך מיט געוויסע שוועריקייטן און דערפאר האב איך געוואלט פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א ווי אזוי צו האנדלען מיט די פראבלעמען וואס מאכן זיך איבער דעם ממש כסדר.


מיין שוויגער איז אויף אסאך ביינאכט, זי האט נישט וואס צו טון מיט די צייט, קומט זי אריבער צו אונז אהיים אין די שפעטע שעות, און זי יעצט און רעדט מיט מיין ווייב איבער אלץ און אלעמען, און מיר ווייסן נישט וואס צו טון וועגן דעם.


ווען עס קומט צו מיינע עלטערן, מיר גייען אסאך מאל עסן צו זיי אויף שבת, און מיין מאמע מוטשעט אסאך מיין ווייב אויף נארישע זאכן. איך פרוביר אלץ צו בארואיגן מיין ווייב אז זי רעדט נאר אזוי ווייל זי איז אנגעווייטאגט אויף אירע אייגענע פראבלעמען, אבער מיין ווייב שפירט זיך זייער געטראפן פון דעם, און זי וויל מער נישט אהינגיין.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן און אנווייזן דעם ריכטיגן וועג ווי אזוי זיך פירן, ווייל מיר ליידן כסדר אסאך פון דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נח, ב' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון די מצוה פון כיבוד אב ואם, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, סימן כו) "כָּל הָעוֹלָם כּוּלוּ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, וְאֵין הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְבַקֵּשׁ מֵהָאָדָם רַק שֶׁיְכַבֵּד אָב וָאֵם", דער אייבערשטער זאגט: די גאנצע וועלט איז מיינס - איך האב עס באשאפן, איך בעט פון ענק נאר איין זאך, אז איר זאלט מכבד זיין טאטע מאמע.


דעריבער זאלסטו מחזק זיין דיין ווייב זי זאל רעדן מיט איר מאמע און איר אויסהערן, עס איז א גרויסע מצוה אויסצוהערן א מאמע.


דאס קען יעדער איינער טון. ווייל ווען מען דארף אויסהאלטן עלטערן, נישט יעדער איז ביכולת אויסצוהאלטן די עלטערן, אבער אויסהערן עלטערן - איז א מצוה וואס יעדער איינער קען טון; מען דארף נישט האבן וואס צו ענטפערן, מען דארף נאר אויסהערן. און אויב מען האט א שיינע מעשה, א שיין ווארט פון חיזוק - קען מען דאס דערציילן.


זיי מחזק דיין ווייב זי זאל נישט ווערן באליידיגט ווען דיין מאמע זאגט איר עפעס. עלטערן מעגן זאגן, עלטערן מעגן פאררעכטן און מען דארף זיך נישט באליידיגן. נאך אביסל זענען ענק די עלטערן און ענק וועלן אויך זאגן פאר ענקערע קינדער ווי אזוי זיך צו פירן.


וואויל איז דער מענטש וואס איז מכבד זיינע עלטערן, וועט ער זוכה זיין צו די וועלט און יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1722 - שלום בית האט מיט'ן מאן אדער מיט די פרוי?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, אידישע שטוב, קנאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט מוז איך זיך באדאנקען פאר די שיעורים, עס האט ממש געראטעוועט מיין לעבן, שוין עטליכע יאר וואס איך בין צוגעבינדען צו ברסלב, איך הער די שיעורים און איך ליין אלע גליונות און קונטרסים, ספעציעל די עצתו אמונה, און דאס געבט מיר אזויפיל שכל, עצות, און חיזוק, און עס שטעלט מיר ממש אויף די פיס.


איך האב געוואלט פרעגן איבער שלום בית, אויב עס האט מיט'ן מאן אדער מיט די פרוי, ווייל איך ווייס אז מיין מאן גייט קיינמאל ווערן א ברסלב'ער, וויפיל מאל איך האב שוין פרובירט צו רעדן מיט אים וועגן דעם זאגט ער אז עס פעלט נישט אויס, מען קען זיין א איד, האבן שלום בית, און מצליח זיין אין לעבן, אויך אן ברסלב. ער ווייסט בכלל נישט וויפיל איך האב געטון און איך טו כסדר, נאר ווייל איך נעם די חיזוק פון ברסלב, און דאס איז וואס העלפט אז די שטוב זאל שטיין אויפ'ן פלאץ.


איך וויל אזוי שטארק אז מיין מאן זאל אויך מקורב ווערן, ער איז ברוך ה' זייער וואויל און ערליך, אבער איך בין אזוי מקנא די ברסלב'ע ווייבלעך וואס זייערע מענער זענען מקורב צום רבי'ן, הלואי אויף מיר געזאגט, ווי אזוי קען איך דאס באווייזן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נח, א' דראש חודש חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שלום בית האט מיט די ווייב. די תורה זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ" א קלוגע פרוי בויט אויף די שטוב; א קלוגע פרוי זוכט נאר מעלות ביי איר מאן, א קלוגע פרוי טוט אלעס אז די שטוב זאל זיך שיין אויפבויען.


א פרוי מיט שכל קען זיך מאכן איר לעבן פאר א גן עדן, זי וועט פרייליך מאכן איר מאן, זי וועט נישט ווארטן אויף אים ער זאל אנהויבן פרייליך צו מאכן און געבן גוטע ווערטער וכו', זי הויבט אן מיט אירע גוטע ווערטער, זי מאכט פרייליך; אזוי ווערט די גאנצע שטוב פרייליך, אזוי בויט זיך א שטוב.


זייט נישט מקנא א צווייטן, נישטא וועם מקנא צו זיין; יעדער איינער בזה העולם האט זיינע נסיונות, יעדן איינעם פרובירט מען אויס מיט זיינע נסיונות. דעריבער איז נישטא וועם מקנא צו זיין, אפילו פון אינדרויסן זעט אויס ווי דער האט א שענערע און בעסערע לעבן, דארף מען וויסן נישט צו מקנא זיין, ווייל יענער האט זיך זיינע שוועריקייטן אפילו מען זעט דאס נישט ארויס.


מען דארף נישט האבן א מאן א ברסלב'ער - צו האבן א זיס לעבן, מען דארף נישט האבן א מאן א ברסלב'ער - צו זיין גליקליך. אז מען לעבט פאר זיך מיט'ן רבי'ן, מען נעמט חיזוק פון רבי'ן, שכל פון רבי'ן - איז די לעבן זיס און מען איז גליקליך. די עצה פון התבודדות און תפילה - דאס ראטעוועט דעם מענטש; ווער עס לעבט מיט תפילה - דער איז גליקליך; דער ווייסט וואס צו טון אין יעדע צייט, און ווען עס ווערט גאר ביטער - ווייסט ער צו אנטלויפן צום אייבערשטן.


בעטס דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס איר דארפט, מיט תפילה והתבודדות קען מען אלעס פועל'ן; ווער עס איז אן עקשן און בעט איבער און איבער, ער בעט נאכאמאל און נאכאמאל דעם אייבערשטן - ביים סוף באקומט מען א ישועה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1721 - זאל איך גיין שטימען ביי די בחירות אין ארץ ישראל?
הפצה, ארץ ישראל, בחירות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וואוין אין ארץ ישראל, און עס גייט זיין קומענדיגע וואך דא נאכאמאל בחירות, און איך ווייס נישט וואס צו טון.


אלע מענטשן ארום מיר גייען צו בחירות, יעדן טאג קומען ארויס פרישע חרדישע צייטונגען וואס שרייבן מיט קידוש לבנה אותיות בשם גדולי ישראל אז ווער עס גייט נישט שטימען איז מחלל כבוד שמים, און נאך פארשידענע מצוות וואס מען גייט אויפטון מיט'ן גיין שטימען, מיט דעם וואס מען שטעלט אריין חרדישע פארשטייער אין די כנסת המינים וועט מען צוריק האלטן פארשידענע חילולי שבת און נאך. וואס ענטפער איך פאר די אלע וואס ווייזן מיר די אלע טענות? אויך זאגט מען מיר אז אפילו הרה"ק מסאטמאר זי"ע, אויב וואלט ער היינט געלעבט, וואלט ער אויך געהייסן גיין צו די בחירות, ווייל היינט איז שוין אנדערש ווי אמאל.


איך בין א תלמיד היכל הקודש, און איך וויל נאר הערן וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט וועגן דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי נישט צו די בחירות הטמאות. מיר - תלמידי היכל הקודש - שטייען ווייט פון די ערב רב, מיר גייען נישט צו די בחירות. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט אונז געזאגט מיר זאלן נישט האבן מיט די ערב רב, מיר זאלן נישט האבן מיט זיי קיין שום שייכות.


נעם נישט אריין קיין צייטונגען אין שטוב; די צייטונגען זענען זייער שעדליך. אויך זאלסטו נישט ליינען די צעטלעך מיט די קונטרסים וואס האבן שייכות מיט די פארטייען; אלעס איז איין שטיק בלאף, איין שטיק שקר און די אלע וואס זאגן עס איז א מצוה צו גיין שטימען - איז איין שטיק ליצנות; זיי זינגען: "מיר מיינען נישט קיין כבוד, מיר מיינען נישט קיין געלט" - אבער אלעס איז נאר פאר כבוד און געלט.


חס ושלום צו זאגן אויף דעם צדיק, דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער, וואס האט זיך מוסר נפש געווען כל ימיו אויסצושרייען דעם אמת, בבחינת אחד היה אברהם, אז די מדינה איז א מרידה במלכות שמים - אז היינט וואלט געווען אנדערש; חס ושלום אזוי צו זאגן.


טענה זיך נישט מיט קיינעם, א שאד גיין אין ויכוחים; אין די צייט קענסטו גיין הפצה, פארשפרייטן די אמונה פאר נאך מענטשן, פארשפרייטן די זיסע עצות וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעגעבן פון הייליגן רבי'ן.


מוהרא"ש האט ארויסגעגעבן שיינע ספרים וואס די מפיצים זאלן מפיץ זיין יעדע מאל עס איז דא בחירות; איינע פון די ספרים איז 'יש במי לבחור', עס איז דא פאר וועם צו שטימען. אין דעם ספר איז מוהרא"ש מגלה מען זאל בוחר זיין צו דינען דעם אייבערשטן און נישט האבן קיין שום שייכות מיט די פארטייען.


די מדינה קען נישט האבן קיין קיום ווייל עס איז קעגן די תורה; יעדע שטיק צייט פאלט זי נאכאמאל צאם און מען פרובירט איר נאכאמאל אויפצושטעלן און עס פאלט נאכאמאל צאם; דער אייבערשטער זאל אונז שוין שיקן משיח צדקינו און אלע אידן וועלן תשובה טון און אויפבויען דעם דריטן בית המקדש, במהרה בימינו אמן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1720 - איז דא צוויי סארט נוסחאות אויף "מכלכל חיים" אין ברסלב?
חסידות ברסלב, עבודת השם, נוסח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב אויסגעהערט ווי איר זאגט פאר די תפילות ראש השנה אויפ'ן ברסלב'ע נוסח, און איך האב זייער הנאה געהאט דערפון.


איך האב נאר געוואלט פרעגן, לויט ווי איך האב געהערט איז דא צוויי נוסחאות אויף "מכלכל חיים", איינס פאר שחרית און א צווייטע מוסף, אבער ביי אייער נוסח האב איך געהערט ביידע די זעלבע, פארוואס איז דאס אזוי?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די נוסח וואס מען דאווענט אין ברסלב איז זייער א הארציגע נוסח, די נוסח איז איין שטיק בענקעניש און גליסטעניש צום אייבערשטן. ביי הויכע שמונה עשרה פון שחרית איז דא א שיינע נוסח פאר די ווערטער פון "מכלכל חיים", און ביי מוסף ווען דער בעל תפילה זאגט די ווערטער פון "מכלכל חיים" - איז דא א הארציגע ניגון וואס דער גאנצער בית המדרש זינגט מיט אינאיינעם, איין שטיק התעוררות.


פארגעס נישט, מאך נישט פון טפל עיקר און פון עיקר טפל; עס איז זייער שיין דער נוסח פון ברסלב, אבער נישט דאס איז ברסלב. אז מען דאווענט די ברסלב'ער נוסח ווערט מען נאכנישט פון רבינ'ס לייט, און אז מען דאווענט נישט די נוסח איז אויך גארנישט, דער עיקר ביים רבי'ן איז תורה ותפילה. דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם ר' יוסקא א בריוו: "בִּקַּשְׁתִּי מֵאֲהוּבִי חֲתָנִי" איך בעט דיר זייער מיין ליבער איידעם, "שֶׁתִּלְמַד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק" לערן יעדן טאג גמרא און שולחן ערוך, "שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מְטָפֵל עִיקָר" מאך נישט פון נישט וויכטיגע זאכן אז דאס איז וויכטיג, "רַק אֶת הָאֱלֹקִים יָרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם" זע צו לעבן מיט'ן אייבערשטן, מורא האבן פון אייבערשטן, ווייל דאס איז די גאנצע תכלית אויף וואס מיר זענען באשאפן געווארן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1719 - פארוואס איר לערנט אויס די בחורים צו זאגן גמרא אן פארשטיין?
לימוד התורה, קשיות, סדר דרך הלימוד, זקנים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פארשטיין פארוואס איר לערנט אויס די בחורים צו זאגן גמרא אן פארשטיין, אויף דעם וועג וועלן זיי דאך קיינמאל זיך נישט אויסלערנען ווי אזוי צו לערנען.


איך פארשטיי אז איר נעמט דאס פון שיחות הר"ן סימן ע"ו, אבער איך האב געהערט פון אן עלטערער ברסלב'ער משפיע, פון די נקיי הדעת שבירושלים, אז דער רבי האט נישט געמיינט אז מען זאל בלויז זאגן די ווערטער לכתחלה, נאר אז אויב מען פארשטייט נישט אזוי גוט, זאל מען זיך נישט אפשטעלן נאר גיין ווייטער, אבער נישט זיך אראפצוזעצן לכתחלה בלויז צו זאגן די ווערטער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קודם כל, וואס זאגסטו אז איך לערן אויס בחורים צו לערנען אן פארשטיין? דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו) מען זאל אזוי לערנען, דאס איז נישט מיין המצאה; נישט איך האב דאס אויסגעטראפן, דער רבי זאגט דאס.


צווייטנס, ווי אזוי ווייסטו ווער עס איז "נקיי הדעת שבירושלים"? ביסטו געווען אין זיין מח צו וויסן אז ער האט א ריינעם מח? מילא דו שרייבסט האסט געהערט פון זקנים שבירושלים, אלטע לייט פון ירושלים - דאס זעט מען אז זיי זענען אלט, אבער אז זיי האבן א ריינעם מח - ווי ווייסטו ווער עס האט א ריינעם מח?


עס איז געווען אין ירושלים "זקנים" וואס מען האט זיי גערופן מיט דעם טיטל, זיי זענען ארויס קריגן אויף די ספרים וואס מוהרא"ש האט געשריבן מקרב צו זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן. זאגט מוהרא"ש, די אלע האבן אין זייער קאפ צואה רותחת, זיי זענען בכלל נישט קיין נקיי הדעת, זיי זענען טנופי דעת שבירושלים. אזוי זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן סא) פשט און וואס די הייליגע חכמים זאגן (עירובין כא:): "הלועג על דברי חכמים נידון בצואה רותחת", די וואס מאכן אוועק ספרים וואס זענען מגלה דעם אייבערשטן - די האבן צואה אין קאפ.


וואס האסטו מורא אליינס אריינצוקוקן און זען דעם רבינ'ס ווערטער? נעם דעם הייליגן ספר שיחות הר"ן סימן עו און לערן דאס איין מאל און נאכאמאל און זאג דו אליינס וואס דארט שטייט; קענסט דאס טייטשן אין אלע שפראכן, אידיש ענגליש, ספאניש, טערקיש; אדרבה, זאג דו וואס מיינען די ווערטער: "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", אפילו מען פארשטייט גארנישט זאל מען זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל. רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, מען זאל נאר זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין. "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ, מַה בְּכָךְ?" און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה (שבת סג.; עבודה זרה יט): 'לִגְּמוֹר, וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר (תהלים קיט, כ): 'גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה'", ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן, אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל, וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.


רבי נתן זאגט דארט ווייטער: "וְדִבֵּר הַרְבֵּה מְאֹד בְּעִנְיָן זֶה, וְאִי אֶפְשָׁר לְבָאֵר דְּבָרִים אֵלּוּ בִּכְתָב הֵיטֵב, אֲבָל בֶּאֱמֶת הוּא דֶּרֶךְ עֵצָה טוֹבָה מְאֹד בְּעִנְיַן הַלִּמּוּד, כִּי עַל יְדֵי זֶה יְכוֹלִים לִזְכּוֹת לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, לִגְמֹר כַּמָּה וְכַמָּה סְפָרִים, וְגַם יִזְכֶּה לְהָבִין הַדְּבָרִים יוֹתֵר, מֵאֲשֶׁר הָיָה לוֹמֵד בְּדִקְדּוּק גָּדוֹל, כִּי זֶה מְבַלְבֵּל מְאֹד מִן הַלִּמּוּד", דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין, ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין; ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, "וְכַמָּה בְּנֵי אָדָם פָּסְקוּ מִלִּמּוּדָם לְגַמְרֵי עַל יְדֵי רִבּוּי הַדִּקְדּוּקִים שֶׁלָּהֶם, וּמְאוּמָה לֹא נִשְׁאַר בְּיָדָם", און זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו'.


"אֲבָל כְּשֶׁיַּרְגִּיל עַצְמוֹ לִלְמֹד בִּמְהִירוּת כַּנִּזְכָּר לְעֵיל, בְּלִי דִּקְדּוּקִים הַרְבֵּה, הַתּוֹרָה תִּתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, גְּמָרָא וּפוֹסְקִים כֻּלָּם, וְתַנַ"ךְ וּמִדְרָשִׁים וְסִפְרֵי הַזוֹהַר וְקַבָּלָה, וּשְׁאָר סְפָרִים כֻּלָּם", אבער אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט ער זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך, און ער וועט לערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים, און זוהר הקדוש, "וּכְבָר מְבֹאָר שִׂיחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁטּוֹב לָאָדָם שֶׁיַּעֲבֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", אזוי ווי דער רבי האט געוואלט אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה (שיחות הר"ן, סימן כח). עיין שם.


איך וואלט דיר געראטן זאלסט נישט טענה'ען מיט קיינעם; נישט מיט די נערים און נישט מיט די זקנים, אפילו מען באטיטלט זיי 'נקיי הדעת שבירושלים'.


מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט אין די צוואה (אות יג): "וּכְשֶׁתַּגִיעוּ לְעוֹלָם הָאֱמֶת אָז תִּיוָכְחוּ צִדְקַת 'סֵדֶר דֶּרֶךְ הַלִימוּד' שֶׁל רַבֵּינוּ זַ"ל", ווען איר וועט ארויפקומען אויף יענע וועלט וועט איר זיך איבערצייגן די ווארהייט פונעם הייליגן רבינ'ס סדר דרך הלימוד; "וְעַל כֵּן מַה וְלָמָּה לָכֶם לְהִתְוַכֵּחַ, טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב הַשֵּׁם, הַרְגִילוּ עַצְמְכֶם לָזֶה וְאָז תִּרְאוּ וְתִּרְגְשׁוּ כָּל מִינֵי טַעֲמִים בְּחַיֵּיכֶם", דעריבער זאלט איר זיך נישט טענה'ן מיט קיינעם, נאר געוואוינט אייך צו צו לערנען לויט דעם סדר דרך הלימוד, דעמאלט וועט איר זען און שפירן אלע טעמים אויף די וועלט, "כִּי הַתּוֹרָה הִיא חִיוּתֵנוּ בָּעוֹלָם הַזֶה וּבָעוֹלָם הַבָּא, חִיוּת גַּשְׁמִי וְחִיוּת רוּחְנִי", ווייל די תורה איז אונזער לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, די תורה געבט אונז לעבן סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, "אַשְׁרֵי מִי שֶׁאֵינוֹ מַטְעֶה עַצְמוֹ בָּזֶה הָעוֹלָם כְּלָל, וְיוֹדֵעַ אֲשֶׁר עִיקָר הַלִימוּד הוּא רַק לַעֲשׂוֹת רְצוֹנוֹ יִתְבָּרַך וְלוֹמֵד עַל מְנָת לְקַיֵים מִצְווֹתָיו יִתְבָּרַךְ וְלַעֲשׂוֹת נַחַת רוּחַ לוֹ יִתְבָּרַךְ", וואויל איז דעם מענטש וואס לאזט זיך נישט נארן און ווייסט אז דער עיקר לימוד התורה איז צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1718 - טאר מען טאקע נישט שלאפן אום ראש השנה?
אומאן, רפואה, ראש השנה, מנהגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ברוך ה' זוכה געווען צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה, איך בין איינגעשטאנען אינעם בנין היכל הקודש מיט'ן ראש ישיבה, איך האבן געזען ווי דער ראש ישיבה איז מקפיד מען זאל אויפשטיין ראש השנה אינדערפרי פאר'ן עלות השחר, און אויך אז מען זאל זיך נישט אראפלייגן ראש השנה אינמיטן טאג.


האב איך געוואלט פרעגן, איך ווייס אז דער ראש ישיבה ארבעט מיט הימלישע כוחות אן שלאפן אן עסן, דער ראש ישיבה שליט"א דאווענט פאר'ן עמוד, געבט שיעורים, מאכט פרייליך הונדערטער טויזנטער אידן, איך פארשטיי בכלל נישט פון וואו דער ראש ישיבה נעמט די געוואלדיגע כוחות; איך בין אבער א פשוטער מענטשעלע, איך בין אויסגעמאטערט פון די נסיעה, גע'הרג'ט ממש, קוים וואס איך לעב, איך קען נישט שלאפן אויף א פליגער און אויף א באס, דאס יאר איז די נסיעה מיר געווארן נאך פיל שווערער פון אלע יארן, ווען איך בין אנגעקומען קיין אומאן וואלט מען מיך שוין באמת געדארפט טראגן מיט א מיטה, דער אייבערשטער האט געהאלפן אז איך האב געקענט גיין מיט מיינע צוויי פיס ביז צום בעט; איז מיין שאלה אזוי, מוז מען זיך מוסר נפש זיין נישט צו שלאפן אום ראש השנה. בפרט אז איך קום מיט קליינע קינדער?


איך האב געליינט אין עצתו אמונה אז דער ראש ישיבה וועקט אויף די קינדער ביים עלות ווייל ער האט רחמנות אויף זיי, איך טראכט אויך נישט אז די קינדער דארפן שלאפן אויב אלעס איז כסדר וכשורה, אבער איך טראכט פון די געזונט פון די קינדער, מען ליגט נאך יום טוב מיט פיבער, צושאקלט און צעריסן.


איך בין מבטל מיין דעת צום ראש ישיבה, אויב איז די תיקון פון יאר תלוי אין נישט שלאפן ראש השנה וועל איך אויפוועקן מיך און מיינע קינדער, איך וועל נישט שלאפן; דאס איז אבער מיין שאלה, צי איז דאס טאקע אזוי, איך בין דאך נישט אין הימל און איך וועל אלעס טון צו האבן א רואיגע גוטע יאר.


הגם עס איז נישט נוגע פאר יעצט, מען האלט שוין נאך ראש השנה, אבער איך געדענק אז אלע יארן ווען עס קומט דערצו טראכט איך א שאד איך האב נישט געפרעגט דעם ראש ישיבה פאר יום טוב וועגן דעם, אז איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך זאג בסך הכל וואס מוהרא"ש זאגט. אז מען קומט אין אומאן זאג איך יעדע יאר פאר אנשי שלומינו וואס מוהרא"ש זאגט, מוהרא"ש זאגט (הנהגות ראש השנה, סדר קימה): "צריך שתדע בני", וויסן זאלסטו, "שמובא בפוסקים בשם הירושלמי", עס ווערט געברענגט אין די פוסקים, "מאן דדמיך בריש שתא", ווער עס שלאפט אנהויב יאר "דמיך מזליה", פארשלאפט זיין מזל פון א גאנץ יאר, "ולכן צריכים להזהר ביותר בראש השנה לקום קודם אור היום שיהיה ער", דעריבער דארף מען זען אויפצושטיין פאר'ן עלות.


אז מען האט נישט קיין כח, מען איז אויסגעמאטערט - דארף מען זיך זייער אכטונג געבן צו גיין שלאפן צייטליך און זיך אפרוען, און אז מען איז נישט ביי די כוחות - איז פארשטענדליך אז מען זאל זיך נישט איבערשטרענגען.


דער עיקר זאלסטו זיך פרייען אז דו ביסט געווען ביים הייליגן רבי'ן ראש השנה אין אומאן, דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", ווער עס איז געווען ביי מיר אויף ראש השנה- דארף זיך זייער פרייען א גאנץ יאר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1717 - מעג איך קויפן דאס יאר אן אתרוג פון ארץ ישראל?
הלכה, ארץ ישראל, סוכות, שמיטה, אתרוג

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מעג איך קויפן אן אתרוג פון ארץ ישראל פון אוצר בית דין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וזאת הברכה, י"ד תשרי, ערב סוכות, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר פארלאזן זיך נישט אויף קיין שום היתרים, מיר זענען זייער מקפיד אויף די מצוה פון שמיטה מיט אלע חומרות; נעם נאר פון יבול חוץ לארץ און היט אפ די הייליגע מצוה מיט אלע חומרות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לג.) וועגן די עבירה פון נישט היטן שמיטה זענען מיר פארטריבן געווארן אין גלות.


וואויל איז דעם וואס איז מקיים די מצוה פון שמיטה בתמימות ופשיטות, אן קיין שום חכמות אן קיין שום דריידליך; ער היט די מצוה און פארלאזט זיך נישט אויף די נייע זאך פון היתר מכירה, אוצר בית דין - וועט ער זיין אפגעהיטן פון אלע צרות.


א גוט יום טוב.

#1716 - עס שטערט מיר ווען מיין ווייב קייעט הויך, וואס טו איך?
שלום בית, רפואה, ספרי ברסלב, עסן, נערווען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א פראבלעם אז איך קען נישט הערן ווי אזוי א צווייטער עסט. אסאך מענטשן עסן מיט אן אפענעם מויל און עס מאכט א גערודער וואס מאכט מיר שרעקליך נערוועז. איך האב אמאל געהערט אז עס איז אפילו דא א נאמען אויף דעם פראבלעם...


מיין עיקר פראבלעם איז אז מיין ווייב מאכט אויך א גערודער ביים עסן און עס שטערט מיר אזוי שטארק אז איך דארף אסאך מאל אוועקגיין פון טיש צוליב דעם. ווי אזוי קען איך זיך אן עצה געבן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת האזינו, ז' תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב הנאה אז דו שרייבסט: "איך האב א פראבלעם"; אנדערע וואס האבן די פראבלעם וועלן נישט זאגן: "איך האב א פראבלעם", זיי וועלן ענדערש זאגן: "מיין ווייב האט א פראבלעם זי עסט הויך", "מיין מאן האט א פראבלעם ער קייט הויך"; דאס איז די גרעסטע פראבלעם, ווען מען האט א פראבלעם און מען באשולדיגט די ארומיגע.


עס איז גוט דו זאלסט שמועסן מיט דיין ווייב פון דעם פראבלעם, אז עס שטערט דיר צו הערן יענעם עסן אויפ'ן קול, אזוי וועט זי פרובירן צו עסן שטיל, זי וועט פארמאכן איר מויל ביים קייען, און אזוי וועט זי נישט באליידיגט ווערן ווען דו גייסט אוועק פון טיש ווען זי עסט.


מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים - וועסטו אויסגעהיילט ווערן. דעם רבינ'ס ספרים איז א רפואה פאר אלע פראבלעמען, מען באקומט א נייע קאפ, א נייע שכל, מען גייט ארויס פון דמיון. זאכן וואס פלעגן שטערן - שטערט מער נישט, זאכן וואס פלעגט נערוועז מאכן - מאכט שוין נישט נערוועז; עס איז וואונדערליך ווי דאס היילט אויס.


בעט דעם אייבערשטן עס זאל דיר נישט שטערן די זאכן. תפילה וועט דיך אויסהיילן; אז דו וועסט בעטן אויף דעם טאג נאך טאג - וועסטו זען אז עס וועט דיר מער נישט שטערן די זאכן.


א גמר חתימה טובה.