שאלה אין קורצן ענין
#1 - מוז א קינד פאלגן ביים ערשטן מאל הייסן?
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דארף מען מאכן אן עסק אז די קינדער זאלן פאלגן ביים ערשטן מאל הייסן? און אויב יא, ווי אזוי טוט מען דאס?


יישר כח, שמואל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ז' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד שמואל נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויסלערנען פאר עלטערן ווי אזוי צו מחנך זיין די קינדער איז נישט קיין זאך וואס מען קען אראפ שרייבן אין איין בריוו, דאס איז אן אריכות הדברים. מוהרא"ש האט געשריבן אויף דעם א ספר: "אוצר חנוך הילדים"; מאך זיך א שיעור אין דעם ספר, דארט וועסטו זען ווי אזוי מען איז מחנך קינדער. איך וועל דיר ענטפערן ממש בקיצור, אויפן שפיץ גאפל.


עלטערן דארפן זיין זייער שטארק מיט דעם פרינציפ אז: 'א ווארט פון טאטע מאמע איז א ווארט'; אז מען זאגט פאר די קינדער ניין איז ניין. מען טאר נישט ווערן דערשראקן אויב די קינדער ווילן דאס נישט אננעמען און הייבן אן וויינען, בלאזן, פארפירן וכו'; דער נאטור פון קינדער איז אז זיי פרובירן אויסצופירן, ביז ווען זיי זעען איין אז די עלטערן זענען שטארק מיט זייערס א ווארט, דעמאלט געבן זיי זיך אונטער און וואקסן אויף געזונטע קינדער.


דאס מיינט נישט צו זאגן אז ווען מען זאגט עפעס און מען פאלגט נישט מעג מען שלאגן, חס ושלום צו שלאגן קינדער. דער רבי האט געזאגט מען זאל נישט שלאגן קיין קינדער; פעטש איז נישט דער וועג מחנך צו זיין קינדער. ווען מען שלאגט א קינד איז דאס אויסצוגעבן די נערוון, מען טאר נישט שלאגן קיין קינדער; נישט נאר עס וועט נישט העלפן, עס וועט נאר מאכן אסאך ערגער וכו'.


דאס וואס דו פרעגסט ווי אזוי מען קען מאכן אז א ווארט זאל זיין א ווארט; דאס ווענט זיך אין די עלטערן, צי זיי אליינס זענען שטארק מיט דעם וואס זיי זאגן. אז די עלטערן אליינס זענען מסופק, אדער אז עס זענען דא חילוקי דעות צווישן טאטע מאמע - דעמאלט קען מען נישט פארלאנגען פון די קינדער זיי זאלן פאלגן; ווען קינדער שפירן ווי די עלטערן זענען שטארק מיט זייער מיינונג וועלן זיי פאלגן און זיך אויפפירן מיט גרויס דרך ארץ.


וואס זאל איך דיר זאגן? מיט אלע עצות און מיט אלע חכמות דארף מען אסאך וויינען צום אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו ערליכע קינדער. עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד וואס האט זייער מצליח געווען מיט אלע זיינע קינדער, ווען מען האט אים געפרעגט: "ווי אזוי האסטו זוכה געווען אז אלע דיינע קינדער זענען ערליכע אידן?" פלעגט ער ענטפערן: "וואס מיינט איר, איך האב זיי אראפגעריסן פון בוים?! איך האב אסאך טרערן פארגאסן צום אייבערשטן איך זאל זוכה זיין צו זען נחת פון זיי; איך פלעג וויינען יעדן טאג צום אייבערשטן ער זאל מיר געבן ערליכע קינדער, דערפאר האב איך זוכה געווען צו ערליכע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.