שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי קען איך מכבד זיין מיין טאטע, ווען איך קען אים קוים?
כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין 17 יאר אלט, און מיינע עלטערן האבן זיך גע'גט ווען איך בין געווען 6 יאר אלט. איך קען כמעט נישט מיין טאטע, איך רעד מיט אים קוים 2 מינוט ביי א שמחה משפחה, וואס דאס קומט אויס מערסטנס איין מאל אין א יאר.


דער ראש ישיבה זאגט אז מען דארף אנרופן טאטע און מאמע אלס כיבוד הורים, ווי אזוי קען איך אבער אנרופן א מענטש וואס איך קען אים כמעט נישט, און איך ווייס אפילו נישט צי ער איז אינטערעסירט אין מיר, צי ער איז בכלל נייגעריג אז איך זאל אים רופן. מיין עלטערער ברידער האט געלאכט ווען איך האב אים געזאגט די ווערטער פונעם ראש ישיבה אז א קינד מוז רעדן מיט די עלטערן.


איך ווייס נישט ווי אזוי איך דארף זיך יעצט פירן, ווייל מיין כיבוד אב גייט אויך אויפ'ן חשבון פון כיבוד אם, ווייל פאר מיין מאמע גייט זייער שטערן אויב זי וועט הערן אז איך רעד מיט מיין טאטע וכו', וויל איך וויסן וואס האב איך יעצט צו טון.


יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איר געבט אין אייערע דרשות, עס איז מיר מחיה יעדע מאל וואס איך הער עס איבער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז כיבוד אב ואם איז זייער א גרויסע מצוה, עס איז אזוי גרויס אז די תורה גלייכט צו מכבד זיין עלטערן צו מכבד זיין דעם אייבערשטן (מכילתא פרשת יתרו, פרשה ח); דער אייבערשטער זאגט: "מען דארף מורא האבן פון מיר און מיך מכבד זיין", אזוי אויך זאגט דער אייבערשטער, דארף מען מורא האבן פון די עלטערן און זיי מכבד זיין.


עס איז דא זייער א וואונדערליכע חז"ל (תנא דבי אליהו רבה, פרשה כו): "כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא, וְאֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא מְבַקֵּשׁ מֵהָאָדָם רַק שֶׁיְכַבֵּד אָב וָאֵם", דער אייבערשטער זאגט: די גאנצע וועלט איז מיינס - איך האב עס באשאפן, און איך בעט פון ענק נאר איין זאך, אז איר זאלט מכבד זיין ענקערע עלטערן".


דערפאר זאלסטו זען צו מקיים זיין מצות כיבוד אב ואם; אפילו יעצט וואוינסטו מיט דיין מאמע וכו', דאך זאלסטו רופן דיין טאטע יעדן טאג צו רעדן מיט אים.


וויסן זאלסטו, נישט דער ראש ישיבה הייסט רעדן מיט טאטע מאמע; די תורה הייסט מכבד זיין עלטערן, אזוי ווי די תורה זאגט (שמות כ, יא): "כַּבֵּד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶּךָ, לְמַעַן יַאֲרִכוּן יָמֶיךָ", ווער עס איז מכבד זיינע עלטערן וועט עסן פון די שכר אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט; עס איז נישט דא אזא זאך אז כיבוד אב גייט אויפן חשבון פון כיבוד אם, מיר דארפן מכבד זיין טאטע מאמע לויט ווי דער אייבערשטער הייסט, ווי אזוי די תורה זאגט; אז די תורה הייסט מכבד זיין ביידע, דארף מען ביידע מכבד זיין, אפילו עס שמעקט נישט פאר איינע פון די עלטערן אז די קינדער רעדן צום צווייטן צד.


אז מען רעדט שוין פון דעם נושא, מוז איך אויסשרייען א וויי געשריי אויף די אלע כלומר'ישע עסקנים וואס זאגן פאר קינדער פון צעבראכענע שטובער וכו' נישט צו רעדן מיט איינע פון די עלטערן; מען איז זיך מלביש מיט א לבוש פון פרומע וכו', אז דא טאר מען נישט רעדן מיט די טאטע ווייל ער טויג נישט, דא טאר מען נישט רעדן מיט די מאמע וויל זי איז נישט בסדר; וויי איז פאר די וואס לאזן נישט די עלטערן זען זייערע קינדער, וויי איז פאר די עסקנים וואס טיילן אפ עלטערן פון זייערע קינדער, וויפיל טרערן ווערן פארגאסן פון עלטערן, פון טאטע'ס און מאמע'ס, וואס ווילן רעדן צו זייערע קינדער און מען לאזט נישט די קינדער רעדן צו זיי וועגן פאליטיק און פריוואטע חשבנות; וויי פאר ווער עס האט א חלק אין צוריק האלטן קינדער צו רעדן צו זייערע עלטערן, וויי פאר זיי ווען דער אייבערשטער וועט זיי באשטראפן.


באמת פארשטיי איך נישט פארוואס דו פרעגסט אזא נארישע שאלה, צי דיין טאטע וויל בכלל רעדן מיט דיר וכו', דו ווייסט נישט אויב ער איז אינטערעסירט אז דו זאלסט אים רופן וכו'; נאך אביסל וועסטו חתונה האבן און אויפשטעלן א שטוב, וועסטו זען וואס הייסט קינדער; דו וועסט אליינס שפירן ווי דער הארץ פון א טאטע גייט אויס צו קענען רעדן מיט זיינע קינדער. ווי איז דען דא א גרעסערע רחמנות פון א טאטע צו א קינד, מען זעט אין תהלים ווי דוד המלך נוצט די רחמנות פון א טאטע צו ווייזן ווי דער אייבערשטער האט רחמנות אויף אידישע קינדער, אזוי ווי עס שטייט (תהילים קג, יג): "כְּרַחֵם אָב עַל בָּנִים רִחַם ה' עַל יְרֵאָיו", אזוי ווי א טאטע האט רחמנות אויף זיין קינד אזוי האט דער אייבערשטער רחמנות אויף אידישע קינדער.


דאס איז דער פראבלעם מיט קינדער, בחורים און מיידלעך; ווילאנג זיי האבן נישט חתונה, ווייסן זיי נישט מחשיב צו זיין עלטערן, און מען איז מזלזל אין עלטערן. מען לויפט צו חברים, מען קריגט זיך מיט די עלטערן; אבער שפעטער ווען מען האט חתונה און די קינדער הייבן אן אונטער צו וואקסן, מען הייבט זיך אן צו מוטשען מיט קינדער, ערשט דעמאלט כאפט מען זיך וואס עלטערן זענען, אבער דעמאלט איז שוין אביסעלע שפעט, ווייל דער אייבערשטער באצאלט מדה כנגד מדה.


דערפאר בעט איך דיר זייער, טו תשובה און בעט זיך איבער מיט דיין טאטע, אפילו דו וואוינסט יעצט ביי דיין מאמע; דיין מאמע דארף פארשטיין אז דאס איז דיין טאטע וכו'. קוק נישט אויף דיין ברודער וואס שפעט אפ פון דעם, אז דו וועסט אנהייבן רעדן צו דיין טאטע וועט דיר גוט זיין אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט.


איך פארשטיי אז דאס איז דיר א שווערע זאך, ווייל שוין עלעף יאר וואס דו האסט נישט גערעדט מיט אים, אבער אז דו וועסט דיך שטארקן דאס צו טון וועט דיר גוט זיין; די ערשטע פאר מאל וועט דיר דאס זיין שווער, אבער שפעטער וועט דיר נאר גרינגער ווערן אויף דיין הארץ.


דו קענסט ווייזן דעם בריוו פאר דיין ברודער.